פֿרוי, ליבע, לעבן

וואַסילי שטשעדרין

אין יאָר 1916, ווען שלמה וואָווסי איז נאָך נישט געווען דער גרעסטער שטערן אויף דער ייִדישער בינע און אַפֿילו נישט קיין פּראָפֿעסיאָנעלער אַקטיאָר, נאָר אַ סטודענט פֿונעם יורידישן פֿאַקולטעט בײַם פּעטראָגראַדער אוניווערסיטעט, האָט ער חתונה געהאַט מיט שׂרה קאַנטאָר, די טאָכטער פֿונעם באַקאַנטן העברעיִשן און ייִדישן שרײַבער און געזעלשאַפֿטלעכן טוער יהודה־לייב קאַנטאָר, וואָס איז דעמאָלט געווען דער קאַזיאָנע רובֿ אין ריגע. אין 1920, ווען דער סטודענט וואָווסי איז שוין באַקאַנט געוואָרן ווי שלמה מיכאָעלס, אַן אַקטיאָר פֿונעם מלוכישן ייִדישן טעאַטער (גאָסעט), האָט ער אַראָפּגעבראַכט זײַן פֿרוי קיין מאָסקווע. ס׳זײַנען בײַ זיי געבוירן געוואָרן צוויי מיידעלעך — נאַטאַליאַ און נינאַ.

אין 1931 האָט מיכאָעלס זיך פֿאַרליבט אין דער אַקטריסע יעווגעניע לעוויטאַס, זשעניע. זי איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער טעאַטער־טרופּע אין יאָר 1924. אין איר בוך וועגן דעם טאַטן באַשולדיקט נאַטאַליאַ זשעניען אין דעם, אַז דווקא זי, זשעניע, איז שולדיק אינעם צעברעכן מיכאָעלסעס משפּחה־לעבן. נאַטאַליאַ שרײַבט: „די איידעלע און טיפֿע פּערזענלעכקייט, זײַן חן און טאַלאַנט פֿלעגן צוציִען צו מיכאָעלסן דעם אויפֿמערק פֿון אַ סך פֿרויען, גיריק זיך צו באָדן אין די שטראַלן פֿון זײַן רום. נאָר בלויז איינע האָט געוואַגט זיך פֿאַרמעסטן אויף דער משפּחה־הייליקייט — יעווגעניע לעוויטאַס […] דעם טאַטן האָט געפּײַניקט אַזאַ צוויידײַטיקער מצבֿ, ער האָט כּסדר געפֿילט זיך שולדיק, אָבער קיין ענדגילטיקן באַשלוס האָט ער נישט געקאָנט אָננעמען‟.

נאַטאַליאַ איז אויך זיכער געווען, אַז דעם טאַטנס פֿאַרראַט האָט דערפֿירט די מוטער צום טויט, אונטעררײַסנדיק איר געזונט, אָן דעם אַ שוואַכס. נאַטאַליאַ האָט זיך דערמאָנט: „דעם 4טן אויגוסט 1932 איז די מאַמע געשטאָרבן פֿון אַ שווערער נירן־שלאַפֿקייט. דער טאַטע, איבעררײַסנדיק די גאַסטראָלן, איז געבליבן מיט אונדז אַ וואָך. ער איז נישט אַרויסגעגאַנגען פֿונעם צימער, זיך נישט געגאָלט…‟ מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, דעם 29סטן דעצעמבער 1932 איז פּלוצעם, פֿון אַ מוח־אויסגוס, געשטאָרבן זשעניע לעוויטאַס.

מיכאָעלס האָט דעמאָלט געשריבן: „אין יאָר 1932 האָב איך איבערגעלעבט אַ סך צרות. אין אַ קורצער צײַט האָב איך פֿאַרלוירן עטלעכע פֿון מײַנע זייער נאָענטע מענטשן. אָט די שווערע אַבֿדות האָבן געמאַכט אויף מיר אַזאַ שטאַרקן אײַנדרוק, אַז כ׳האָב אָנגעהויבן טראַכטן בכלל צו פֿאַרלאָזן די בינע‟.

נאַטאַליאַ פֿלעגט זיך דערמאָנען ווי דער פֿאָטער אַ דערדריקטער האָט געפּרוּווט צו באַזיניקן דאָס, וואָס ס׳איז מיט אים געשען, כּדי צו קאָנען לעבן ווײַטער. דרײַ חדשים, פֿון יאַנואַר ביז מערץ 1933, האָט מיכאָעלס פֿאַרבראַכט אין זשעניעס ליידיק געוואָרענער דירה. ער האָט געשוויגן, געזעסן אומבאַוועגלעך אין אַ טיפֿער מרה־שחורה. די אייגענע און נאָענטע מענטשן האָבן באַמערקט, אַז ער, וואָס פֿלעגט גלייבן, לויט זײַן אייגענעם אויסדרוק, נאָר „דעם לעבעדיקן מינדלעכן וואָרט‟, האָט כּסדר עפּעס פֿאַרשריבן מיט אַ בלײַער אויף אַ שטיקל פּאַפּיר.

