מישע שאַפּיראָ
אין אַ פֿרילינג פֿאַרנאַכט
צי זשוקלעך אינטערעסירן זיך מיט מענטשלעכע עמאָציעס? יאָ, איך װײס עס, אַנדערש װאָלט איך אַזױ נישט געזאָגט.
איך געדענק שוין נישט דעם פֿרױס נאָמען. מיר האָבן שטודירט מאַטעמאַטיק צוזאַמען. דער זמן איז געקומען צו דער שײנער, װױלער פֿרילינג־צײַט, װען טראַכטן און לערנען זיך װערן פּלוצלינג אידיליש. און אַזױ זײַנען מיר געזעסן בײַ אַ גאָרטן־טיש אין איר הױף אין אַ צאַרטן אָװנט. צוריק געשמועסט, האָב איך איבערגעלעבט געװאַלדיקע עמאָציאָנעלע יסורים. עס האָט אָנגעהױבן גיסן זיך פֿון מיר אַ שטראָם, װי די נאַטורקראַפֿט אין אַ גײזער פֿון צאָרן און פּײַן. סוף-כּל-סוף, בין איך אַנטשװיגן געוואָרן.
אַ גרױסער זשוק איז געזעסן אױף אַ צװײַגל, וואָס האָט געטײַטלט אינעם טיש. ער האָט אױף אונדז געקוקט. אױף מיר געקוקט. צי איז עס געװען עפּעס אַ זשוקישער טאַפּערל־חוש, װאָס מיר װעלן קײנמאָל נישט פֿאַרשטײן? איך האָב געשװיגן, האָט ער אַ מאַך געטאָן מיט עטלעכע פֿיסלעך — אַ מאָדנער מעכאַנישער מאַך, װאָס מע קען עס טאָן נאָר אַז מען וווינט אין אַן עקסאָסקעלעט, — זיך אַרומגעקערט און איז אַװעקגעפֿלויגן.
וועגעטאַריער קלאַוס און „געהיימע סעודה‟
ער האָט געהײסן קלאַוס סטאָטשעק. איך בין מיט אים באַקאַנט געווען אַ פּאָר מאָנאַטן מיט אַ 50 יאָר צוריק. ער איז געװען אַ װעגעטאַריער — דער ערשטער וועגעטאַריער, װאָס איך האָב געקענט. עס איז געװען אַ נײַער באַגריף פֿאַר מיר און איך האָב נישט גוט רעאַגירט.
„דו װילסט מיך לאָזן אָן פֿלײש!‟ — איך האָב שטאַרק ליב געהאַט פֿלײש, בפֿרט די האַרטע סאַלאַמיס פֿון קאַצס כּשר־דעלי; און די פּעפּעראָני און פּראָװאָלאָנע סוב-סענדװיטשן, װאָס מע האָט געקענט באַשטעלן אין „סוב-סטײשן‟, אין פּאָרט דשעפֿערסאָן. אין יענע יאָרן איז אַ װעגעטאַריער פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר אַ מאָדנעם פּאַרשוין. סוף־כּל־סוף, האָט די קאָלעדש־קאַפֿעטעריע מסכּים געװען צו האָבן אײן וועגעטאַריש מאכל אַ װאָך. איך טראַכט עס נישט אױס! אין אַ פּאָר יאָר אַרום בין איך אױך געװאָרן אַ וועגעטאַריער.
קלאַוס האָט געװױנט מיט דער מאַמען אין אַסטאָריע, אין אַ קלײנער קעלער־דירה מיט הױלע רערן. איך האָב זײ באַזוכט. זײ האָבן זיך געהאַלטן בײַ אַ דײַטשער נאַטור־טראַדיציע פֿון נאַטירלעכן עסן — קרײַטעכץ-רפֿואות און אַנדערע אַזעלכע זאַכן. זײַן מאַמע האָט געמאַכט פֿאַר אונדז טײ פֿון מאַריכואַנע. איך װאָלט נישט געזאָגט, אַז זײ זײַנען געװען היפּיס, אָבער זײער גלױבן האָט זיך אַרײַנגעפּאַסט אין יענע צײַטן.
