לאַפּסוס־קאַקטוס — 37

פֿאַר וואָס קומט עס דעם „שין‟? (2)

לאָמיר ממשיך זײַן מיט אונדזער רשימה פֿון ווערטער, וואָס הייבן זיך אָן מיטן אות „שין‟ און פֿאַרשאַפֿן נישט קיין גרויסן כּבֿוד; אָבער אָן זיי קען די שפּראַך זיך נישט באַגיין. זיי זײַנען אַ טייל פֿון אונדזער ווערטער־אוצר.

שוחד — אָן די מעשׂים, וואָס דאָס וואָרט מיינט, אָן דעם שמירגעלט, וואָלט דער ערד־אַקס געסקריפּעט. נישט אומזיסט זאָגט די וועלט: שווײַגן איז גאָלד, אויב מע גיט גענוג גאָלד פֿאַרן שווײַגן.

שוטה — עס קומט גלײַך אויפֿן זינען די סטראָפֿע פֿון איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים”:
און דאָס ווינטער-לײַבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זײַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע
.

שולער — עס קאָן מיינען נישט נאָר אַ קאָרטנשלפּילער, וואָס שווינדלט; נאָר סתּם אַ ליגנער, אַ דרייער, אַ ניט־ערלעכער מענטש.

שונד — דאָס וואָרט ווערט אָפֿט באַנוצט ווי דער היפּוך צו אמתער קונסט, ליטעראַטור, טעאַטער. ווען מע רעדט וועגן שונד־ליטעראַטור, שווימט גלײַך אַרויס דער נאָמען פֿונעם שרײַבער „שאָמער‟; און גלײַך מיט דעם, ווי אַ קאָנטראָווערסיע — שלום־עליכמס עסיי „מישפּט שאָמער‟.

שטאַרבן — אויף פּראָסט מאַמע־לשון זאָגט מען: זינט דאָס שטאַרבן איז אויפֿגעקומען, איז מען נישט זיכער מיטן לעבן.

שטוקע — איז פּשוט אַ קליינע זאַך. ווען די שטוקע ווערט אַ שטוטשקע, דערצו נאָך, „יענע שטוטשקע!‟ — איז בעסער מיט איר זיך נישט פֿאַרפֿירן!

שטימפּ (שטומפּ) — אַז מע טראַכט צו פֿיל איבער אַ פּשוטער זאַך, קאָן מען הערן: „ער האָט אַ שטימפּיקן קאָפּ. ער איז אַ שטומפּ!‟

שטינקער/ין — אין ייִדיש מיינט עס, אַן אומציכטיקער מענטש. אינעם הײַנטיקן עבֿריתּ האָט דאָס וואָרט באַקומען די קאָנאָטאַציע פֿון אַ צוטראָגער, פֿאַררעטער, אַ מסור.

שטיפֿער — בײַ אונדז אין דער היים האָט מען דאָס וואָרט כּמעט נישט גענוצט; ס׳איז מער פֿאַרשפּרייט געווען דאָס וואָרט „צעבאַלעוועט‟. מעגלעך, ס׳זאָל, חלילה, נישט זײַן קיין פּלאָנטער מיט אַן אַנדער וואָרט — שטיפֿקינד, אַן אַדאַפּטירט קינד.

שטיק — אײַ, ווי אָפֿט פֿלעגט מיר אויסקומען צו הערן: פֿוילע שטיק! הייבסט שוין אָן דײַנע שטיק?
און גאָר זעלטן: נישט קיין קינד, נאָר אַ שטיק גאָלד!

שײַקע — כ׳מיין נישט דעם היימישן נוסח פֿונעם העברעיִשן נאָמען ישעיה.
אַ שײַקע, מיינט נאָך אַ קליינע באַנדע גזלנים.

המשך קומט!

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s