שפּיאָן ליאָשקע וואָלקאָוו (4)

слежка

יעווגעני קיסין

4

ליאָשקע האָט זיך געלערנט אין דער אַספּיראַנטור און אָפֿט צוגעאַרבעט װי אַן איבערזעצער פֿאַר פֿאַרשײדענע אַראַבישע דעלעגאַציעס, װאָס האָבן באַזוכט מאָסקװע. ער האָט זיך תּמיד געסטאַרעט זיך דערנענטערן צו די אַראַבישע געסט און פֿאַרברענגען מיט זײ װאָס מער פֿרײַע צײַט. ער האָט זיי אַלע מכבד געװען מיט בראָנפֿן און אױסגעפֿרעגט װעגן אַלצדינג. געװען זײַנען צװישן זײ פֿאַרשײדענע מענטשן: קלוגע און נאַרישע, גוטהאַרציקע און בײזע, פֿרײַגעביקע און קאַרגע… אײן זאַך אָבער האָט זײ אַלע פֿאַראײניקט: יעדעס מאָל, װען אינעם שמועס איז אויסגעקומען צו דערמאָנען מדינת-ישׂראל, איז תּיכּף קלאָר געװאָרן ווי שטאַרק און טיף איז זײער שׂינאה.

פֿון זײ האָט ליאָשקע געהערט אַזױנס, װאָס אַפֿילו אין די סאָװעטישע צײַטונגען האָט מען וועגן דעם ניט געשריבן: כּמעט אַלע האָבן זײ געטענהט, אַז ישׂראל דאַרף פֿאַרניכטעט װערן; און ניט װײניק פֿון זײ אין ברען פֿון כּעס פֿלעגן זאָגן ניט „ישׂראלים‟, נאָר „ייִדן‟. װען ליאָשקע פֿלעגט װעגן דעם דערצײלן זײַנע עלטערן, פֿלעגט דער טאַטע זאָגן: „נו, דאָס קאָן מען פֿאַרשטײן: ישׂראל איז דאָך אַזאַ פֿאַשיסטישע מלוכה, אַזױ פֿיל יסורים פֿאַרשאַפֿט זי די אַראַבער!‟. דעמאָלט פֿלעגט די מאַמע אַ זיפֿץ טאָן: „אָך, מאַראַט, שױן זשע מוז מען ענטפֿערן אױף אַ מלחמה מיט אַ מלחמה? און פֿאַרניכטן אַ גאַנץ לאַנד?‟ איין מאָל האָט זי שטיל געזאָגט ליאָשקען: „זײַ פֿאָרזיכטיק מיט זײ, זון.‟

װאָס מער ליאָשקע האָט פֿאַרשטאַנען, װאָס ס׳קומט פֿאָר, אַלץ מער האָט זיך אים געװאָלט איבערגעבן אין ישׂראל אַ סך פֿון דעם, װאָס ער האָט געהערט פֿון זײַנע שיכּורע מיטשפּרעכערס, — נאָר װי אַזױ? אין די געהיימע ציוניסטישע קרײַזן, וועגן וועלכע ס׳איז אים אויסגעקומען צו הערן, איז ער קײן מאָל ניט געװען און האָט ניט געװוּסט, װי אַזױ זײ צו געפֿינען. דערצו נאָך האָט ער גוט פֿאַרשטאַנען, אַז אין אַזאַ מין זאַך איז שטענדיק דאָ אַ סכּנה אָנצוטרעפֿן אױף אַ מסור.

ס׳איז שױן געװען דאָס יאָר 1987, און אין מאָסקװע איז פֿאָרגעקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער ביכער–יריד. ליאַשקעס גוטע–פֿרײַנד פֿון דער עבֿריתּ-גרופּע בײַם אינסטיטוט האָבן אים דערציילט, אַז דאָרט װעלן רעפּרעזענטירט װערן אױך ישׂראלדיקע ביכער. אינעם טאָג, װען דער יריד האָט זיך געעפֿנט האָבן סײַ בײַ ליאָשקען און סײַ בײַ זײַנע חבֿרים זיך די לעקציעס אָנגעהױבן נאָך מיטאָג, און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך אַלע געלאָזט אױפֿן ברײטן, רױשיקן זובאָװסקי בולװאַר.

ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דװקא בײַם ישׂראלדיקן–פּאַװיליאָן האָט זיך אויסגעשטעלט די סאַמע לענגסטע רײ. צום ערשטן מאָל אין לעבן האָט ער געזען רעליגיעזע ייִדן אין יאַרמלקעס, און ניט זקנים, נאַר יונגע בחורים, װי ער! געװען זײַנען דאָרט אױך מענטשן מיט קינדער, לױט די מלבושים בפֿירוש אָרטיקע, סאָװעטישע, אָבער גערעדט האָבן זײ (אױך מיט די קינדער) עבֿריתּ! אינעם פֿולגעפּאַקטן פּאַװיליאָן האָט מען געקאָנט ניט בלױז באַטראַכטן די ביכער אױף די סטענדן, נאָר אױך זען פֿילמען װעגן ישׂראל, הערן ווי עס זינגען עפֿרא חזה און ירדנה ארזין… אַלע זײַנען געװען פֿאַרכאַפּט, בתוכם ליאָשקעס גוטע–פֿרײַנד.

פּלוצעם איז אַרײַן אינעם פּאַװיליאָן אַ מיטלװוּקסיקער באַיאָרטער מענטש, אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישער אוניפֿאָרם מיט גענעראַל–פּאָגאָנעס, און מיט אַ קאַשקעטל אױפֿן קאָפּ. עטלעכע באַזוכערס האָבן גענומען שרײַען צו אים: „פֿאַררעטער! שׂונא–ישׂראל! די ערד װעט דיך אַרױסװאַרפֿן!‟ ליאָשקע האָט זיך גוט צוגעקוקט — ס׳איז דאָך דוד דראַגונסקי, װעמען ער האָט געזען אויפֿן טעלעװיזאָר מיט עטלעכע יאָר צוריק: יענער האָט דעמאָלט קלאָר און דײַטלעך געמאָלדן, אַז „סאָװעטישע ייִדן זײַנען פֿולבאַרעכטיקטע בירגער פֿון דער סאָװעטישער מלוכה‟. ליאָשקעס טאַטע האָט דעמאָלט געזאָגט: „ער איז אַ מאָלאָדיעץ!‟, — די מאַמע, ווי איר שטייגער איז, האָט געטאָן אַ זיפֿץ, און ליאָשקען איז געװאָרן דערװידערט. איצט האָט ער געקוקט אױף די בערדיקע בחורים, װאָס האָבן געהאָגלט אױפֿן גענעראַל מיט קללות, און װי אַ בליץ איז אַדורך אין זײַן מוח: אָט װעמען דו דאַרפֿסט!

פֿון יענער מינוט אָן האָט ליאָשקע זײ ניט אַרױסגעלאָזט פֿון אױג, און יענע האָבן, דאַכט זיך, ניט געהאַט בדעה אַװעקצוגײן ביזן סאַמע סוף. האַלב אײנס אַ זייגער האָבן ליאָשקעס חבֿרים זיך געכאַפּט, אַז ס׳איז שוין די צײַט צו גײן אין אינסטיטוט. ליאָשקע האָט זיך געזעגנט מיט זײ, זאָגנדיק, אַז ער װיל כאָטש אַ קוק טאָן אױפֿן אַראַבישן פּאַװיליאָן אויך, און געמאַכט דעם אָנשטעל, אַז ער גײט אַהין, נאָר האָט זיך תּיכּף אומגעקערט צום ישׂראל־פּאַװיליאָן און זיך אָפּגעשטעלט דערנעבן. ער האָט שױן קױם געקאָנט זיך אײַנהאַלטן, װײַל ער האָט געדאַרפֿט גײן אין טואַלעט. ער האָט פֿאָרט אָנגעשטרענגט זײַן גאַנצן װילן און געװאַרט. סוף–כּל–סוף, איז די גאַנצע גרופּע היציקע יונגען אַרױס פֿונעם פּאַװיליאָן, און ליאָשקע האָט דערזען מיט פֿאַרגרינגערונג, אַז זײ גײען דװקא אינעם אָפּטרעט. נאָכן באַזוכן דעם געגאַרטן מקום האָט ער זײ נאָכגעפֿאָלגט אױף אַ היפּשער דיסטאַנץ אַרויס פֿונעם בנין, לענגױס דעם בולװאַר, אינעם מעטראָ… אינעם װאַגאָן האָבן זײ אים באַמערקט, און װען נאָכן אַריבערגײן אױף אַן אַנדער ליניע האָבן זיך אַלע װידער דערזען אינעם זעלבן װאַגאָן, איז איינער פֿון די בחורים צוגעקומען צו ליאָשקען און האָט געזאָגט הױך און אַרױסרופֿעריש:

