דער ליטעראַטור־פֿאָרשער און קריטיקער אַהרן ראַסקין איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל נאָסאָוויטשי, ווײַסרוסלאַנד. באַקומען אַ העכערע ייִדישע בילדונג. פֿאַרענדיקט די אַספּיראַנטור בײַם מאָסקווער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. זײַן דיסערטאַציע איז געמאַכט געוואָרן אויפֿן געביט פֿון דער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ליטעראַטור. די גאַנצע מלחמה האָט ראַסקין דורכגעמאַכט ווי אַ מיליטערישער איבערזעצער. אין די יאָרן 1945־1949 געווען אַן איבערזעצער בײַ דער סאָוועטישער אַדמיניסטראַציע אין בערלין. זײַן אַקאַדעמישע אַרבעט איז געווען פֿאַרבונדן מיטן פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין דער רוסישער שטאָט קורסק. זינט עס האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין דער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, האָט ראַסקין במשך פֿון עטלעכע און צוואַנציק יאָר פֿאַרעפֿנטלעכט דאָרט אַ סך אַרטיקלען וועגן דער שאַפֿונג פֿון די ייִדישע קלאַסיקער און וועגן דער מאָדערנער סאָוועטישער ליטעראַטור.
לייענט דעם אַרטיקל „פּרץ און ביאַליק‟ פֿון אַהרן ראַסקינס בוך „ליטעראַרישע עסייען‟. אַרויסגעלאָזט דורך י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג, ירושלים, תשמ״ט—1989
פּרץ און ביאַליק
צווישן די פֿירנדיקע קינסטלערישע פּערזענלעכקייטן אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור פֿון דעם סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז ח.־נ ביאַליק געווען דער איינציקער, מיט וועמען פּרץ האָט פֿאַרקניפּט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, וואָס זײַנען געווען פֿרוכטבאַר פֿאַר ביידע צדדים.
ביאַליק האָט צוגעצויגן פּרצעס אויפֿמערק שוין באַלד, ווי ער האָט דעביוטירט מיט זײַנע ערשטע לידער. פּרץ, וואָס האָט שוין דאַן געהאַט אַ נאָמען סײַ אין דער העברעיִשער, סײַ אין דער ייִדישער ליטעראַטור, האָט שוין בײַ די ערשטע טריט פֿונעם נײַעם אומבאַקאַנטן שרײַבער דערפֿילט, אַז אין דער ליטעראַטור איז געקומען אַ דיכטער פֿון „גאָטס גענאָד‟. ער האָט דערשפּירט אין ביאַליקס ערשטע לידער דעם צאַפּל פֿון עכט מענטשלעכן געפֿיל. אין אַ רעצענזיע אויפֿן זשורנאַל „הפּרנס‟, אין וועלכן עס האָבן זיך געדרוקט ביאַליקס ערשטע לידער, האָט פּרץ געשריבן: „די דאָזיקע לידער לייענט מען מיט אַ באַזונדער געפֿיל, ווײַל זיי זײַנען געשריבן מיט גאָטס גענאָג צום דיכטער…‟
אַ גײַסטיקע נאָענטקייט האָט פֿאַראייניקט די צוויי גרויסע קינסטלערישע פּערזענלעכקייטן. ביידע זײַנען געווען טיף פֿאַרוואָרצלט אין דער ייִדישער קולטור־טראַדיציע, אין דער פֿאָלקסטימלעכער גײַסטיקער ירושה פֿון דורות, און ביידע האָבן זיי געמאַכט גרויסע אָנשטרענגונגען אויף צו באַהעפֿטן זיך צו דער וועלט־קולטור; ביידע זײַנען זיי געווען נאָוואַטאָרס, וואָס האָבן באַטראַכט נײַע וועגן אין דער ליטעראַטור; ביידע, יעדערער אויף זײַן געביט, זײַנען געווען אַקטיווע בויערס, וועלכע האָבן אָפּגעגעבן זייער גאַנצע ענערגיע דער ליטעראַטור ניט בלויז מיטן אייגענעם שאַפֿן, נאָר אויך ווי רעדאַקטאָרן, אַרויסגעבערס, אָרגאַניזאַטאָרן פֿון פֿאַרשידענע ליטעראַרישע אונטערנעמונגען. ביידע האָבן זיי זאָרגזאַם געכאָוועט יעדע נײַע שפּראָצונג אינעם ליטעראַרישן גאָרטן.
אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר, וואָס האָט גורם געווען די גײַסטיקע דערנענטערונג צווישן ביידע שרײַבערס, איז בלי־ספֿק געווען די ענלעכקייט אין ביידנס ליטעראַרישע פּאָזיציעס, אין זייער באַציִונג צו ליטעראַטור פֿון יענער צײַט. ביאַליק ווײַזט אַרויס, שוין בײַם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן שאַפֿן, אַ געוואַלדיקע אומצופֿרידנקייט מיטן צושטאַנד פֿון דער העבריִשער דיכטונג און פּראָזע. פּרצעס שאַרפֿע קריטישע אַרטיקלען וועגן דער נײַ־העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס האָבן זיך געדרוקט אין „נחץ‟ און אַנדערע זאַמלונגען, זײַנען ביאַליקן געווען צום האַרצן, ווײַל זיי האָבן זיך איבערגערופֿן מיט זײַנע אייגענע געדאַנקען און אָנשויונגען. אינעם זעלבן גײַסט, וואָס פּרץ, טאַדלט ביאַליק בייז און בײַסיק די העברעיִשע ליטעראַטור פֿאַר איר פּוסטער מליצהדיקייט פֿונעם לעבן.
די קעגזײַטיקע פֿאָדערונג צווישן ביידע שרײַבערס איז אין 1903 אַריבער אין אַן ענגערער פֿרײַנדשאַפֿט, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן בעת פּרץ האָט באַזוכט אָדעס, און האָט זיך באַזונדערס פֿאַרשטאַרקט אין דער צײַט, ווען ביאַליק האָט זיך ווי אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון „השלח‟ אויף העכער אַ יאָר צײַט באַזעצט אין וואַרשע.
דאָס איז געווען די צײַט ערבֿ דער רעוואָלוציע פֿון 1905, ווען די צאַרישע רעגירונג, אָנגעשראָקן פֿונעם רעוואָלוציע־אויפֿשטײַג, האָט גענומען אײַליק פּראָוואָצירן פּאָגראָמען אין די שטעט פֿון ייִדישן תּחום־המושבֿ. פּרץ, וואָס האָט מיט טיפֿן אינערלעכן וויי געשריבן וועגן דעם אין זײַנע וואַרשעווער פֿאַרצייכענונגען, האָט מיט באַגײַסטערונג אויפֿגענומען ביאַליקס לידער און פּאָעמעס, וועלכע זײַנען אָנגעפֿילט געווען מיט צער און צאָרן, מיט לײַדנשאַפֿטלעכן רוף צום קאַמף קעגן נאַציאָנאַלער אונטערדריקונג. פּרצן אימפּאָנירט ביאַליקס געזעלשאַפֿטלעכער פּאַטאָס, זײַן צאָרנדיק וואָרט, וואָס איז אָנגעזאַפּט מיט האַרבן אמת, מיט מוטיקן פּראָטעסט, וועלכער שפּאַלט די הימלען און וואַרפֿט אום פֿאַרהייליקטע הייליקייטן […]. פּרץ רופֿט זיך הייס אָפּ אויף ביאַליקס פּאָעמעס (אין ליד אין פּראָזע), וועלכע זײַנען געווידמעט דעם היסטאָרישן גורל פֿון ייִדישן פֿאָלק: די „מתים פֿון מידבר‟ און „די מגילה פֿון פֿײַער‟. ער זעצט איבער אין ייִדיש „משׂא נימירובֿ‟ און „מגילת־האש‟, דרוקט אָפּ אין „הצופֿה‟ ביאַליקס ליד „על השחיטה‟, דערבײַ געלינגט אים אָפּצונאַרן דעם צענזאָר און אַרויסגעבן דאָס דאָזיקע ווערק ווי דאָס עלפֿטע ליד פֿון בײַראָנס „העברעיִשע מעלאָדיעס‟.
