משה לעמסטער
דער יוגנטווײַן
אויף דער עלטער אָפֿטער
גרוי איז דער אַרום
נאָר עס שײַנט אין האַרצן
פֿון יוגנט נאָך אַ בלום.
ס’שרעקט מיך ניט דער אומעט
און דער נשמהס פּײַן,
ווײַל אין בלוט אין מײַנעם
שפּילט נאָך יוגנטווײַן.
מע זעט ניט לויט די אויגן
מײַנע יאָרנס צאָל,
אין זיי די שפּריצן יוגנט,
ווי זעמדעלעך פֿון גאָלד…
זאָלן די יאָרן לויפֿן
איז וואָס זשע, אַז די יאָרן לויפֿן
אײַלן זיך פֿאַרויס.
איז וואָס זשע, אַז די יוגנט בלויע
פֿאַרוועלקט האָט ווי אַ רויז.
הײַנט בריט שוין ניט ווי פֿרי’ר די ליבע,
עס שיכּורט ניט ווי פֿרי’ר מײַן ליד…
נאָר איך בין רויִק כ’לעב ניט איבער,
מײַן עלטער האָט זיך דאָך צעבליט!
די חלה און דאָס מיידל
(פֿאָלקסמאָטיוו)
געשמאַק איז די ווײַסע חלה
פֿון דעם מאַמעס אויוון.
נאָר געשמאַקער איז מײַן כּלה
מיט די שוואַרצע אויגן.
דער שבת שײַנט מיט שטראַלן
באַטעמט דער מאַמעס עסנס.
בײַם טיש עס זיצט מײַן כּלה,
ווי שבת, די פּרינצעסין…