— װאָס גייסטו אונדז נאָך? װאָס דאַרפֿסטו פֿון אונדז?
— איך דאַרף אײַך עפּעס דערצײלן, — האָט ליאָשקע שטיל געענטפֿערט, — אָבער ניט דאָ — אױג אױף אױג. װוּ איר װילט. זעסט דאָך, — האָט ער צוגעגעבן, — איך בין דאָ אַלײן, און איר זײַט זאַלבע־פֿיר. לאָמיר זיך אַװעקזעצן צוזאַמען ערגעץ–װוּ אין אַן אָפּגעזונדערט אָרט, װוּ איר װילט.
יענער האָט אױף אַ רגע געקוקט אױף ליאָשקען און זיך אומגעקערט צו זײַנע פֿרײַנד.
זײ זײַנען אַרױס פֿונעם װאַגאָן אױף דער לעצטער סטאַנציע, װוּ ס׳איז געװען
כּמעט לײדיק, און האָבן זיך געלאָזט צום אַרױסגאַנג. ליאָשקע האָט זײ דעריאָגט און געזאָגט:

— חבֿרה, איך מוז אײַך דערצײלן עפּעס װיכטיקס. לאָמיר זיך צוזעצן דאָ, — ער האָט אַ װײַז געטאָן אױף דער דערבײַיִקער באַנק.

גערעדט האָט ליאָשקע לאַנג, אפֿשר אַ גאַנצע שעה, אפֿשר נאָך לענגער. ער האָט
זיך געסטאַרעט דערצײלן אַלץ, װאָס ער האָט געװוּסט, ניט דורכלאָזן קײן אײן פּרט.
אַ סך זאַכן האָט ער איבערגעחזרט עטלעכע מאָל און כּסדר פֿאָרגעלייגט זײַנע אומצוטרױלעכע צוהערערס, זײ זאָלן פֿאַרשרײַבן כאָטשבי אײניקע
אײנצלהײטן, כּדי גאָרנישט ניט איבערצופּלאָנטערן. יענע האָבן בפֿירוש ניט געװוּסט,
װי אַזױ זיך צו באַציִען צום מאָדנעם אומבאַקאַנטן און זײַנע מעשׂיות, און פּשוט
געהערט אים שװײַגנדיק. פֿאַרענדיקט, האָט ליאָשקע מיט ווערטער:

— איך האָף זײער, אַז איר האָט װעמען איבערצוגעבן דאָס אַלץ, — און דאָרטן
װעט מען קאָנען דורכקאָנטראָלירן און זיך איבערצײַגן, צי ס׳איז אמת, צי ניט.

מיט אָט די װערטער איז ער אַרײַנגעשפּרונגען אינעם צוגעפֿאָרענעם צוג
און איז אַװעקגעפֿאָרן, טרייסטנדיק זיך דערמיט, אַז ער האָט געטאָן אַלץ,
װאָס ער האָט געקאָנט טאָן.

ליאָשקע האָט נאָך פֿאַרכאַפּט די לעצטע פּאָר לעקציעס און
געזאָגט אַלעמען, אַז ער האָט געהאַט אַ שרעקלעכן קאָפּ־װײטיק.
נאָך די לעקציעס איז ער אַרױס פֿונעם אינסטיטוט און האָט דערזען זײַנע חבֿרים פֿונעם עבֿריתּ־קלאַס זיצן אױף דער אונטערשטער פּליטע פֿון הערצענס דענקמאָל.
דערנענטערט זיך, האָט ער דערהערט, אַז זײ פֿירן אַ הײסן װיכּוח.

