
בערל קאָטלערמאַן
אָט שטיי איך הי אַן אָרעמער, אַ סמירנער
און פֿול מיט שרעק פֿאַר ציטערדיקער שײַן.
צי האָב איך רעכט צו בעטן בײַ דער שכינה
פֿאַר אַלע די, וואָס קענען דאָ ניט זײַן?
איך בין דאָך נישטיק, שוואַכיק און ניט פּאַסיק
אַ שופֿר ווערן אין דער רעכטער שעה,
מיט תּקיעות וועקן אויף פֿאַרלאָזטע גאַסן —
ניטאָ קיין עוז בײַ מיר, קיין גבֿורה אויך ניטאָ.
כ’האָב קיין שום מאַכט, כ’האָב נאָר אַ שטילע תּפֿילה,
איך בין שוין פּונקט ווי יענער אַלטער מאַן —
אַ שיינע גרויע באָרד, אַ ביכל תּהילים,
אַן אײַנגענעמער קול, אַ סך רעספּעקט און טעם.
פֿאָרט שטיי איך הי אַ זינדיקער, אַ בלאָפֿער
און פּרוּוו דערזען דורך ציטערדיקער שײַן
ווער שוועבט דאָרט בײַ זײַן טראָן, סמאל צי סמנגלוף?
ווער הערט דאָרט מײַן געבעט, ווער האַלט מײַן אָטעם אײַן?
תשרי תשפ”א
וְאַחַר הָאֵשׁ קוֹל דְּמָמָה דַקָּה
עס האָט זיך אויסגעשטויבט ביז פּראַך מײַן וואַנדער-שטעקן
און בעטן די פּאָדעשוועס מ׳זאָל זיי לאַטעווען פֿון ס’ניי,
און ווידער כ’פֿרעג בײַ זיך צי ס’איז כּדאַי זיך פּלאָגן אויף די וועגן,
כאָטש ברענט דער ענטפֿער-תּמיד אויף דער וואַנט: כּדאַי! כּדאַי!
כּדאַי?
עס וועלן קלעקן פֿרעמדע טויען דיר אויף לאַנגע יאָרן,
נאָר אייביק ס’וועט זיך חלומען דײַן בלוי-פֿאַרלאָזטער קאַנט
וועסט בלאָנדזשען שיכּור אין די נעכטיקע קאַיאָרן
פֿאַרטרינקענדיק דײַן מאָרגן-ברויט מיט הײַנט…
דער ענטפֿער-תּמיד ברענט, די נאַכט איז שוואַרץ און אַלץ געדיכטער
נישטאָ קיין צײַט — בלויז איצט, בלויז דאָ, בלויז ציטערדיקע שײַן.
דער קול פֿון דינער שטילקייט רײַסט זײַן גאָרגל מעשׂה־דיכטער
און צעפּאָלאָשעטע מלאכים שטרעקן אויס די הענט: ער’ז מײַן!
03.06.2020