נעכטן און הײַנט

משה לעמסטער

ביז אין דער פֿרי

זי האָט ניט געשפּאַסט, ניט געלאַכט
איר בליק האָט געפֿינקלט, געבריט:
— זאָלסט קומען צו מיר אויף דער נאַכט,
וועסט אַוועקגיין פֿון מיר אין דער פֿרי.

פֿיל בלימלעך איידעלע, צאַרטע
רײַס איך אָן אין אַ פֿעלד אַ צעבליטן
זיי אויף איר בעט צו צעוואַרפֿן
און איר לײַב דאָס הייסע באַשיטן.

אויפֿן וואָלקן פֿון בלימלעך און ריחות
שוועב איך ווי קיין מאָל ניט פֿריִער
צו איר שטוב, וווּ מיר’ן זײַן ביידע —
ביז אין דער פֿרי, אין דער פֿרי, אין דער פֿרי…

—————————————–

צווישן זײַטלעך פֿון מײַן גרויען זכּרון,
וועלכע איך בלעטער אַלץ אָפֿטער איבער,
עס וועלקט ניט שוין אַזוי פֿיל יאָרן
יענע בלומיקע נאַכט פֿון ליבע.

פּלוצעם הײַנט צווישן רוישן פֿון קראָמען,
האָב איך באַגעגנט מײַן חלום פֿון דעמלט
זי האָט מיך ניט דערקענט מסתּמא
צי ניט געוואָלט איך זאָל זי דערקענען.

און איך האָב זיך אויכעט געמאַכט,
אַז ניט איר בליק האָט אַ מאָל מיך געבריט…
— זאָלסט קומען צו מיר אויף דער נאַכט,
וועסט אַוועקגיין פֿון מיר אין דער פֿרי…

מײַ 27, 2020

דער רעגן

אין דער יוגנט ווײַטער,
ווען עס האָט גערעגנט,
געווען זענען די טראָפּנס,
ווי פֿון מײַן לעבן — רגעס.

איצטער אויף אַ רעגן
קוק איך שטיל, פֿאַרצרהט —
די רעגנדלעך פֿון אויבן,
ווי פֿון מײַן לעבן — יאָרן…

מײַ 31, 2020

כ’האָב דער מאַמען געבראַכט אַ שניר*
(פֿאָלקס־מאָטיוו)

כ’האָב דיר, מאַמע, געבראַכט אַ שניר,
אַ שניר מיט זיבן חנען
זי — די טײַערסטע איז פֿאַר מיר,
פֿאַר מיר די סאַמע שיינע.

און איך בעט דיך מאַמע־ליכט
איר אַ געטרײַע ווערן.
האָב זי ליב אַזוי ווי מיך,
און אויב דו קאָנסט — נאָך מערער.

נעם אין האַרצן זי אַרײַן,
אונטער דײַנע פֿליגל,
ווער פֿאַר איר טאַקע פֿון הײַנט
אַ מאַמע, ניט קיין שוויגער.

ווען אין קעלערס שפּילט דער ווײַן,
שפּילט אין פֿעסער גרויסע,
שענקען וועט מײַן ליבע ווײַב
דיר אַן אייניקל, אַן אוצר…

כ’האָב דיר, מאַמע, געבראַכט אַ שניר,
אַ שניר מיט חן און ווערדע.
עפֿן ברייט פֿאַר איר די טיר —
פֿון גאָט איז מײַן באַשערטע.

* שנור

יוני 6, 2020

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s