— אויב פֿאָרט ניט אידעאַליזירן, — האָט געזאָגט פֿילבאַדײַטיק פּעטקע טופּיקין, —
איז דאָך ציוניזם אַ ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע.
— אַ ראַסיסטישע? — האָט איבערגעפֿרעגט מיט אַ קױם פֿאַרבאַהאַלטענער איראָניע
אירע סידאָראָװאַ, נאָך װעמען פּעטקע האָט געפּרוּװט אוכאַזשעװען, —
און פֿאַר װאָס זשע האָט דער סאָװעטן–פֿאַרבאַנד דער ערשטער אָנערקענט מדינת–ישׂראל, אױב ציוניזם איז אַ ראַסיסטישע אידעאָלאָגיע?
— שטײ נאָר, — האָט פּעטקע געטענהט זײַנס, — די אונאָ האָט דאָך דערקלערט
ציוניזם פֿאַר אַ פֿאָרם פֿון ראַסיזם!

אירע האָט אַ קוק געטאָן אױף ליאָשקען און, דערזעענדיק דעם אױסדרוק אויף זײַן
פּנים, האָט זי שפּילעװדיק געזאָגט:

— הער, ליאָשקע, פֿאַרבעט מיך אין קינאָ!

דער פֿילם איז געװען אין גאַנצן אַ נאַרישער. זיצנדיק אין חשכות אינעם האַלב ליידיקן זאַל, האָט ליאָשקע אין איינעם אַ מאָמענט זיך צוגערירט צו אירעס האַנט,
און יענע האָט זי ניט אָפּגעפֿירט… צום סוף פֿונעם סעאַנס האָבן זיי זיך שױן געקושט,
ניט אָפּרײַסנדיק זיך אײנער פֿונעם אַנדערן.

אין דער אמתן איז אירע תּמיד געפֿעלן געווען ליאָשקען, נאָר אין יענער צײַט האָט
ער געפֿירט ליבעס מיט אַנדערע מײדלעך, געזען פּעטקעס פּרוּװן צו געװינען
אירעס האַרץ און אַלײן אױף איר ניט פּרעטענדירט. איצט אָבער האָט ער געקראָגן חרטה אױף דעם, װאָס ער האָט געהאַט געפּטרט אַזױ פֿיל צײַט…

— װי שײן האָט זי געזונגען… — האָט אירע טרױמעריש געזאָגט, בעת זײ האָבן
שפּאַצירט, האַלטנדיק זיך פֿאַר די הענט, — „חי, חי, חי, עם ישׂראל חי!‟…

ליאָשקען האָט זיך געדוכט, אַז אירעס שטים קלינגט ניט װײניק שײן פֿון עפֿרא
חזהס. פּלוצעם איז אים אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק.

— זאָג מיר, אירע, פֿלעגסטו אַ מאָל זיך באַגעגענען מיט אַרבוזאָװן?
— פֿון װאַנען װײסטו דאָס? — אירעס פּנים איז געװאָרן פֿאַרטונקלט.
— ער האָט מיר אַלײן דערצײלט. מיר האָבן זיך אַ מאָל געחבֿרט… שפּעטער, אמת,
האָבן מיר זיך צעקריגט, — האָט ליאָשקע אײַליק צוגעגעבן, װי פֿאַרענטפֿערט זיך.
— ס׳איז גוט, װאָס איר האָט זיך צעקריגט, — האָט אירע געזאָגט.
— יאָ, דאָס איז אמת, — האָט ליאָשקע מסכּים געװען מיט אַ זיפֿץ, — אַנטשולדיק,
אירע, כ׳האָב ניט געװאָלט דיך באַליידיקן.
— ס׳מאַכט ניט אױס, — אירע האָט שטאַרקער אַ דריק געטאָן זײַן האַנט.

זײ זײַנען אַרײַן אין אַ טונקעלן אַרײַנגאַנג פֿון עפּעס אַ הױז און האָבן זיך דאָרטן
געקושט זײער לאַנג.

— און פּעטקע, נעבעך, — האָט ליאָשקע געזאָגט, — טאָמער װעט ער צוטראָגן
עפּעס ניט–גוטס?
— װאָסי? — האָט אירע געענטפֿערט, — בײַ אונדז איז דאָך גלאַסנאָסט!

פּלוצעם האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט אױף די קאָרטעטשקעס און, צורירנדיק זיך צו
ליאָשקעס קראָק, געפֿרעגט מיט אַ פֿאַרשײַטן שמײכל:

— צי װײסטו, װאָס איז געמײנזאַמס צװישן גלאַסנאָסט און אָראַלן סעקס?

סוף קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s