ביאַליק, פֿון זײַן זײַט, פֿאָלגט נאָך מיט גרויס אינטערעס יעדע נײַע זאַך, וואָס גייט אַרויס פֿון פּרצעס האַנט. ער איז אַנטציקט פֿון דעם טיפֿן געדאַנק־גאַנג און פֿון דער גרויסער מײַסטערשאַפֿט, וואָס האָבן זיך אַנטפּלעקט אין פּרצעס דראַמע „חורבן בית צדיק‟ (ערשטער וואַריאַנט פֿון דער „גאָלדענער קייט‟). עס פֿאַרשאַפֿט אים פֿרייד פּרצעס „פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן‟ און „חסידיש‟. אין אַ רעדע אויפֿן באַנקעט לכּבֿוד פּרצן, פֿרילינג 1904 אין אָדעס, באַטאָנט ביאַליק דאָס סאָציאַל־עטישע, דאָס אַלמענטשלעכע, וואָס ס׳אַנטהאַלטן אין זיך פּרצעס חסידישע דערציילונגען.
ס׳הייסט כּלל ניט, אַז צווישן פּרצעס און ביאַליקס אידעען־וועלט הערשט אַ פֿולשטענדיקע איינשטימונג. ביאַליק האָט ניט תּופֿס געווען די באַדײַטונג פֿון די רעוואָלוציאָנערע געשעענישן. פּרץ האָט מיט זיי פֿאַרבונדן זײַנע האָפֿענונגען און האָט נאַטירלעך פֿאַראורטיילט ביאַליקס גײַסטיקע אָפּהענגיקייט פֿון די „אָדעסער חכמים‟ בראָש מיט אַחד־העמען, וועמענס אידעען האָבן געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה אויפֿן דיכטער. דאָס האָט ניט געשטערט פּרצן אײַנזען אין ביאַליקס בונטאַרישער, גאָטלעסטערישער און ערדיש־לעבנסלוסטיקער פּאָעזיע אַ זיכערע פֿאַרבינדונג מיטן קאַמף קעגן דער קלעריקאַל־נאַציאָנאַליסטישער רעאַקציע אין דער ליטעראַטור. „ביאַליק, — שרײַבט פּרץ, — האָט דערקלערט דעם ייִדישן גאָט אַלס באַנקראָט‟. פּרצן פֿאַרשאַפֿט פֿיל פֿרייד ביאַליקס נאַטור־און־ליבע ליריק מיט איר שפּרודלדיקער עולם־הזהקייט און לעבנספֿריידיקייט. ער קאָנסטאַטירט, אַז ביאַליק, דער „ליבלינג‟ פֿון די „אָדעסער חכמים‟ האָט קעגן זיי ווידערשפּעניקט און אינעם ליד „אײַך‟ „האָט ער זיך מודה געווען, אַז ער איז קיין מאָל ניט געווען קיין שמאַטע… אַז נאָך זײַענדיק אַ ישיבֿה־בחור, האָט ער געזינדיקט‟. „הפֿקר פֿון יוגנט‟ — שרײַט אויס פּרץ — לעבנסלוסט, אַ ברענענדיק האַרץ און ניט אַ נשמהלע… וואָס רוט זיך אין מיסט‟.
אויף ביאַליקן האָט דאָס יאָר, ווען ער איז געווען אין וואַרשע און זיך געפֿונען אין אַן אינטים־פֿרײַנדלעכן קאָנטאַקט מיט פּרצן, געווירקט ווי אַ גרויסע אָפּפֿרישונג נאָכן לאַנגן פּײַניקן זיך אין דער שטיקנדיקער אַטמאָספֿער פֿון אָדעסער באַלעבעסלדיקע ליטעראַרישע קרײַזן. פּרץ האָט געהאָלפֿן ביאַליקן טיפֿער צו דערפֿילן דעם צײַט־גײַסט, נענטער זיך באַהעפֿטן מיטן פֿאָלק, פֿאַרברייטערן דעם קרײַז פֿון זײַנע אינטערעסן. טאַקע אין דער צײַט פּלאַנירן ביידע שרײַבערס אַרויסצוגעבן אַ ליטעראַריש־קריטישן זאַמלבוך, אַ מין נײַעם וואַריאַנט פֿון „החץ‟.
