מיכאל דונאַיעווסקי
מאַריִע-טערעזיעס גזירה
מאַריִע-טערעזיע, די קייסעריניע, האָט באַשלאָסן די ייִדן אַוועקצוטרײַבן „אויף אייביק פֿון אַלע לענדער פֿון איר מלוכה‟…
באַדינגונגען פֿון דער דאָזיקער גזירה זײַנען געווען אומגלייבלעך האַרטע. לויט דעם קייסעריניעס לאַקאָנישן עדיקט, וואָס האָט טאַקע געהאַט נאָר אַ פּאָר ווערטער, אַרויסגעגעבן דעם 18טן דעצעמבער 1744 פֿאַר בעמען און מערן מיט שלעזיען, האָט מען דעם 2טן יאַנואַר 1745 געמוזט פֿאַרלאָזן די פּראָגער געטאָ ביז סוף יאַנואַר, און די גאַנצע מלוכה האָבן אַלע ייִדן געמוזט פֿאַרלאָזן ביז סוף יוני! דער אונטערשייד צווישן אַנדערע ענלעכע גזירות אין פֿאַרגאַנגענהייט און דער איצטיקער איז געווען, אַז דאָס מאָל האָבן די ייִדן געמוזט באמת אַוועקפֿאָרן פֿון דער מלוכה; זיי האָבן ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט זיך בלויז אַריבערציִען אויף אַ צײַט אין אַן אַנדער טייל פֿון דער מלוכה, ווי עס איז אָפֿטלעך געווען פֿריִער. ווי אַ סיבה צו דער גזירה איז געווען די טענה אָדער די באַשולדיקונג, וואָס איז קיינמאָל ניט באַשטעטיקט געוואָרן — אַ קאָאָפּעראַציע פֿון בעמישע און מערישע ייִדן מיט פּרײַסן, מיט וועלכער מאַריִע-טערעזיע (1780-1740) האָט אין יענער צײַט געפֿירט אַ מלחמה.
וואָס זשע איז אַזוינס געשען, אַז די קייסעריניע האָט אַזוי פּלוצעמדיק באַשלאָסן אָנצונעמען אַזאַ ראַדיקאַלן באַפֿעל? די היסטאָריקער טענהן, אַז די סיבה דערצו זײַנען געווען געוויסע געשעענישן, וואָס זענען פֿאַרלאָפֿן אין דער צײַט פֿון פּרײַסישער אָקופּאַציע פֿון פּראָג סוף זומער 1744.

בעת דער פּרײַסישער באַלאַגערונג פֿון פּראָג, האָט די ייִדישע געטאָ צוגעשטעלט מענער צו רעמאָנטירן די שטאָטמויערן. זיי האָבן דאָרט תּמיד געאַרבעט לויט די באַדערפֿענישן, אַ חוץ שבת, פֿאַרשטייט זיך. ווי אַ קאָמפּענסאַציע פֿאַר דעם, האָט די געטאָ צוגעשטעלט יעדן זונטיק צוויי מאָל אַזוי פֿיל מענער. די אַרבעט אין די שבתים האָבן די ייִדן איגנאָרירט אויך בשעת דער פּרײַסישער באָמבֿאַרדירונג פֿון פּראָג. מע זאָגט, אַז פֿאַר דעם זענען די ייִדן געווען באַשטראָפֿט. אין פּראָג, ווי תּמיד, ווען עס פֿלעגט אויפֿקומען אַ שווערע פּראָבלעם, האָט מען אין דעם באַלד באַשולדיק די ייִדן. האָבן זיך אויך איצט גלײַך פֿאַרשפּרייט פֿאַרשידענע קלאַנגען, אַז די ייִדן זענען פֿאַרבונדן מיטן פּרײַסישן שׂונא. דערצו האָט אויך מיטגעווירקט דער פֿאַקט, אַז אין די ערשטע טעג פֿון באָמבאַרדירונג איז קיין איין פֿײַער־באָמבע ניט געטראָפֿן אין דער געטאָ. מ׳האָט זיך געשושקעט וועגן 15 טויזנט דוקאַטן, וואָס די ייִדן האָבן כּלומרשט באַצאָלט די פּרײַסן ווי אַ „מתּן-בסתּר‟ …
ווען עסטרײַך האָט שפּעטער געמוזט קאַפּיטולירן, האָבן די סאָלדאַטן פֿון דער עסטרײַכישער אַרמיי, צוזאַמען מיט די פּראָגער גוייִשע אײַנוווינער, זיך אַרײַנגעשלאָגן אין קאָפּ, אַז די ייִדן זענען שולדיק אין דער דאָזיקער קאַפּיטולאַציע. אין דעם זעלבן טאָג פֿון קאַפּיטולאַציע האָבן זיי געמאַכט אַ פּאָגראָם. בשעת מעשׂה האָבן זיי באַראַבעוועט עטלעכע שילן און ייִדישע הײַזער, און דרך-אַגבֿ געהרגעט פֿיר ייִדן. דער עסטרײַכישער שטאָט-קאָמענדאַנט, וואָס האָט שוין געהאַט פֿאַרלאָזט זײַן שטעלע, האָט זיך ניט געוואָלט אַרײַנמישן אין דער סיטואַציע, און די פּאָגראָמשטשיקעס זענען אַוועקגעטריבן געוואָרן פֿון דער געטאָ נאָר דורך די פּרײַסן.
