
יעווגעני קיסין
מערץ 17
װידער גוט געשלאָפֿן. זעט אױס, אַז לאַנגע שפּאַצירן העלפֿן טאַקע באמת!
שפּאַצירט איבער די ריגעראָװי סאַדי. װען איך בין אַרױס פֿון שטוב, איז עס געװען אַ ביסל ענלעך אױף סורעאַליזם: כּמעט ליידיקע גאַסן, און ס׳רובֿ מענטשן — אין מאַסקעס. די אױטאָס און זײער רױש האָבן צעשטערט דאָס סורעאַליסטישע געפֿיל. ס׳איז, אַװדאי, סקוטשנע צו שפּאַצירן איבער אַזאַ גאָר ניט–גרױסן פּאַרק און מאַכן די זעלבע „קרײַזן‟ די גאַנצע צײַט. קאַרינאָטשקע האָט פֿאָרגעשלאָגן צו פֿאָרן אין לעטנאַ מאָרגן.
קאַרינאָטשקע, מאַריאַשע און איך זײַנען געגאַנגען איבער די מאַגאַזינען, אײַנגעקױפֿט שפּײַז פֿאַר זיך און אונדזערע מאַמעס. אינעם רוסישן מאַגאַזין האָט מען הײַנט בײַ טאָג אַרײַנגעפֿירט הרעטשקע. מ׳האָט געזאָגט, אַז ס׳איז דאָ נײַע ביכער, נאָר מע האָט זיי נאָך ניט באַװיזן אױסצולאָדן.
געאַרבעט אַ ביסל, געלערנט בערגס [1] סאָנאַטע. פֿאַרן שלאָפֿן געלײענט קאַרס בוך: איבערגעלײענט דאָס, װאָס איך האָב געהאַט געלײענט נעכטן פּלוס נאָך עטלעכע זײַטן. אַזאַ מין טעקסט דאַרף מען לײענען לאַנגזאַם און עטלעכע מאָל. אינטערעסאַנט זײַנען קאַרס ספֿקות װעגן דער ראָלע פֿון רעליגיע אינעם לעבן בײַ די פּראָסטע מענטשן אינעם מיטלאַלטער. מכּוח דעם מיטאָס װעגן דער װיכטיקײט פֿון רעליגיע פֿאַר די רוסישע פּױערים, וואָס איז כּלומרשט צעשטערט געװאָרן פֿון דער רעװאָלוציע 1917, איז ער, אַװדאי, ניט גערעכט: אױף אַן אמתן האָט אָט דעם מיטאָס נאָך מיט 70 יאָר פֿריִער צו נישט געמאַכט בעלינסקי אין זײַן באַרימטן בריװ צו גאָגאָלן . יענער בריװ איז דווקא איצט ביז גאָר אַקטועל אין שײַכות מיט די ענדערונגען אין דער רוסלענדישער קאָנסטיטוציע…
מערץ 18
װידער געשלאָפֿן גוט! כ׳געדענק שױן ניט, װען איך בין צום לעצטן מאָל גוט געשלאָפֿן עטלעכע נעכט נאָכאַנאַנד!
שטודירט בערגס סאָנאַטע, כרעניקאָװס [2] פּיעסעס און שאָפּענס 24סטן עטיוד. געפֿאָרן מיט קאַרינאָטשקען און אַלאָטשקען אין לעטנאַ. אַ סך אױטאָס אױף די גאַסן, נאָר כּמעט ניטאָ קײן מענטשן. פֿון מאָרגן אָן װעט מען ניט טאָרן אַרױסגײן פֿון שטוב אָן אַ מאַסקע. שױן הײַנט טראָגן ס׳רובֿ מענטשן מאַסקעס. קאַרינאָטשקע האָט אַלײן געמאַכט עטלעכע. אױף דער טיר פֿון אונדזער הױז הענגט אַ מעלדונג, וווּ עס ווערט פֿאָרלײגנדיק הילף אײַנצוקױפֿן און צוצושטעלן שפּײַז–פּראָדוקטן פֿאַר באַיאָרטע מענטשן.
מערץ 19
געשלאָפֿן ניט שלעכט. אױפֿגעכאַפּט זיך פֿריִער, װי געװײנלעך, פֿילנדיק, אַז איך האָב זיך אױסגעשלאָפֿן.
סוף–כּל–סוף איז צו טראַמפּן דערגאַנגען, אַז מע דאַרף עפּעס טאָן, און ער האָט דערקלערט אַ מלחמה קעגן דעם פֿאַרבאָרגענעם שׂונא. אָמאַר האָט אים געלױבט דערפֿאַר. נו, מירן זען… און אין איטאַליע, ניט געקוקט אױף דעם, װאָס אַלע מענטשן זיצן אין דער הײם, שטעקן זיך אָן 3500 מענטשן יעדן טאָג.