קלאַוס האָט געהאַט אַן אַמאַטאָרישן פֿילמיר-אַפּאַראַט פֿאַר אַ טאַשמע פֿון אַכט מילימעטער. ער האָט מיר דערצײלט, אַז ער װאָלט געװאָלט מאַכן אַ פֿילם פֿון דער לעצטער „געהיים־סעודה‟, װוּ מען װעט עסן ברױט, טרינקען װײַן און רײכערן מאַריכואַנע. מיר איז עס אַוודאי נישט אָנגעגאַנגען. װאָס איז פֿאַר מיר די „געהיימע סעודה‟? איך האָב געמײנט, אַז דאָס איז אַ נאַרישקײט. „מ׳האָט נישט געקאָנט רײכערן מאַריכואַנע בײַ דער לעצטער סעודה!‟ — האָב איך געטענהט. קלאַוס האָט פֿאָרט געהאַלטן, אַז דאָס װאָלט געװען „קוּל‟, װײַל דאַן װאָלט מען געהאַט אַ קאָמונע אין אַלע דרײַ פֿאַזעס פֿון חומר: סאָליד, פֿליסיק און גאַז.
נישט לאַנג צוריק האָבן די אַרכעאָלאָגן געפֿונען אַ 2500־יאָריקן היכל אין נגבֿ, און אױף דעם מזבח איז געװען פֿאַרברענט געװיקסװאַרג. װאָס פֿאַר אַ געװיקס? שטעלט זיך פֿאָר — מאַריכואַנע. די אוראַלטע בני-ישׂראל, לאָזט זיך אויס, האָבן גערייכערט מאַריכואַנע אינעם היכל.
זעט אויס, אַז קלאַוס סטאָטשעק איז נישט געװען װײַט פֿון דעם אמת.
די חכמה פֿון היפּיס
אַ היפּי האָט מיר דערצײלט די מעשׂה מיט לאַנגע יאָר צוריק. איך האָב זי קײנמאָל נישט פֿאַרגעסן.
אַז ריטשאַרד ניקסאָן איז געװען אַ יונגער־מאַן, איז גאָט געקומען צו אים און געזאָגט: „דיקי, בחור מײַנער, דו ביסט מײַן מענטש. דו װעסט בוצקען די רױטע טשודאַקעס, און װעסט זײַן דער ערשטער קנאַקער!‟ — און ריטשאַרד ניקסאָן האָט געגלײבט אין דעם.
און אַזױ איז טריקי דיקי אַרײַן אין קאָנגרעס. דאָרט איז ער געװאָרן אַ מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע, וואָס האָט אויסגעפֿאָרשט די אַנטי־אַמעריקאַנישע טעטיקייט און געקעמפֿט קעגן די רױטע. אויפֿן פֿערד פֿון נצחון איבער זיי איז ער אַרײַנגעפֿאָרן גלײַך אין דעם װײַסן הויז, װוּ ער האָט אָפּגעהאַלטן אַ געװאַלדיקן צװײטן נצחון.
און פּלוצעם איז געקומען דער סקאַנדאַל Watergate, און אַלץ איז געבליבן ליגן אין דר’ערד. ניקסאָן איז אַרומגעגאַנגען איבער די קאָרידאָרן פֿון דעם װײַסן הויז און גערעדט צו די בילדער פֿון די פֿאָריקע פּרעזידענטן. הענרי קיסינדזשער האָט אַזש אָנגעקלונגען אין „פּענטאַגאָן‟ און געזאָגט: „דער פּרעזידענט איז חסר-דעה. אַז ער װעט פֿאָדערן מע זאָל אַראָפּוואַרפֿן אַ באָמבע, זאָל מען עס נישט טאָן.‟
אין אָוואַל־קאַבינעט האָט אָנגעהויבן שמעקן מיט פּולווער. דאָס האָט דער שׂטן גערייכערט זײַן ציגאַר און געדרייט מיטן עק.
„נו, דיקי, בחור מײַנער, עס איז צײַט צו באַצאָלן.‟
„װאָס? װאָס מײנט איר?‟
„געדענקסט נישט, דיקי? מיר האָבן מיט דיר געהאַט אַן אָפּמאַך.‟
„איך האָב נישט קײן שום אָפּמאַך מיט אײַך נישט געמאַכט. איך האָב אַן אָפּמאַך מיט גאָט!‟
„נײן, דיקי, בחור… דאָס בין איך געװען, ניט גאָט, און עס איז געװען אויף דײַן אַחריות צו פֿאַרשטײן דעם חילוק‟.