די אָקופּאַציע-מאַכט האָט געפֿאָדערט מע זאָל איר צאָלן אַ מערקווערדיקע קאָנטריבוציע, פֿון וועלכער די ייִדישע געטאָ האָט געצאָלט אַ טייל; אָ חוץ דעם, האָט זי „פֿאַרבראַכט‟ צײַט בײַם ראַבעווען די אַדל־הײַזער און פּאַלאַצן. די אַדללײַט האָבן פֿאַר שרעק געכאַפּט די פֿיס אין די הענט און געלאָזט זייער פֿאַרמעגן אויף הפֿקר. די פּרײַסישע זעלנערס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, אויסגענוצט דעם מצבֿ און געלאָזט אין גאַנג אַ שלל מיט רויבערײַ, וואָס איז בײַם סוף אויסגעקויפֿט געוואָרן דורך די פּרײַסישע ייִדן. זיי זײַנען, ווי דער שטייגער איז דעמאָלט געווען, נאָכגעגאַנגען נאָך דער פּרײַסישער אַרמיי. ניט געקוקט אויף די שטרענגע וואָרענונגען פֿון דער פּראָגער קהילה-פֿאַרוואַלטונג, האָבן זיך אייניקע זאַכן פֿון די רויבערײַען פֿאָרט געפֿונען אין דער געטאָ. אַפֿילו אויב דאָס איז געווען אָ קליינער טייל פֿון רויב, האָבן די פּראָגער קריסטלעכע אײַנוווינער סײַ־ווי געטענהט, אַז די היגע ייִדן האָבן אָפּגעקויפֿט אַלע אוצרות פֿון די צערויבטע פּאַלאַצן.
די אָקופּאַציע פֿון פּראָג האָט, דאַנקען גאָט, צו לאַנג ניט געדויערט. די ייִדן האָבן אָבער ממילא מורא געהאַט, אַז זיי קענען באַשולדיקט ווערן אין מלוכה-פֿאַרראַט. האָבן זיי געבעטן פֿון דעם פּרײַסישן שטאָט-קאָמענדאַנט, אַז בעתן אַריבערפֿירן די שטאָט צוריק אונטער דער עסטרײַכישער פֿירערשאַפֿט, זאָל ער באַשטעטיקן, אַז די פּראָגער ייִדן האָבן ניט געטאָן קיין שום אומגעזעצלעכע זאַכן. זעט אויס, אַז זיי האָבן טאַקע געגלייבט אין דעם, אַז אַן אָפֿיציר-וואָרט האָט מער ווערט ווי דאָס ייִדישע און מע וועט אים טאַקע גלייבן. אָבער אין די אויגן פֿון די פּראָגער קריסטלעכע אײַנוווינער האָט עס אויסגעזען פּונקט פֿאַרקערט — שולדיק זענען געבליבן די ייִדן. ווי באַלד די פּרײַסן האָבן פֿאַרלאָזט די שטאָט, איז די געטאָ ווידער באַפֿאַלן געוואָרן דורך די פּאָגראָמשטשיקעס. אויסער די אָרטיקע פּראָגער אײַנוווינער, האָבן זיך אינעם ערשטן פּאָגראָם באַטייליקט אויך סאָלדאַטן פֿון דאַלמאַטישן און אונגערישן פּאָלקן בײַ דער עסטרײַכישער אַרמיי. דער איצטיקער פּאָגראָם, וווּ עס זענען דערהרגעט געוואָרן 13 ייִדן און אַ 300 ייִדן זענען שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן, איז אָנגעגאַנגען שעהען-לאַנג און האָט זיך פֿאַרענדיקט נאָר נאָך דער אַרײַנמישונג פֿון דער עסטרײַכישער אַרמיי.
די פֿאַרוואַלטער פֿון פּראָג האָבן שפּעטער פֿאַראורטיילט דעם פּאָגראָם און אַרויסגעפֿאָדערט אומצוקערן דאָס צוגערויבטע פֿאַרמעגן. די ייִדן, וואָס זענען געווען פֿאַרבונדן מיט די פּרײַסישע זעלנערס, זענען פֿון דעסטוועגן אײַנגעזעצט געוואָרן אין תּפֿיסה און פֿאַרמישפּט צום טויט דורכן שטאָטגעריכט…
מאַריִע-טערעזיע האָט ניט באַשטעטיקט די טויט-אורטיילן; זי האָט פּראָסט-און-פּשוט באַשלאָסן צו באַשטראָפֿן אַלע ייִדן אין בעמען, מערן און שלעזיען, שולדיקע און אומשולדיקע — אַלע אין איינעם…
המשך קומט