געשפּאַנט 11 קילאָמעטער איבער לעטנאַ. כּמעט אַלע מענטשן טראָגן מאַסקעס. הײַנט זײַנען אין טשעכיע פֿאַר אַ האַלבן טאָג קראַנק געוואָרן 122 מענטשן.
געאַרבעט. פֿאַרקירצט אַ ביסל מײַן אַרטיקל װעגן טאָלעראַנץ און האָמאָסעקסואַליזם, פֿאַרעפֿנטלעכט אים אין דער אינטערנעץ און צעשיקן מײַנע פֿרײַנד. ק. האָט געענטפֿערט, אַז זי איז גרײט אונטערחתמענען זיך אונטער יעדן װאָרט.
מערץ 20
געשלאָפֿן ניט שלעכט. באַלד נאָך 3 אַ זײגער האָט אָנגעהױבן רעגענען, דעריבער האָב איך געשפּאַנט בלױז 7.5 קילאָמעטער, תּחילת אין װישעגראַד, דערנאָך אין לעטנאַ. אין װישעגראַד איז שײן, נאָר די טעריטאָריע פֿאַר שפּאַצירן איז ניט גרױס. אין אָװנט האָב איך געאַרבעט.
שױן כּמעט טױזנט אָנגעשטעקטע דאָ אין טשעכיע… און אין איטאַליע זײַנען געשטאָרבן מער מענטשן, אײדער אין כינע…
געלײענט י. לופּאָלס [3] הקדמה צום ערשטן באַנד פֿון דידראָס װערק, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד אין 1935. געלײענט אױך אַן אַרטיקל װעגן לופּאָלן אַלײן. יאָ, טאַקע װײַל ער איז געװען אַ מענטש פֿון אומאָפּהענגיקע אָנשױונגען (איבער דעם האָט ער שפּעטער באַצאָלט מיט זײַן לעבן), בײַ אַלע הנחות אױף יענער צײַט, לײענען אים הײַנט איז ניט סקוטשנע.
מערץ 21
געשלאָפֿן גאָר ניט שלעכט.
שפּאַצירט אין לעטנאַ, געשפּאַנט אַרום 14 קילאָמעטער. זײער װײניק מענטשן, און אַלע טראָגן מאַסקעס. הײַנט איז געװען קאַלט און כמאַרנע, דער װעטער האָט אַנטשפּרעכט דער אַלגעמײנער סיטואַציע.
דער פֿאַרטרעטער פֿונעם מיניסטער פֿאַר געזונט–פֿאַרהיטונג, פֿאָרזיצער פֿונעם צענטראַלן קריזיס–שטאַב ראָמאַן פּרימולאַ האָט געמאָלדן, אַז אין איצטיקן מאָמענט האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרקלענערן די װוּקס–טעמפּן פֿון דער צאָל אָנגעשטעקטע מענטשן אין לאַנד פֿון 46% ביז 30%, נאָר אַז מע װעט מוזן טראָגן מאַסקעס נאָך עטלעכע חדשים. אין איטאַליע אָבער זײַנען פֿאַראַן 53000 אָנגעשטעקטע, און נעכטן זײַנען געשטאָרבן 793 מענטשן… הײַנט איז סוף–כּל–סוף אָנגעקומען פֿון כינע אַן אוקראַיִנישער עראָפּלאַן מיט אַ סך מאַסקעס; קומענדיקע װאָך וועט ער װידער פֿליִען אַ פּאָר מאָל אַהין און צוריק. געפֿלױגן איז ער מיט אַ קאָמפּליצירטן מאַרשרוט, כּדי ניט צו פֿליִען איבער רוסלאַנד (דורך אינדיע אאַז״װ). איצט איז כאָטש דאָ מיט װאָס צו באַזאָרגן די שפּיטאָלן.
סע דוכט זיך, אַז איך באַהערש ביסלעכװײַז בערגס סאָנאַטע.
װידער געלײענט לופּאָלן. ס׳איז ממש אינטערעסאַנט אים צו לײענען!
מערץ 22
ניט באַלד אײַנגעשלאָפֿן. אױפֿגעכאַפּט זיך גאַנץ פֿרי, און װידער ניט תּיכּף אײַנגעשלאָפֿן…
שפּאַצירט אין לעטנאַ מער װי 3 שעה, געשפּאַנט העכער 15 קילאָמעטער. הײַנט איז געװען זוניק, במשך פֿון עפּעס אַ צײַט האָט אַ ביסעלע געשנײט, נאָר דעם שניי האָב איך געזען בלױז אין דער לופֿטן און אױף מײַן קורטקע, ניט אױף דער ערד. װידער װײניק מענטשן און אַלע טראָגן מאַסקעס.
