וויניצע — „ירושלים ד׳פּאָדאָליע‟

לאה שלאַנגער

געווען אַמאָל אַ ייִדישע שטאָט וויניצע און געווען איז דאָרט, ווי אין אַ סך אַנדערע שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע אַ לעבעדיק ייִדיש לעבן מיט אַלע מעלות און חסרונות. און דווקא דאָרט, אין וויניצע, פֿלעגט מען מיט יאָרן צוריק דורכפֿירן ייִדישע סעמינאַרן, אָבער געבליבן איז עס נאָר אין זכּרון. די עלטערע ייִדן זײַנען אַוועק אין גן-עדן, און די יונגע — זיך צעפֿאָרן אין אַלע עקן וועלט.

איך האָב געהאַט דאָס גליק אָנטייל צו נעמען אין אַ צאָל ייִדישע סעמינאַרן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין מיזרח־אייראָפּע, בתוכם אין אוקראַיִנע. די ערשטע אַזעלכע סעמינאַרן זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין מאָסקווע אין 1989, אויף דער איניציאַטיוו פֿון די סטודענטן-אַקטיוויסטן פֿון ייִדיש, מיט דער הילף פֿון דער ייִדיש קאַטעדרע בײַם בר-אילן אוניווערסיטעט, בראָש מיט פּראָפֿעסאָר גרשון ווײַנער, ז”ל.

נאָכן פֿאַרלאָזן זײַן שטעלע האָט ווײַנער געשאַפֿן אַ פֿונדאַציע פֿאַר ייִדיש־לימודים אונטערן פּאַטראָנאַזש פֿון שמואל-אַבא קלורמאַן ז”ל, מאַיאַמי, וועלכער איז געווען זײַן פּערזענלעכער פֿרײַנד. נאָך דער פּטירה פֿון שמואל-אַבא, האָט די משפּחה ממשיך געווען צו שטיצן די סעמינאַרן.

вин 001
די באַטייליקטע אינעם סימינאַר באַזוכן דאָס אָרט, וווּ ס׳האָט זיך געפֿונען היטעלרס בונקער

דער סעמינאַר, וועגן וועלכן איך דערמאָן זיך, איז פֿאָרגעקומען אין 2001 אין וויניצע. עס האָבן אין אים אָנטייל גענומען 70 סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט אינעם געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד. אייגנטלעך, איז עס געווען נישט אין וויניצע גופֿא, נאָר דערנעבן, אין אַ דערפֿל, וואָס הייסט, סטריזשאַווקאַ, אין אַ פּאַנסיאָנאַט, „לאַסטאָטשקאַ‟, וואָס מיינט אויף ייִדיש שוואַלב. פֿאַר מיר קלינגט עס בפֿירוש זייער סימבאָליש, ווײַל מײַן פֿאַמיליע איז שוואַלב־שלאַנגער.

לעבן אָט דעם דערפֿל סטריזשאַווקאַ איז אויפֿגעבויט געוואָרן ספּעציעל פֿאַר היטלערן ימח־שמו דער בונקער Werwolf, ריכטיקער, אַ גאַנץ היפּש שטעטל אונטער דער ערד. דאָרט איז געווען זײַן קאָמאַנד־פּונקטט צווישן 1942 און 1944.

ierusalimka
ייִדישע געגנט אין וויניצע „יערוסאַלימקאַ‟

קיין וויניצע זײַנען די ייִדן געקומען אין יאָר 1760. זיי האָבן דאָרט געשאַפֿן אַ גאַנצע ייִדישע געגנט און עס גערופֿן „יערוסאַלימקאַ‟. דאָרט האָבן געוווינט די תּלמידים פֿון בעל-שם-טובֿ, ס׳איז געבוירן געוואָרן דער גרויסער מאָלער מיכאַיִל לאָשאַק, אויך אַנדערע קינסטלער, חכמים, בעלי־שם. פֿאַר דער מלחמה האָבן נאָך אין וויניצע געוווינט אַרום 40.000 ייִדן. אין די יאָרן 1941־1942 האָט מען דאָרט אויסגעמאָרדעט קנאַפּע 20.000 מענטשן צווישן זיי 5.000 קינדער, וואָס מ׳האָט זיי באַגראָבן לעבעדיקערהייט.

