נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 36

היטן פֿון פֿלעק דעם געוויסן…

אויפֿן קאַלענדאַר פֿון ייִדישע אָנדענקטעג איז שוין יאָרן לאַנג אָנגעצייכנט געוואָרן דער טאָג פֿון 12טן אויגוסט, ווי אַ טאָג לזכּרון די אומגעבראַכטע אין יאָר 1952 ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס. אויך הײַיאָר, נישט געקוקט אויף אונדזער קאַראַנטין־מצבֿ האָט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס דורכגעפֿירט אַן אָנדענק־פּראָגראַם, אין וועלכער ס׳האָבן זיך באַטייליקט: דובֿ־בער קערלער, מירי קאָראַל, עלינאָר ריסאַ, יעווגעני קיסין, סוועטלאַנאַ קונדיש, אַלאַן ריקמאַן, יעלענאַ שמוליענסאָן, מיִיאַ עווראָנאַ און מײַן ווייניקייט. געפֿירט האָט די פּראָגראַם שיין בייקער.

צענדליקער ייִדישע שרײַבערס, אַקטיאָרן, מוזיקערס האָבן געשמאַכט אין די לאַגערן פֿון „גולאַג‟. אַ סך איז וועגן דעם אָנגעשריבן געוואָרן און נאָך מער איז געבליבן פֿאַרשוויגן אָדער אײַנגעזונקען אין טיפֿעניש פֿון צײַט. עס איז מיר אָבער זעלטן ווען אויסגעקומען זיך אָנצוטרעפֿן אויף אַן עפֿנטלעך וואָרט, געזאָגט וועגן די פֿרויען פֿון די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס. זיי, די פֿרויען, זײַנען דאָך אַ העלדיש געשטאַלט פֿאַר זיך.

אין מויל פֿון פֿאָלק אין תּחום־המושבֿ, וואָלט מען זי גערופֿן — אַ שרײַבערקע, אויפֿן סמך פֿון אַ שוסטערקע, די פֿרוי פֿון אַ שוסטער, אָדער אַ שנײַדערקע — די פֿרוי פֿון אַ שנײַדער. ווי עפּעס אַ צוגאָב, אַ צוטשעפּעניש צום מאַנס פּרנסה. די סאָוועטישע מאַכט האָט טאַקע די ייִדישע פֿרוי באַפֿרײַט, געמאַכט זי אומאָפּהענגיק, געגעבן איר גלײַכע רעכט מיטן מאַן. די ייִדישע מיידלעך, פּונקט ווי די ייִנגלעך, האָבן זיך נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע אַ לאָז געטאָן פֿון די שטעטלעך אין גרויסע שטעט אַרײַן — אין די אוניווערסיטעטן, מאַכן קאַריערעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון קונסט, וויסנשאַפֿט, ליטעראַטור, אינדוסטריע, געזעלשאַפֿטלעכן לעבן; און דאָך, ווען ס׳פֿלעגט קומען צו אַ שידוך, האָבן ס׳רובֿ פֿון די אינטעליגענטע, אויסגעבילדעטע מיידלעך, זיך בדרך־כּלל געהאַלטן אין זייער זיווג־לעבן בײַם אַלטן טאַטע־מאַמעס נוסח.

אין די סאָוועטישע שולן, ווי אַ מוסטער פֿון הויכער מאָראַלישער געטרײַשאַפֿט די מענער, פֿלעגט מען ברענגען די פֿרויען פֿון די אַזוי גערופֿענע דעקאַבריסטן, אויפֿשטענדלער קעגן דער צאַרישער מאַכט אין דעצעמבער 1825. זיי, די פֿרויען, פֿלעגן איבערלאָזן זייערע גיטער, האָב־און־גוטס, קינדער און פֿרײַוויליק זיך לאָזן אין ווײַטע קאַלטע צפֿון־מקומות, וווּהין מ׳האָט פֿאַרשיקט אויף קאַטאָרגע זייערע מענער.

די פֿרויען פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, רעפּרעסירט סײַ פֿאַר דער מלחמה און סײַ נאָך דער מלחמה, האָט די סאָוועטישע מאַכט בגוואַלד אָפּגעטיילט פֿון זייערע קינדער און אויך פֿאַרשיקט אין די ווײַטע פֿרויען־לאַגערן. אַזוי איז געשען מיט פֿייגע האָפֿשטיין, אסתּר מאַרקיש, דינה כאַריק און אַנדערע.

די על־פּי־נס פֿאַרבליבענע אויף דער פֿרײַ פֿרויען פֿלעגן אַרבעטן מעשׂים; פֿון איין זײַט, האָבן זיי אויף זייער נעבעכדיקן געהאַלט אויסגעהאַלטן און דערצויגן קינדער, צונויפֿגענומען און געשיקט דעם מאַן פּעקלעך אין לאַגער, און פֿון דער אַנדערער זײַט, מעגלעך, ריזיקירנדיק מיט זייער אייגענער פֿרײַהייט, געשריבן אָן אויפֿהער בריוו, ביטעס, פֿאָדערונגען אין אַלע מעגלעכע אינסטאַנצן, בתוכם אין קרעמל, כּדי צו דערווײַזן, אַז זייערע מענער זײַנען נישט שולדיק, מע זאָל זיי באַגנעדיקן.

בשעתן לייענען די ענינים פֿון די פֿאַרמישפּטע און פֿאַרשיקטע בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבערס, האָב איך געזען די האַרצרײַסנדיקע בריוו און ביטעס פֿון זייערע פֿרויען, געשיקט אין די הויכע מאָסקווער פֿענצטער; זיי זײַנען געליגן אין דער זעלבער פּאַפּקע, וואָס די פֿאַרהער־פּראָטאָקאָלן פֿון זייערע מענער, מיט אַ שטעמפּל — „אָפּזאָגן‟.

די ייִדישע פֿרויען האָבן געטראָגן אויף זיך די עול אויסצוהאַלטן די משפּחה אַפֿילו נאָך דעם, ווי דער מאַן, נאָך יאָרן שמאַכטן אין די לאַגערן, האָט זיך אומגעקערט אַהיים אויסגעשעפּט, פּסיכיש־דערדריקט און צעבראָכן אָן שום אויסזיכטן פֿאָרזעצן זײַן שרײַבערישן וועג ווײַטער…

די פֿרויען פֿון די ייִדישע סאָוועטישע שרײַבערס, וואָס האָבן איבערגעלעבט די גרויסע טראַגעדיע פֿון זייערע מענער האָבן בלי ספֿק פֿאַרדינט מע זאָל זיי רופֿן — אשת־חיל!

דער פּאָעט משה טייף, וואָס איז צוויי מאָל אַרעסטירט געוואָרן — פֿאַר דער מלחמה און אין די סוף 1940ער יאָרן האָט געווידמען איינע פֿון זײַנע לירישסטע לידער דער פֿרוי:

כ׳האָב מורא, אסתּרל, כ׳האָב מורא…
ניין, לאָמיר זיך מאַכן ניט וויסן,
לאָמיר זיך בעסער ניט שווערן,
נאָר היטן פֿון פֿלעק דעם געוויסן…

ברוקלין, ניו־יאָרק, אויגסט 2020

די זום־פּראָגראַם, געווידמעט דעם 12טן אויגוסט 1952

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s