שפּיאָן ליאָשקע וואָלקאָוו (5)

יעווגעני קיסין

5
— די מיליציע?! און װען אין באַקו [1] האָט מען געקױלעט די אַרמענער, װוּ איז געװען די מיליציע?! מאַראַט, גענוג זיך מאַכן נאַריש! װילסט, כ׳זאָל קריגן אַ האַרץ-אַטאַקע, צי װאָס? יעדעס מאָל, װען דו גײסט אַרױס פֿון דער שטוב, קאָן איך קריגן אַן אינפֿאַרקט — װײַל „פּאַמיאַט‟ [2] איז אומעטום!

פֿון דעם חתן-כּלהס צימער האָט זיך דערהערט אירעס סמאָטשקען און ליאָשקעס קרעכצן, און אין קיך האָט דער טאַטע געפּרוּװט, אָן דערפֿאָלג, זיך אָפּטשעפּען פֿון די צװײ רוסישע פֿרױען:

— נו, װאָס װעל איך דאָרט טאָן, אין ישׂראל?
— װעסט האָבן װאָס צו טאָן! אַלע געפֿינען דאָרט װאָס צו טאָן — און דו װעסט אויך געפֿינען. דערצו וועסטו אין עטלעכע יאָר אַרום אַרױסגײן אױף פּענסיע. װעסט באַקומען אַ בעסערע פּענסיע, װי דאָ! דײַן גאַנץ לעבן האָסטו דאָ אָפּגעהאָרעװעט אױף אונדזער שײנער מלוכה, און איצט קאָן אַיעדער פּאַסקודניאַק אױף דער גאַס דיר דערלאַנגען איבערן קאָפּ, מע קאָן דיך אַפֿילו דערהרגען, גאָט זאָל אָפּהיטן, און קײנער װעט זיך פֿאַר דיר ניט אײַנשטעלן!
— נו, טאַקע, מאַראַט קירילאָװיטש, — האָט שטיל געזאָגט אירעס מאַמע, װערע איװאַנאָװנאַ, — אירע קען די שפּראַך און װעט אונדז העלפֿן אױסלערנען זי כאָטש װי–ניט–איז. איר זעט דען ניט, װאָס עס טוט זיך דאָ איצט: אַן עכטער באַנדיטיזם! אַלע, װאָס קאָנען עס טאָן, פֿאָרן אַװעק…
— שױן אַלע דײַנע פֿרײַנד זײַנען אַרויסגעפֿאָרן! — האָט אונטערגעכאַפּט די מאַמע, — אַפֿילו פֿימע, אַזאַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט געװען — און אױך אַװעק! ביסט דער איינציקער, הייסט עס, אַזאַ קלוגער פֿון אַלע אַנדערע, יאָ?

* * *

— אײַער נאָמען און פֿאַמיליע־נאָמען? — האָט געפֿרעגט שוין צום טױזנטן מאָל דער סוטולעװאַטער און פּליכעװאַטער מיטל־יאָריקער מענטש, װאָס איז געזעסן בײַם טיש אין דער קלײנער קאַבינע אינעם בן–גוריון אַעראָפּאָרט. ס׳איז שױן געװען נאָך האַלבער נאַכט, ווען ער האָט דערהערט:

— אתה יכול מדבר עברית איתי.

דער מענטש האָט אָפּגעריסן די אױגן פֿון דער אַנקעטע.

— איר קענט עבֿריתּ? — האָט ער געפֿרעגט אױף רוסיש, קוקנדיק מיט חידוש אױף דער יונגער פֿרױ מיט טיפּיש סלאַװישע געזיכט–שטריכן, װאָס איז געשטאַנען פֿאַר אים.
— כן, — האָט אירע באַשטעטיקט.
— און פֿון װאַנען קענט איר עבֿריתּ? — ער האָט נאָך אַלץ גערעדט אױף רוסיש.
— איך האָב עס געלערנט אינעם מאָסקװער אוניװערסיטעט.
— גם אני מכיר קצת עברית, — האָט ליאָשקע געזאָגט, — נאָר געלערנט האָב איך אין אוניװערסיטעט אַראַביש, און דאָס איז מײַן פֿאַך.
— אַראַביש איז אײַער פֿאַך? — די מידקײט איז נעלם געװאָרן פֿון דעם טשינאָװניקס פּנים.
— יאָ, איך בין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער אַראַביסט און האָב אַ סך געאַרבעט װי אַן איבערזעצער מיט אַראַבישע דעלעגאַציעס אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד.

דער טשינאָווניק איז שיִער ניט אונטערגעשפּרונגען פֿונעם בענקל.
עפּילאָג

ליאָשקע, װי געװײנטלעך, איז ניט געװען אין דער הײם: אומגעקערט זיך פֿונעם שמועס, אױף װעלכן מ׳האָט אים אײַנגעלאַדן שױן אױפֿן אַנדערן טאָג נאָך זײער אָנקומען, האָט ער דערקלערט זײַנע בני–בית, אַז זײ זאָלן ניט פֿרעגן, װוּ ער אַרבעט, ווײַל ער וועט עס זיי סײַ־ווי ניט זאָגן. פֿון דעמאָלט אָן איז ער יעדן טאָג געבליבן אױף דער אַרבעט ביז שפּעט אין אָװנט. װאָס שײך אירען, האָבן דאָ קײן שום סודות ניט געקאָנט זײַן: זי האָט זיך גלײַך אײַנגעאָרדנט װי אַ לערערקע אינעם אולפּן, װאָס איר מאַמע און ליאָשקעס עלטערן האָבן אָנגעהױבן באַזוכן. יעדן אָװנט האָט זי מיט זײ װײַטער געקנעלט עבֿריתּ אין דער הײם.

— מה שמך? — האָט זי איבערגעחזרט װידער און אָבער.
— שמי װערע.
— ומה שמך?
— שמי גאַלינע.
— ומה שמך?
— שׂימחה, שׂימחה… — האָט דער טאַטע אַ בורטשע געטאָן און איז שװער אױפֿגעשטאַנען פֿונעם בענקל, — כ׳װעל גײן רײכערן אַ ביסל…
— גאַלינע װאַסיליעװנאַ, את אהבת ישׂראל? — האָט אירע ממשיך געװען.
— כן, אני אהבת ישׂראל.
— ואת, אימא, את אהבת ישׂראל?
— כן, אני אהבת מעוד ישׂראל.
— כן–כן, — האָט אונטערגעכאַפּט ליאָשקעס מאַמע, — גם אני אהבת מעוד ישׂראל!

אױפֿן גאַניק האָט דער טאַטע גערייכערט זײַן ציגאַרעט, אָנשפּאַרנדיק זיך מיט די עלנבױגנס אין דער אָפּגעריבענעם פּאָרענטש. ער האָט אומעטיק געקוקט ערגעץ אין דער װײַט און געזיפֿצט:

— עך, אומזיסט זײַנען מיר אַװעקגעפֿאָרן…

[1] — געמיינט דאָ די בלוטיקע געשעענישן פֿון יאַנואַר 1990
[2] „פּאַמיאַט‟ (память) — רוסישע נאַציאָנאַליסטישע אַנטיסעמיטישע אָרגאַניזאַציע פֿון די 1980־1990ער יאָרן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s