הײַנט זײַנען אין וויניצע דאָ צוויי מאַסן־קבֿרים, אַ דענקמאָל אויפֿן ברידער-קבֿר און אַ צווייטער דענקמאָל אויפֿן קבֿר פֿון קינדער. אויף ביידע קבֿרים געפֿינט מען נישט קיין ייִדישן אות; אַן אַלטע שיל, ריכטיקער געזאָגט, אַ צימער, קיין רבי האָבן די מתפּלילים נישט, אַ נעבעכדיקער מוזיי, פֿון וועלכן עס זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, ווערטפֿולע חפֿצים און ביכער.

פֿון יאָר 1999 האַלט דער „דזשוינט‟ אויס די אָרטיקע „חסד‟־אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט דעמאָלט באַדינט אויך 150 אַרומיקע שטעטלעך, אַפֿילו אויב דאָרט האָט געוווינט כאָטש איין ייִד. אין יענער צײַט האָבן אין „חסד‟ פֿרײַוויליק געאַרבעט 209 מענטשן. אַ חוץ דעם „חסד‟, האָבן זיך אין דעם בנין געפֿונען נאָך 10 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. כ׳געדענק, מ’האָט מיר דערציילט, אַז עס זײַנען נאָך פֿאַראַן אין וויניצע און אין דער אומגעגנט פֿון 3.000 ביז 4.000 ייִדן.

דער סעמינאַר איז אָנגעגאַנגען דרײַ וואָכן. צווישן די תּלמידים זײַנען געווען צוויי ייִנגלעך — משהלע פֿון בערשאַד, 12 יאָר אַלט און מאָטעלע פֿון פּעטערבורג, 14 יאָר אַלט. ביידע האָבן זיי באַזוכט מײַנע קלאַסן. ווי איבערראַשט בין איך געווען, ווען כ’האָב געזען, אַז דווקא זיי, די קינדער, קאָנען שרײַבן, לייענען און אויך אַ ביסל רעדן ייִדיש. נאָכן פֿאַרענדיקן דעם סעמינאַר האָבן זיי שוין גערעדט און געזונגען אויף ייִדיש; איינער פֿון זיי האָט אַפֿילו געשפּילט אַ הויפּט־ראָלע אין דער פֿאָרשטעלונג, לויט שלום-עליכמס אַ דערציילונג, וואָס איך האָב געשטעלט מיט מײַנע קנאַפּע 40 סטודענטן.

פֿאַרענדיקט האָבן מיר דעם סעמינאַר מיט אַ דרײַ־טאָגיקער רײַזע איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען באַזונדערס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור, טראַדיציע, חסידות — זשיטאָמיר, בראַצלעוו, אומאַן, מעדזשיבאָזש, בערדיטשעוו און אַנדערע.

berdichev-01
בערדיטשעוו אין די 1920ער יאָרן

בערדיטשעוו האָט אין גײַסטיקן לעבן פֿון די ייִדן געשפּילט איינע פֿון די וויכטיקסטע ראָלעס, עס האָבן דאָרט געוווינט 65.000 ייִדן, 85% פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. בערדיטשעוו איז געווען דער פּראָטאָטיפּ פֿאַר אונדזער קלאַסישער ליטעראַטור. שלום-עליכם האָט דאָ געשריבן די דערציילונגען וועגן כּתריאלעווקע און גענאַשט די ווערטלעך און קללות פֿון זײַן שטיף-מוטער, וועלכע איז געווען פֿון בערדיטשעוו. דער ניסתּר, פּינחס קאַגאַנאָוויטש, איז אין בערדיטשעוו געבוירן געוואָרן און געשאַפֿן. ער האָט פֿולבלוטיק באַשריבן בערדיטשעוו אין זײַן ראָמאַן „משפּחה מאַשבער‟. דאָ האָט עקזיסטירט אַ ייִדישער אינסטיטוט און ייִדיש איז געווען די 3טע אָפֿיציעלע שפּראַך.

אין אונדזער רײַזע האָבן מיר באַזוכט דעם אוהל פֿון רבי לוי יצחק פֿון בערדיטשעוו. אַ סך לעגענדעס, לידער און דערציילונגען זײַנען פֿאַרבונדן מיט זײַן נאָמען. אויך דאָ, אין בערדיטשעוו, האָבן מיר געפֿונען מאַסן־קבֿרים, אַ דענקמאָל אויפֿן קינדער־קבֿר לעבן די דרײַ סאָסנעס, וווּ עס זײַנען פֿאַרשיט געוואָרן לעבעדיקערהייט 960 ייִדישע קינדער. דער דיכטער אַבֿרהם גאָנטאַר האָט אָנגעשריבן אַ ליד „דרײַ סאָסנעס‟, געווידמעט זײַן שוועסטערל לאה, וואָס איז געווען צווישן די דערמאָרדעטע קינדער.