אום זומער 1933, ווען מיכאָעלס איז שוין בכּוח געווען זיך אומצוקערן צוריק צו דער אַרבעט, בשעת די רעפּעטיציעס איבער דוד בערגעלסאָנס „מידת־הדין‟, האָבן די געדאַנקען זײַנע נאָך אַלץ געבלאָנדזשעט ערגעץ אינעם נעכטן, און דער בלײַער אין זײַן האַנט האָט ממשיך געווען צו שרײַבן אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דער רעזשיסאָרישער קאָפּיע פֿון דער פּיעסע די זעלבע דרײַ וועטער: „פֿרוי, ליבע, לעבן. פֿרוי, ליבער לעבן…‟

מעגלעך, אַז גראָד צו יענער צײַט געהערט מיכאָעלסעס איינציק ליריש ליד, וואָס הייבט זיך אָן אַזוי:

איין מאָל האָט דער איינציקער מאַנצביל אין דער וועלט ליב באַקומען די איינציקע פֿרוי — חוה;
ווי גרויס זייער ליבע זאָל נישט געווען זײַן, האָט מען זיי געצוווּנגען גלייבן, אַז
ליבע איז אַ חטא, אַז ליבע איז — אַ בושה.
און זיי האָבן אין דעם אָנגעהויבן גלייבן און פֿאַרדעקט זייער בושה מיט אַ פֿײַגנבלאַט…

זעט אויס, אַז דעמאָלט האָט מיכאָעלס ערנסט זיך פֿאַרטראַכט וועגן דער ראָלע פֿון קיניג ליר. ער האָט שטענדיק געטרוימט אויפֿצופֿירן אָט די ראָלע אויף דער בינע ווי אַן אַקטיאָר; ווי אַ מענטש, האַלט דער היסטאָריקער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו, איז די ראָלע געוואָרן פֿאַר מיכאָעלסן „אַן אויסוועג פֿון זײַן עקזיסטענציאַלן קריזיס, וואָס האָט געפּײַניקט זײַן נשמה‟. נאַטאַליאַ האָט געדענקט, ווי דער טאַטע, אַן אײַנגעהויקערטער און פֿאַרעלטערט איז צום ערשטן מאָל אַרויסגעגאַנגען פֿון זשעניעס דירה. שפּעטער האָט זי עס דערקענט „אין דעם אויסזען און אין די אומזיכערע טריט פֿון ליר אין „גאָסעט‟׳ס אויפֿפֿירונג, אין 1935‟

לירס טויט אינעם פֿינאַל פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז געווען פֿאַר מיכאָעלסן דער שליסל־מאָמענט פֿון זײַן פֿאַרטײַטשן די ראָלע. ער האָט געשריבן, אַז ליר „שטאַרבט נישט דערפֿאַר, ווײַל ער האָט שוין מער נישט קיין כּוח צו לעבן; ער שטאַרבט אַקטיוו, ווײַל ער וויל נישט און קאָן נישט איבערלעבן דעם טויט פֿון קאָרדעליע. ס׳האָט מער נישט קיין זינען צו לעבן ווײַטער. די מיזאַנסצענע פֿון לירס טויט, ווען, נאָך אַ לעבעדיקער, לייגט ליר זיך אַנידער לעבן דער טאָכטער, האָב נישט איך צוגעטראַכט. איך בין זיכער, אַז בכלל איז דאָ אוממעגלעך עפּעס צוטראַכטן […] ס׳איז פֿאַר מיר וויכטיק געווען פֿעסטשטעלן: וואָס מיינט דער טויט פֿון ליר? און כ׳האָב זיך דערמאָנט אינעם ייִדיש ווערטל, וואָס אין פֿאָלק מיינט עס אויסצודריקן אַן עכטן צער: ׳כאָטש נעם און לייג זיך אַליין אַרײַן אין קבֿר און שטאַרב אַוועק!׳ אַזוי איז געבוירן געוואָרן די מיזאַנסצענע פֿון לירס טויט. איך האָב גאָרנישט געדאַרפֿט צוטראַכטן, איך האָב פּשוט דערפֿילט, אַז ליר דאַרף שטאַרבן אַזוי און נישט אַנדערש‟.

אַזוי איז געשטאָרבן ליר, אָבער מיכאָעלס איז געבליבן לעבן ווײַטער.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s