י. י. זינגערס בוך דערציילונגען „אויף פֿרעמדער ערד‟ — אין פּויליש


לאה שלאַנגער

מיט אַ צײַט צוריק האָב איך געשריבן וועגן מײַן שמועס מיט דעם שרײַבער און איבערזעצער ישׂראל זמיר ז”ל, דעם זון פֿונעם ייִדישן שרײַבער און דעם נאָבעל־פּרײַז געווינער יצחק באַשעוויס־זינגער, וועלכער האָט דערציילט וועגן זײַן פֿאָטער. ווי באַוווּסט, זײַנען אין דער זינגער־משפּחה געווען נאָך צוויי באַקאַנטע שרײַבערס, דהײַנו, זײַן שוועסטער אסתּר קרייטמאַן און דער עלטערער ברודער ישׂראל־יהושע זינגער, וואָס איז, לויט מײַן באַשיידענער מיינונג, צו גיך פֿאַרגעסן געוואָרן. אפֿשר דערפֿאַר, ווײַל ער איז פֿאַר דער צײַט אַוועק אין דער אייביקייט, קוים בײַ זײַנע 50 יאָר פֿון אַ האַרץ־אַטאַק.

ד״ר קשישטאָף מאָדעלסקי

די דאָזיקע טאַלאַנטירטע שרײַבער־משפּחה האָט פֿאַר דער מלחמה רעפּרעזענטירט די ייִדישע ליטעראַרישע געזעלשאַפֿט אין וואַרשע דערנאָך אויך אין ניו-יאָרק. הײַיאָר איז אין פּוילן איבערגעזעצט און דערשינען אויף פּויליש זינגערס בוך דערציילונגען „אויף פֿרעמדער ערד‟, וואָס איז צום ערשטן מאָל אַרויס אין ווילנע, אין 1925. איבערגעזעצט האָט עס פֿונעם אָריגינאַל דער היסטאָריקער, איבערזעצער, זשורנאַליסט און לערער ד״ר קשישטאָף מאָדעלסקי. אויף פּויליש הייסט דאָס בוך NA OBCEJ ZIEMI.

דאָס דערמעגלעכן דעם פּוילישן לייענער צו באַקענען זיך מיט זינגערס דערציילונגען, האָט, ווײַזט אויס, אַרויסגערופֿן בײַם נײַעם דור פּאָלאַקן אַ געוויסע באַדערפֿעניש צו אַ דין־וחשבון. ווי אַ באַווײַז דערצו, איז די ערנסטע באַציִונג צו זינגערס דערציילונגען, ווי אויך צו דער ייִדישער ליטעראַטור בכלל.

איך ברענג ווײַטער אַ טייל פֿון די אָפּהאַנדלונגען אין דער פּוילישער פּרעסע, ראַדיאָ און טעלעוויזיע אַרום דער נײַער איבערזעצונג:

„י. י. זינגערס שאַפֿונגען זײַנען אַן אָרגאַנישער טייל פֿון דער פֿילקולטורעלער ירושה אין פּוילן. די דערציילונגען זײַנען אוואַנגאַרדיסטיש און הײַנטצײַטיק. די העלדן — רעליגיעזע און אַטעיִסטן, ייִדן, פּאָלאַקן און רוסן — זײַנען גלײַכע בירגער. דער מחבר מישפּט נישט, ער וואַרפֿט אונטער דעם לייענער אַ סך מעגלעכע אינטערפּרעטאַציעס…‟

„ס’איז אַ כּבֿוד צו לייענען און האָבן דאָס בוך צווישן די אייגענע ביכער־זאַמלונגען‟.

„האָט נישט מורא צו לייענען ייִדישע ליטעראַטור. דאָס איז אַן אוצר, וואָס געפֿינט זיך שוין אַ לאַנגע צײַט אין אונדזער געבוירן־אָרט און דאָך, ווייניק ווער שטרעקט צו אים אויס די האַנט. די דערציילונגען זײַנען מײַסטער-שטיק…‟

איין קריטיקערין און ליטעראַטור־פֿאַרשערין האָט זינגערן פֿאַרגלײַכט מיט באַבעלן. אַן אַנדער קריטיקער האָט געשריבן, אַז זינגערס ליטעראַטור־סטיל דערמאָנט אים די גרויסע פּראָזאַיִקער פֿון 19טן יאָרהונדערט, אַזעלכע ווי גוסטאַוו פֿלאָבער און מאַקסים גאָרקי. „ס׳איז אַ הויכע ליטעראַטור…‟.

און נאָך:

„עס קומט אַן אָנערקענונג דעם איבערזעצער, וואָס דערמאָנט אונדז, אַז פּוילן איז געווען אַן אָרט, וווּ ייִדן האָבן געלעבט און געשאַפֿן דורות לאַנג. י. י. זינגערס שאַפֿונגען זײַנען אַ טייל פֿון דער פֿילקולטורעלער, עטנישער און לאַנג־יאָריקער ירושה און קיינער קאָן דאָס נישט בײַטן…‟

ווײַזט אויס, אַז דאָס זײַנען די הײַנטיקע שטימונגען אין לאַנד, אויסגערייניקט פֿון ייִדן.