די עצם ציל־אײַנשטעלונג פֿונעם זאַמלבוך איז ביז גאָר סימפּטאָמאַטיש. עס איז אַ דורכגעטראַכטע געמיינזאַמע פּראָגראַם פֿון קאַמף פֿאַר אַ נײַער ליטעראַטור, וואָס איז אָנגעזאַפּט מיט נײַע אידעען, מיט דעם שטורמישן גײַסט פֿון דער צײַט. דער אָטעם פֿון דער אָנקומענדיקער ערשטער רעוואָלוציע האָט זיך געלאָזט פֿילן אין דעם אינטערעסאַנטן פֿאַרטראַכט.
לײַדער, איז דער פּלאַן ניט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן. נאָר דער עצם־פֿאַקט רעדט וועגן דעם, ווי נאָענט ס׳זײַנען געווען אין דעם פּעריאָד ביאַליקס און פּרצעס ליטעראַרישע אינטערעסן.
ביאַליק קערט זיך אום אין אָדעס אַ באַנײַטער, אַ באַפֿליגלטער, ער איז פֿול מיט נײַע פּלענער, אידעען. פּרצן פֿאַרבינדט ער איצט אין זײַן פֿאַרשטעלונג מיט דער שטורמישער פֿאַר־רעוואָלוציאָנערער וואַרשע. אָדעס, דאַכט זיך אים איצט, איז אין פֿאַרגלײַך מיט וואַרשע עפּעס מאָדנע שטיל, באַלעבעסלדיק. אין די רעוואָלוציאָנערע טעג פֿון 1905 שרײַבט ביאַליק פֿון אָדעס צו קלויזנערן קיין וואַרשע: „אין אָדעס איז פֿרידן און רו, שטיל און זאָרגלאָז, מע שיסט ניט און מע שרײַט ניט אויף אירע גאַסן, און ניטאָ פּרץ! אוי, פּרץ, פּרץ! וואָס טוט ער איצט בעת אַזאַ זאַווערוכע! וואָס טוט דער גרויסער אָדלער אין אַ שטורעם־טאָג?‟
אויך פּרץ פֿילט זיך נאָך ביאַליקס אַוועקפֿאָרן פֿון וואַרשע שטאַרק עלנט. אין זײַנע האַרציקע בריוו צו ביאַליקן, אין וועלכע ער רופֿט דעם דיכטער „מײַן ביאַליק‟, קלאָגט ער זיך אָפֿט, אַז ס׳איז אים „אומעטיק, טרויעריק, און ניטאָ וועמען די האַנט צו דערלאַנגען‟; ער דערציילט וועגן שטימונגען פֿון ניט־גלויבן אין זיך, וואָס באַפֿאַלן אים צײַטנווײַז, בעט דעם דיכטער, ער זאָל אָפֿטער שרײַבן, פֿרעגט ביאַליקס מיינונג וועגן זײַנע, פּרצעס, נײַע ווערק, ווי למשל, „ליבע‟, און וועגן די איבערזעצונגען פֿונעם דיכטערס ווערק אין ייִדיש.
אין איינעם אַ בריוו שרײַבט פּרץ צו ביאַליקן:
„און איר, מײַן ליבער, זײַט געפֿאַנגען ניט אין שפּינוועבס־פֿאָדעם, נאָר דורך אַחד־העמען. איר האָט קיין מאָל ניט געדאַוונט אין אַ גרויסן בית־מדרש מיט די מאַסן, נאָר אין עפּעס אַ „מנין‟ פֿון בטלנים, מיחסים און טרוימער פֿון ניט שיינע און ניט פֿײַנע חלומות… צו וואָס האָב איך איבערגעזעצט אײַערע לידער? פֿאַר וואָס זעץ איך ווײַטער איבער? איך וויל דערגאַנצן דאָס, וואָס איר טוט ניט. איך וויל אײַך דערלאַנגען צו וועמען איר געהערט.
׳דער משוגענער נבֿיא׳ — ווי עליאַשעוו רופֿט אײַך — וואָס רעדט אין אַ קליין בית־מדרשל און ניט אויפֿן מאַרק פֿאַרן פֿאָלק — זײַן סוף איז אומעט. וואַכט אויף און גייט צום פֿאָלק.