הײַנט איז דער ערשטער פֿאַרשטאָרבענער אין פּראָג, אַ מאַנצביל פֿון 95 יאָר. די רעגירונג שליסט ניט אױס די מעגלעכקײט צו פֿאַרמאַכן די גרענעצן אױף אַ האַלב יאָר.
דאָמינגאָ [4] איז אָנגעשטעקט געװאָרן…
איצט האָב איך געאַרבעט בלױז איבער שאָפּענס 24סטן עטיוד. יאָ, איך דאַרף אים (װי אױך דעם 22סטן עטיוד) אױסלערנען איצט, װײַל שפּעטער װעל איך פּשוט פֿיזיש ניט קאָנען עס טאָן.
קאַרינאָטשקע האָט געפֿונען אױף רוסישע װעבזײַטן פֿאַרשײדענע אַרטיקלען װעגן דעם, װי אַזױ די פּעסט האָט אַ מאָל געשפּילט די ראָלע פֿון אַ נאַטירלעכן אָפּקלײַב צװישן מענטשן; אין לעצטן סך־הכּל האָבן זיך פֿאַרבעסערט די לעבנס־ און מי־באַדינגונגען וכדומה.
פֿאַרן שלאָפֿן האָב איך אַ ביסעלע װידער געלייענט קאַרס בוך.
מערץ 23
געשלאָפֿן גוט, אױפֿגעכאַפּט זיך פֿריִער, װי געװײנלעך. ס׳האָט אױפֿגעהערט װײ טאָן דער פֿוס.
געפֿאָרן מיט קאַרינאָטשקען איבער פֿאַרשײדענע מאַגאַזינען נאָך שפּײַז פֿאַר אונדז און אונדזערע מאַמעס.
כּמעט דרײַ מיט אַ האַלבן שעה שפּאַצירט איבער לעטנאַ, געשפּאַנט אַרום 15 קילאָמעטער.
רענע האָט פֿאָרגעלײגט, מיר זאָלן מאַכן אַ װידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון „אַװע מאַריִע‟ (יעדע וועט שפּילן זײַן פּאַרטיע באַזונדער) און אַרױסשטעלן עס אין דער אינטערנעץ אױף צעטײלטע עקראַנען. קאַרינאָטשקע װעט בעטן זשעניעטשקען, ער זאָל מיך רעקאָרדירן. כ׳האָב צוגעגרײט מײַן פּאַרטיע.
פֿאַרן שלאָפֿן געלײענט קאַרס בוך.
24 מערץ
הײַנט געשלאָפֿן אויסגעצײכנט.
גערעדט דורכן „וואַטסאַפּ‟ מיט דער דאָקטערין, וואָס האָט מיך אויסגעלערנט אַן איבונג פֿאַר אַנטשפּאַנען; זי האָט מיר איבערגעשיקט אַ ווידעאָ–רעקאָרדירונג מיט אינסטרוקציעס אויף רוסיש.
ווידער געשפּאַנט העכער 15 קילאָמעטער אין לעטנאַ.
„דויטשע גראַמאָפֿאָן‟ האָט מיר פֿאָרגעלייגט אָנטייל צו נעמען אין זייער פּראָיעקט: זיי האָבן געבעטן זייערע אַרטיסטן מאַכן ווידעאָ–רעקאָרדירונגען פֿון זייער שפּילן, כּדי אַרויסצולייגן זיי אין דער אינטערנעץ קומענדיקן שבת (דאָס וועט זײַן דער אינטערנאַציִאָנאַלער מוזיק–טאָג). כ׳האָב אָנגעהויבן צוגרייטן שאָפּענס 6טן פּאָלאָנעז.
זשעניע האָט געמאַכט אַ ווידעאָ–רעקאָרדירונג פֿון מײַן שפּילן די פּיאַנע–פּאַרטיע פֿון „אַווע מאַריִע‟.
[1] בערג, אַלבאַן (1885־1935) — עסטרײַכישער קאָמפּאָזיטאָר און מוזיק־קריטיקער
[2] כרעניקאָוו, טיכאָן (1913־2007) — רוסישער, סאָוועטישער קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און געזעלשאַפֿטלעכער טוער
[3] לופּאָל, איוואַן (1896־1943) — רוסישער און סאָוועטישער פֿילאָסאָף, ליטעראַטור־פֿאָרשער
[4] דאָמינגאָ, פּלאַסידאָ (1941־) — שפּאַנישער זינגער און דיריגענט