zhitomir-shul
די שטיינערנע שיל אין זשיטאָמיר

זשיטאָמיר איז די עלטסטע שטאָט אין אוקראַיִנע, „ירושלים ד׳וואָלין‟. אַ לעגענדע דערציילט, אַז דער פֿירשט פֿון קיִעוו האָט געהאַט אַ ייִדישן דינער מיטן נאָמען זשיטאָמיר און כּדי אָפּצוגעבן אים כּבֿוד, האָט ער די שטאָט אָנגערופֿן אויף זײַן נאָמען, אָבער, ווי געזאָגט, איז עס בלויז אַ לעגענדע. די ייִדן האָבן דאָ געוווינט פֿון 16טן יאָרהונדערט. זיי האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם עקאָנאָמישן לעבן. סוף 18טן יאָרהונדערט האָבן די ייִדן דאָ באַטראָפֿן אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג. אין דער שטאָט זײַנען אויפֿגעבויט געוואָרן צוויי שטיינערנע שילן. זשיטאָמיר האָט אין יאָר 1802 געהאַט צוויי דרוקערײַען. די ערשטע דרוקערײַ האָט פֿאַרלייגט משה שאַפּירא.

די ערשטע רבנישע שיל, געשאַפֿן אין 1847, האָט אַרויסגערופֿן ויכּוחים און זיך שפּעטער פֿאַרוואַנדלט אין אַן אינסטיטוט פֿאַר ייִדישע לערער. דאָ האָט זיך געלערנט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, און אין יאָר 1862 איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן עטינגערס „סערקעלע‟; אין זשיטאָמיר האָט געוווינט מענדעלע מוכר-ספֿרים און דאָ האָט מען געדרוקט זײַנע ביכער. פֿון דאַנען איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אָדעס. צו זײַן 10טער יאָרצײַט האָט מען אין דער שטאָט אָנגערופֿן אַ גאַס אויף זײַן נאָמען. אַגבֿ, איז דאָ אויך דאָ אַ געסל אויף שלום־עליכמס נאָמען, כאָטש קיינער קאָן נישט געפֿינען דעם אויפֿשריפֿט. ביאַליק האָט אויך נישט אויסגעמיטן די שטאָט און דאָ געוווינט 10 יאָר בײַ זײַן זיידן יאַנקל-משה ביאַליק. דאָ איז חיים-נחמן געגאַנגען אין חדר און שפּעטער אין דער וואָלאָזשינער ישיבֿה. אין 1893 האָט ביאַליק, אומקערנדיק זיך פֿון אָדעס קיין זשיטאָמיר, חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ רײַכן וואַלד־סוחר אַווערבוך. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק איז אויפֿן זיידנס הויז אויף מאָסקווער־גאַס 61, וווּ ביאַליק האָט אַ היפּשע צײַט געוווינט, אויפֿגעהאָנגען געוואָרן אַן אָנדענקשילד — „ח. נ. ביאַליק, 1873־-1934‟.

ווען איך בין געווען אין זשיטאָמיר, האָבן דאָרט געוווינט קנאַפּע 5.000 ייִדן.

uman
אומאַן. אויף דער גאַס אין די טעג פֿון ראָש־השנה, 2018

אומאַן איז אַ שטאָט, וואָס ביזן הײַנטיקן טאָג קומען אַהין טויזנטער ייִדן, כּדי צו דאַוונען בײַם קבֿר פֿון רבי נחמן פֿון בראַצלעוו, אַן איבערלעבונג, וואָס האָט געמאַכט אויף מיר א טיפֿן אײַנדרוק.

יעדעס שטעטל אין אוקראַיִנע איז ווערט אַ באַזונדערע באַהאַנדלונג. דאָס איז אַ נישט אויסגעשעפּטער קוואַל פֿון ייִדישן שטייגער־לעבן, פֿון ייִדישער ליטעראַטור, קולטור און ייִדישער טראַדיציע. אויך פֿון דער רײַזע האָבן אונדזערע סטודענטן געלערנט, ווי אַ צוגאָב צו די לימודים פֿון ליטעראַטור, שפּראַך, גראַמאַטיק, געזאַנג.
מיר, די לעקטאָרן, געקומען פֿון ישׂראל, האָבן געטאָן אַלץ, כּדי איבערצוגעבן זיי אַלץ, וואָס איז מעגלעך געווען אין די דרײַ וואָכן, מיט דער האָפֿענונג, אַז זיי, קומענדיק צוריק אין זייערע שטעט, וועלן עס אַליין ממשיך זײַן.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s