משה לעמסטער
עס פּאַסט דיר ניט צו וויינען
עס פּאַסט דיר ניט, מײַן ליבע, ווען דו וויינסט
און טרערן ביטערע פֿון דײַנע אויגן רינען.
עס פּאַסט דיר ניט, מײַן ליבע, ווען דו וויינסט,
ווי כמאַרעס פּאַסטן ניט דעם שטערנדיקן הימל.
עס פּאַסט דיר ניט, מײַן ליבע, ווען דו וויינסט
וויש זשע אָפּ, בעט איך דיך די טרערן.
עס פּאַסט דיר ניט, מײַן ליבע, ווען דו וויינסט
זאָל אומפֿאַרוואָלקנט דײַן כמורנע פּנים ווערן.
עס פּאַסט דיר נאָר, מײַן ליבע, ווען דו לאַכסט
ווען העל עס שײַנען דײַנע שיינע אויגן
זע, ווי פֿול דער הימל איז מיט פּראַכט,
ווען ער טוט אַ שמייכל מיט אַ רעגנבויגן…
יולי 13, 2020
דו ביסט דורכגעגאַנגען
אַזוי גרינג און פֿרײַ
האָסט מײַן נשמה באַרירט
ווי אַ ווינטל באַרירט אַ טײַכל אין מײַ.
דו ביסט דורכגעגאַנגען…
נאָר אין מיר ביז הײַנט
איז כוואַליק די נשמה
ווי אַ טײַכל נאָך אַ ווינטל אין מײַ…
יולי 13, 2020
עס שעפּטשעט מיר דאָס האַרץ
זי איז ניט געקומען. נאָר איך וואַרט
און גרייט געווען אַ לעבן צו וואַרטן.
נאָר עס האָט מיר אַ שעפּטשע געטאָן דאָס האַרץ:
— דאַרפֿסט ניט, דאַרפֿסט ניט, דאַרפֿסט ניט.
אַ נײַע ליבע האָט צעבליט זיך אין מאַרט
געוואָלט איר זאָגן: „דו מײַנע זײַ!‟
נאָר עס האָט מיר אַ שעפּטשע געטאָן דאָס האַרץ:
— ניט כּדאי, ניט כּדאי, ניט כּדאי.
די דריטע געזאָגט האָט מיר ערנסט און צאַרט:
— דײַנע לידער, טײַערער, זענען פֿול מיט ווערטן…
און עס האָט מיר אַ שעפּטשע געטאָן דאָס האַרץ:
— דײַן באַשערטע, באַשערטע, באַשערטע…
15-14 יולי, 2020
דער אומעט אין האַרצן
עס שוועבט אַ כמאַרעלע אין הימל,
צו אַ בלויער ווײַט,
בלויז דער אומעט אין מײַן האַרצן,
אין מײַן האַרצן בלײַבט.
עס פֿליט אַ טשאַטע וואַנדער־פֿייגל,
וווּ איצט איז זומערצײַט,
בלויז דער אומעט אין מײַן האַרצן
אין מײַן האַרצן בלײַבט.
עס גיסט אַ קאַלטער אָסיען־רעגן,
וואָס אין ערגעץ ניט זיך אײַלט,
ער פֿאַרוויגט מײַן שטילן אומעט,
וואָס אין האַרצן מײַנעם בלײַבט…
25-24 יולי, 2020