איך האָב געכאַפּט אַ שמועס מיטן איבערזעצער קשישטאָף מאָדעלסקי און ווי אַ סך־הכּל דערצייל איך אים איבער ווײַטער:

ד״ר קשישטאָף מאָדעלסקי איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1952, אין אַן אינטעליגענטער משפּחה. ווי עס איז אים באַקאַנט, זאָגט ער, האָט ער נישט קיין שום ייִדישע אָבֿות, נישט פֿון דער מוטערס צד און נישט פֿונעם פֿאָטערס צד. זײַן זיידע האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געהערט צו דער קאָנספּיראַטיווער לעגיאָן־אָרגאַניזאַציע. ער איז אַרײַנגעפֿאַלן צו די נאַציס אין די הענט און איז דערמאָרדעט געוואָרן אין אוישוויץ.

נאָך די סטודיעס זײַנע, זײַענדיק אַ היסטאָריקער, האָט ד״ר מאָדעלסקי זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער ייִדישער שפּראַך. ייִדיש, דערציילט ער, האָט ער זיך אויסגעלערנט פּאַסיוו אין די אָנהייב 1980ער יאָרן בײַ מיכאל פֿרידמאַן, וואָס האָט דעמאָלט געלערנט ייִדיש די אַקטיאָרן פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע. ד״ר מאָדעלסקי האָט אין יענער צײַט געאַרבעט אין דער פּוילישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. בײַ זײַן ערשטער באַגעגעניש מיט פֿרידמאַנען, דערציילט מאָדעלסקי, האָט ער געשטעלט דעם באַדינג, אַז ער וועט צאָלן שׂכר־לימוד, כאָטש קיין איבעריקן גראָשן בײַ דער נשמה האָט ער נישט געהאַט. פֿרידמאַן האָט אים געענטפֿערט: „אויב כ’וואָלט געוואָלט פֿון אײַך אַן אָפּצאָל, וואָלט איר זיך עס נישט געקאָנט פֿאַרגינען‟. ער איז געווען אַ גוטער תּלמיד, זיך אַ סך געלערנט אַליין, און קיין וואַרשע פֿלעגט ער פֿאָרן מיט דער נאַכטבאַן יעדע צוויי וואָכן.

ד״ר מאָדעלסקי מיט זײַן פֿרוי וווינען אין אַ קליין דערפֿל לעבן פּאָזנאַן פֿון קוים 22 הײַזער, אָן אַ געוועלבל, די אויטאָבוסן פֿאָרן צוויי, העכסטן, דרײַ מאָל אַ מעת־לעת. אפֿשר צוליב דער פּאַסטאָראַלער אַטמאָספֿער האָט ער זיך דאָרט באַזעצט.

דער ערשטער פּרוּוו איבערצוזעצן פֿון ייִדיש, איז געווען אַ פֿראַגמענט פֿון י. י. זינגערס דערציילונג „די אַלטע שטאָט‟. עס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די 1980ער יאָרן, און אַזוי האָט זיך עס אָנגעהויבן. שפּעטער זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַנע איבערזעצונגען פֿון משה נאַדיר, אַבֿרהם רייזין, זוסמאַן סעגאַלאָוויטש. לעצטנס, האָט ער אָנגעהויבן מיטאַרבעטן מיטן זשורנאַל „די שטאָט פּאָזנאַן‟, וווּ עס האָבן זיך באַוויזן פֿראַגמענטן פֿון י. י. זינגערס רעפּאָרטאַזשן פֿונעם באָלשעוויסטישן רוסלאַנד, „נײַ רוסלאַנד‟; הײַיאָר וועלן דאָרט געדרוקט ווערן פֿראַגמענטן פֿון ישׂראל ראַבאָנס נישט פֿאַרענדיקטן ראָמאַן וועגן סעפּטעמבער 1939.

אינעם אוניווערסיטעט האַלט ד״ר מאָדעלסקי רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור. ער איז אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי „דײַן גוטע שטימונג‟… איז שטעלט זיך די פֿראַגע, ווי קומט ער צו ייִדיש?

דאָס וויכטיקסטע איז, דערקלערט ער מיר, אַז נישט אין זײַנע אייגענע שריפֿטן און נישט אין די איבערזעצונגען באַריר ער נישט די פּראָבלעמאַטיק פֿונעם חורבן. זײַן צוגאַנג איז אַ פּשוטער; ער באַמיט זיך, אויך ווי אַ לערער, צו ווײַזן, אַז 1000 יאָר האָבן אין פּוילן געלעבט און געשאַפֿן ייִדן. זיי האָבן געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דעם ווירטשאַפֿטלעכן און געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, אויף דער קולטור. אָן זיי וואָלט פּוילן אויסגעזען אַנדערש. אויך די ייִדישע קולטור איז אין אַ געוויסער מאָס אַ טייל פֿון דער פּוילישער, כאָטש זי איז געשאַפֿן נישט אויף פּויליש.

„דאָס, וואָס פּוילן איז פֿאַר די ייִדן אָפֿט געווען ווי אַ בייזע שטיף־מוטער — פֿאַר דעם, קאָנען מיר זיך נאָר שעמען, ווײַל די פֿאַרגאַנגענהייט לאָזט זיך נישט בײַטן.‟

אויף זײַן שרײַב־טיש ליגט י. י. זינגערס בוך „פּערל‟, וואָס קשישטאָף מאָדעלסקי האַלט בײַם איבערזעצן. לאָמיר אים ווינטשן דערפֿאָלג.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s