אין מײַן לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָרישער אַרבעט קומט מיר כּסדר אויס זיך צו פֿאַרהאַלטן אויף אַ וואַרט, אַ זאַץ, אַ פֿראַזע, — חלילה, נישט צוליב צענזור, וואָס אין די צײַטן פֿון מײַן אַרײַנגיין אינעם היכל פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור, איז עס געווען שיִער נישט די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿונעם רעדאַקטאָר — נישט דערלאָזן אַ קראַמאָלע אינעם טעקסט!
יענע צײַטן זײַנען, דאַנקען גאָט, געבליבן אין מײַן נעכטן. די הײַנטיקע אַרבעט פֿון אַ רעדאַקטאָר מיינט, קודם־כּל, נישט „פֿאַרבעסערן‟ דעם שרײַבער, נאָר אויסרייניקן זײַן טעקסט פֿון די „זאַמדעלעך‟, וואָס ער האָט זיי נישט באַמערקט. זיי זײַנען געבליבן אויף די ציין און סקריפּען. עס קאָן זײַן אַ קלייניקייט — איין וואָרט, ווי למשל, אין אַזאַ זאַץ:
ס׳איז טשיקאַווע צו שטעלן די פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן די פּוילישע ייִדישע צײַטונגען אָנגעצייכנט זייער לעצטן תּישעה־באָבֿ?
דאָס וואָרט „אָנצייכענען‟ טראָגט דאָ אין זיך מער פֿון „מאָלן‟ איידער פֿון „דעפֿינירן‟. דער מחבר האָט בפֿירוש געמיינט מער פֿון „דעפֿינירן‟. ס׳איז גענוג צו בײַטן דעם פּרעפֿיקס פֿון „אָנ‟ אויף „באַ‟, עס זאָל גלײַך ווערן פּינקטלעכער און דײַטלעך דער גאַנצער זאַץ:
ס׳איז טשיקאַווע צו שטעלן די פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן די פּוילישע ייִדישע צײַטונגען באַצייכנט זייער לעצטן תּישעה־באָבֿ?
אַן אַנדער זאַץ:
ווי אַזוי האָבן ייִדן באַגריפֿן דעם חורבן פֿאַרן חורבן — בלײַבט אַ קשיא.
דער מחבר האָט טאַקע געמיינט, „באַגרײַפֿן‟ דעם חורבן, אָבער אין תּוך פֿון אָט דעם זאַץ, וואָלט פֿאָרט פּינקטלעכער געווען זיך באַנוצן מיטן וואָרט „באַנעמען‟, וואָס איז מער אַרומנעמיק:
ווי אַזוי האָבן ייִדן באַנומען דעם חורבן פֿאַרן חורבן — בלײַבט אַ קשיא.
„באַגרײַפֿן‟ און „באַנעמען‟ — זײַנען סינאָנימען, אָבער אינעם זאַץ האָט יעדער וואָרט זײַן אייגענעם „גלאַנץ‟.
צוויי אַנדערע סינאָנימען — „חילוק‟ און „אונטערשייד‟. ביידע ווערטער מיינען ממש דאָס זעלבע: ווי אַזוי איז עס אַנדערש? „חילוק‟ — איז אַ לשון־קודש־שטאַמיק וואָרט און „אונטערשייד‟ — קומט אַרויס פֿונעם דײַטשישן וואָרט „Unterschied‟.
אויב ס׳איז אײַך ווייניק די צוויי סינאָנימען, קאָן איך צוגעבן נאָך אַ דריטן — „נפֿקא־מינה‟. די פֿראַגע אָבער בלײַבט: ווען זשע שטעלט מען אין זאַץ אַרײַן „חילוק‟ און ווען — „אונטערשייד‟?
עס ווענדט זיך פֿונעם זאַץ און פֿון דעם, וואָס מע וויל אינעם זאַץ באַטאָנען. אָט איז דער זאַץ:
דאָס בין איך געווען, דער שׂטן, ניט גאָט, און עס איז געװען אויף דײַן אַחריות צו פֿאַרשטײן דעם חילוק/אונטערשייד.
ביידע ווערטער זײַנען דאָ צום אָרט און גיבן איבער דעם פֿולן זינען פֿון זאַץ. פֿון דעסטוועגן, ווערט עס געזאָגט פֿונעם שׂטן, אַ מיפֿאָלאָגישע געשטאַלט, דערצו נוצט ער פֿריִער דאָס העברעיִש־שטאַמיק וואָרט „אַחריות‟. דעריבער, מיין איך, אַז ס׳איז מער פּאַסיק צו פֿאַרענדיקן די פֿראַזע מיטן וואָרט „חילוק‟. ס׳איז סטיליסטיש אויסגעהאַלטן און סע מאַכט די איראָניע נאָך בולטער.
אַן אַנדער פֿראַגע מכּוח די סינאָנימען — „עק‟ און „וויידל‟, אין זינען פֿון ענדגליד. בכלל דאַרף מען מיט ביידע ווערטער זײַן פֿאָרזיכטיק, ווײַל אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער מאַפּע, האָט מען אין די ווערטער אַרײַנגעלייגט אַן אייגענעם טײַטש. אין נחום סטוטשקאָווס „אוצר‟ געפֿינט זיך דאָס וואָרט „וויידל‟ צווישן די ווערטער פֿון געשלעכטטייל. אין בעסאַראַביע, למשל, איז געווען פּונקט פֿאַרקערט: דווקא דאָס וואָרט „עק‟ פֿלעגט מען באַנוצן ווי אַ געשלעכטטייל. מעגלעך, כּדי אין גאַנצן אויסצומײַדן מיספֿאַרשטענדענישן מיט ביידע ווערטער, איז מער פֿאַרשפּרייט געוואָרן דאָס רומעניש־אָפּשטאַמיק וואָרט „קאָדע‟.
אַזוי אַז אַ הונט און אַ קאַץ האָבן געהאַט אַ קאָדע. זיי האָבן מיט זייער קאָדע געקאָנט דרייען, ווי אַ מענטש מיט זײַן נאָז, אָבער קיין מאָל נישט „דריידלען‟!
בלי־ספֿק, אַז יעדער אָנגעשריבענער טעקסט, איידער ער ווערט פּובליקירט, נייטיקט זיך אין נאָך אַ פּאָר אויגן, ווי מע זאָגט אין ייִדיש. צום גרויסן באַדויערן, בשעתן לייענען אייניקע ייִדישע אַרטיקלען, אָפּגעדרוקט הײַנט אין געוויסע ייִדישע פּובליקאַציעס, קריכן די אויגן אַרויס פֿונעם קאָפּ און מײַנע ציין ווערן פֿאַרשטאָפּט מיט זאַמד, אַז עס לויפֿט אַזש דורך אַ גרויל איבערן לײַב.
אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס
End of story
LikeLike