ניט די שפּראַך אין דער עיקר, נאָר דער לעבעדיקער מענטש, וואָס רעדט אויף דער שפּראַך. און איך חזר נאָך אַ מאָל איבער מײַנע רייד: איר זײַט געפֿאַנגען געוואָרן פֿון לעבעדיקע מתים‟ […]
פּרץ הערט ניט אויף צו רופֿן ביאַליקן קיין וואַרשע. ביאַליק האָט ניט פֿאַרלאָזט אָדעס. ער איז ביזן סוף פֿון זײַן לעבן טרײַ געבליבן די „חלומות‟ פֿון אָדעסער „מנין‟. נאָר זײַן שאַפֿונג איז געווען ברייטער און רײַכער פֿון זײַנע באַגרענעצטע אידעאָלאָגישע פֿאָרשטעלונגען. אין די בעסטע פֿון זײַנע ווערק, וואָס זײַנען דורכגעדרונגען מיט גרויס פּײַן פֿאַר די ליידן פֿון די ברייטע מאַסן פֿון זײַן פֿאָלק, מיט מעכטיקן פּראָטעסט קעגן נאַציאָנאַלער און סאָציאַלער אונטערדריקונג, דערהייבט ער זיך ביז צום ניוואָ פֿון אַ נאַציאָנאַלן דיכטער […]
אין 1910 באַשטעלט פּרץ בײַ ש. ניגערן אַן אַרטיקל וועגן ביאַליקן פֿאַר זײַן זאַמלבוך „ייִדיש‟. דעם דאָזיקן אַרטיקל גיט ער צו אַ גרויסע באַדײַטונג. ער אַטאַקירט ממש ניגערן מיט בריוו. פּרץ האָט גרויס פֿאַרדראָס, וואָס ניגערס אַרטיקל האָט זיך באַקומען פֿראַגמענטאַריש און גיט ניט קיין פֿולע פֿאָרשטעלונג וועגן ביאַליקס לעבן און שאַפֿן.
ביאַליק, פֿון זײַן זײַט, גיט אָפּ פֿיל ענערגיע דעם פּלאַן אַרויסצוגעבן אַלע ווערק פֿון פּרצן אין העברעיִש. אין אַ בריוו צו פּרצן אין 1911 בעט אים ביאַליק דרינגענדיק צושיקן דעם גאַנצן מאַטעריאַל פֿאַר דעם ערשטן באַנד. אין יאַנואַר 1915 אַליאַמירט ביאַליק דינעזאָנען, ער זאָל אונטעריאָגן פּרצן מיט דעם מאַטעריאַל און, דער עיקר, פּועלן בײַ אים, ער זאָל אַליין איבערזעצן זײַנע ווערק און ניט פֿאַרלאָזן זיך אויף אַנדערע. מיט דער אויסגאַבע פֿון פּרצן אויף העברעיִש האָט זיך ביאַליק באַשעפֿטיקט כּמעט ביז די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן. ער האָט עס געהאַלטן פֿאַר זײַן לעבנס־חובֿ לגבי „איינעם פֿון די גרעסטע קינסטלערס און נאָוואַטאָרס אין אונדזער ליטעראַטור‟ […]
פּרצעס עסטעטישע פּראָגראַם איז ביאַליקן געווען נאָענט. דער דיכטער איז שטענדיק געווען אַ פֿלאַמיקער קעגנער פֿון כּלערליי מאָדערניסטישע „טריקן‟ און „קונסט צוליב קונסט‟־טעאָריעס. וועגן דעם זאָגן עדות ביאַליקס פֿילצאָליקע אַרויסזאָגונגען, סײַ בעל־פּה, סײַ בכּתבֿ. אין פּרצן האָט ביאַליק געשעצט דעם גרויסן בונטאַר, דעם פּורץ־גדר, דעם „פֿײַערדיקן עלעמענט‟, דעם גרויסן דעמאָקראַטישן קינסטלער […]
געמיינזאַמער קאַמף פֿאַר אַ רעאַליסטישער קונסט, וואָס רופֿט זיך אָפּ אויף די ליידן און נויטן פֿון פֿאָלק, האָט געבילדעט דעם יסוד פֿאַר דער לעבנסלאַנגער פֿרײַנדשאַפֿט צווישן די צוויי גרויסע שרײַבערס.