לאַפּסוס־קאַקטוס — 36

פֿאַר וואָס קומט עס דעם „שין‟?

מיט יאָרן צוריק האָב איך אָנגעשריבן אַ געגראַמטן „אַלף־בית‟. כ׳בין, אַוודאי, ווײַט נישט אָריגינעל — עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך לידער, לעגענדעס און מעשׂהלעך וועגן דעם ייִדישן „אַלף־בית‟, וואָס טראָגט אין זיך די חכמה פֿון תּורה.

כ׳דערמאָן זיך, אַז ווען ס׳איז געקומען צום אות „שין‟, איז פֿון מײַן קינדשאַפֿט אַרויסגעשוווּמען די שטענדיק פֿאַרשניאָשקעטע נאָז פֿון אונדזער שכן שיקע מיטן צונאָמען — שיקע דער שיכּור. אַזוי האָט דער אות „שין‟, זאָל מיר מוחל זײַן, זיך פֿאַרקניפּט מיטן וואָרט שיכּור:

ר׳ שין נעמט קיין טראָפּן, קיין לעק, און דאָך:
„אַ ביטערער שיכּור!‟ — דער שם גייט אים נאָך.

נאָך אַזאַ קוריאָז האָבן שוין אָנגעהויבן אַרויסשווימען און זיך דרייען בײַ מיר אין קאָפּ, ווי אַ שוואָרעם וועספּן כּל־מיני אַנדערע ווערטער, וואָס הייבן זיך אָן מיט דעם שלי־מזלדיקן אות „שין‟ — און גאָר נישט לײַטישע. דהײַנו:

(לויטן סדר)
שאָדנווינקל — אַזוי פֿלעגט מיך רופֿן די באָבע, ווען כ׳האָב צעבראָכן עפּעס אַ כּלי אָדער איבערגעקערט דעם עמער וואַסער.

שאַכער־מאַכער — אַן אַנדער אונדזער שכן, וואָס פֿלעגט דרייען געשעפֿטן, האָט מען אויף אים געזאָגט: „רחמיאל — אַ גרויסער שאַכער־מאַכער!‟

שאַלאָפּײַ — דאָס וואָרט פֿלעג איך אַליין נישט איין מאָל הערן: „ביסט אַ ליידיקגייער און אַ שאַלאָפּײַ!‟

שאַנד — בדרך־כּלל האָט מען עס געקאָנט הערן צוזאַמען מיטן וואָרט „בושה: „אַ „שאַנדע און אַ בושה!‟ — ערגערס איז שוין נישט געווען. מיטן וואָרט „שאַנד‟ פּאָרן זיך גענוג אַנדערע ווערטער, וואָס זייער באַטײַט פֿאַרשאַפֿט נישט קיין גרויסן כּבֿוד:
שאַנדגליד, שאַנדהויז, שאַנדסלופּ, שאַנדפֿלעק, שאַנדרע־באַנדרע וכדומה

שאַנטאַזש, שאַנטאַזשירן, שאַנטאַזשיסט/קע — אויף ייִדיש זאָגט מען: אַ גנבֿ איז אַ פּראָפֿעסיע, אַ שאַנטאַזשיסט איז אַ האָבי.

שאַרלאַטאַן/קע. — לאָמיר דאָ דערמאָנען יעקבֿ גאָרדינס פּיעסע „שלמהקע שאַרלאַטאַן‟; אָדער דאָס ליד „קום, לייבקע טאַנצן‟: ווער ער איז אַ פֿײַנער מאַן,/ ווער אַ לומפּ, אַ שאַרלאַטאַן

שייגעץ — אַ שייגעץ בלײַבט אַ שייגעץ, אָבער ס׳איז גענוג צוגעבן דעם „ל‟ —
שייגעצ/ל, ווי דאָס וואָרט ווערט וואַרעמער, האַרציקער און צומאָל רחמנותדיק.

שד, שדיכע, שדל… — טפֿו, טפֿו, טפֿו!

שווא־ושקר — מײַן זיידע ע״ה פֿלעגט זאָגן, אַז „שווא ושקר איז מער ווי איין גרויסער ליגן!‟

שוואַנץ און שווענצל — עס קאָן זײַן פּשוט אַן עק, אַ וויידל און אין אייניקע ייִדישע דיאַלעקטן, פּונקט ווי די דערמאָנטע סינאָנימען — אַ מענערישער אבֿר.

שוואַנצעוואַטע — אַנדערש געזאָגט, ווײַט נישט קיין חכם.

שוואַרץ — סתּם „שוואַרץ‟, מיינט נישט מער ווי די פֿאַרב. ס׳איז אָבער גענוג צוגעבן: שוואַרץ־תּומאה, שוואַרץ־יאָר, שוואַרץ־מאה, שוואַרץ־לעבן, שוואַרצן די גרענעץ — מאָלט זיך שוין גאָר אַן אַנדער שוואַרץ־בילד.

שווײַן — שוין בעסער אויסמײַדן דעם דײַטשמעריזם און אויף אַ שלעכטן פּאַרשוין פּשוט זאָגן — חזיר!

שווינדל, שווינדלען, שווינדלערײַ און סתּם אַ שווינדלער/קע — אָדער פּשוט אַן אַפֿעריסט.

שוויצער/קע — אַזעלכע טרעפֿן זיך אויף שריט און טריט אין אַלע צײַטן. וועגן אַזעלכע לײַט זאָגט מען: אַ שוויצער האַקט אַ טשײַניק און ווערט נישט פֿאַרשוויצט.

דאָ וועלן מיר אָפּכאַפּן דעם אָטעם און ממשיך זײַן אין קומעדיקן נומער!

מיט שלום און שלווה,
לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s