אין אַ הינערפּלעט
דער פֿאַרגאַנגענער חודש יוני האָט אין אַ געוויסער מאָס געשטילט דעם וווּקס פֿון דעם קאָראָנאַ־ווירוס; ס׳האָבן זיך צוביסלעך אָנגעהויבן עפֿענען און אַרבעטן פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען, אינסטיטוציעס, רעסטאָראַנען, פּאַרקן וכדומה. פֿון דעסטוועגן, איז דאָס לאַנד אין אַלגעמיין אָפּגעשוואַכט געוואָרן — עקאָנאָמיש, פֿיזיש, סאָציאַל און קולטורעל, ווי אויך מאָראַליש. האָבן זיך באַלד אַנטפּלעקט אין די אַלע געביטן פֿון אונדזער געזעלשאַפֿט לעכער. אַנדערש געזאָגט, אַז דער אָרגאַניזם ווערט אָפּגעשוואַכט, הייבט זיך צו אים אָן טשעפּען ווי אַ קרענק.
ווי אַ פּועל־יוצא איז דאָס לאַנד אָנגעשטעקט געוואָרן מיט „הינערפּלעט‟. וואָס מיינט עס, די מחלה? אין דירעקטן זין מיינט עס, אַז ווען עס הייבט אָן צו ווערן טונקעלער, פֿאַרלירט דער מענטש די ראיה — צומאָל חלקווײַז און צומאָל אַפֿילו אין גאַנצן. דער אויסדרוק „הינערפּלעט‟ ווערט אָבער אויך גענוצט אין פֿיגורעלן זין, דהײַנו, ווען אַ מענטש, אַ גרופּע מענטשן און אַפֿילו אַ טייל פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַלט אַרײַן אין אַ „הינערפּלעט‟, ווען מע ווערט אומבאַהאָלפֿן, מע ווייסט נישט וואָס צו זאָגן, ווי אַזוי צו רעאַגירן, מע פֿאַרטײַעט דעם אָטעם און מע וואַרט, ביז ס׳וועט ווידער ווערן ליכטיקער אין די אויגן…
אַקעגן וואָס זאָג איך עס? טאַקע מכּוח די געשעענישן, וואָס האָבן אויסגעפּלאַצט דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש.
איך בין נישט קיין פּאָליטיקער, כ׳בין אַ שרײַבער, און ווען כ׳האָב געאַרבעט איבער מײַן היסטאָרישן ראָמאַן „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן‟, וואָס באַשרײַבט די געשעענישן פֿון דעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם, 1903, איז מיר אויסגעקומען זיך גריבלען אין דער קופּע מיסט און בלאָטע פֿון מענטשלעכער געפֿאַלנקייט און שׂינאה אויף אַלע שטאַפּלען פֿון רוסלענדישער אימפּעריע — פֿון דעם קייסער ניקאָלײַ דעם צווייטן און זײַן טיטשקע געטרײַע הינט ביזן נישטיקן שיכּורן פּאָגראָמשטשיק פֿון די קעשענעווער הינטערגעסלעך.
קאָן איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז הינטער יעדער כּלומרשט סטיכיייִשער מאַסן־אַקציע, בתוכם כּלערליי פּאָגראָמען, שטייט אַ גוט־אָרגאַניזירטער כּוח. און נאָך: די מאַכט קאָן אַזאַ ווילדן אויפֿברויז לעשן און דערשטיקן אין עטלעכע שעה, אויב זי, די מאַכט, וויל און איז מסוגל עס צו טאָן. מע קאָן הײַנט הערן, אַז די פּאָגראָמען אין צענטער פֿון מאַנהעטן, למשל, זײַנען אַן אויסדרוק פֿון קלאַסן־קאַמף. מעגלעך, אַז צו די גאָר רײַכע קראָמען אין מאַנהעטן, וואָס נישט יעדער בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר קאָן זיך פֿאַרגינען אַהין אַרײַנצוקוקן, קאָן דער בידנער המון אויסלאָזן דעם כּעס פֿון זײַן קלאַסן־קאַמף. אָבער צעגראָמירט און צעראַבעוועט זײַנען דאָך געוואָרן צענדליקער קלייטן און קלייטלעך איבער דער גאַנצער שטאָט, וווּהין עס גייט אײַנקויפֿן דער פּשוטער עמך.
מילא, דער המון… וווּ זײַנע געווען די יעניקע, וואָס די שטאָט־אײַנוווינער און בירגער פֿון דעם ריזיקן לאַנד האָבן זיי פֿאַרטרויט דעם אַחריותדיקן חובֿ צו שטיין אויף דער וואַך פֿונעם געזעץ? וווּ זײַנען זיי געווען די גדלים פֿון שטאָט און שטאַט? דער ענטפֿער איז — אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ „הינערפּלעט‟. צי האָבן זיי עס געטאָן פֿאַר פּחד און אומבאַהאָפֿנקייט, צי צוליב אַנדערע סיבות, וועט זיך, מעגלעך, מיט דער צײַט אַרויסווײַזן.
איצט נעמט דעם פּאָגראָם איבער די היסטאָרישע דענקמעלער. דאָס אַראָפּטראָגן אָדער חרובֿ מאַכן די אַלטע דענקמעלער איז דאָך אַ קלאָרער אויסדרוק פֿון אַ קולטורעלן און מאָראַלישן עם־הארצות און געפֿאַלנקייט. יעדער היסטאָרישער דענקמאָל, בפֿרט פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון לאַנד, איז אויך אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַלער קולטור, פֿונעם נאַציאָנאַלן עזבֿון. די ווערט און גורל פֿון אַזעלכע אוצרות איז אָסור צו ווערן אָפּגעשאַצט פֿון היציקע קעפּ און אויף דער הייסער מינוט!
עס זײַנען נאָך פֿריש אין זכּרון די שיינע מעשׂים פֿון די טאַליבאַנער איסלאַמיסטן, וואָס האָבן אויסגעלאָזט זייער פֿאַנאַטישע שׂינאה צו די אוראַלטע דענקמעלער, אויפֿגעשטעלט מיט טויזנטער יאָר צוריק. וועט איר פֿרעגן, וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָבן יענע מעשׂים אינעם אָפּגעשטאַנענעם אַפֿגאַניסטאַן מיט די איצטיקע אין אונדזער ציוויליזירטער אַמעריקע? וואַנדאַליזם־מעשׂים האָבן נישט קיין צײַט־דלתּ אַמות! איך וויל האָפֿן, אַז די וועלט האָט שוין גענוג איבערגעלעבט געצנדינערישע צײַטן, ווען אַז מע אַנטוישט זיך אין איין געצל, צעברעכט מען עס און מע שטעלט זיך אויף אַ נײַעם געץ.
יענע אוראַלטע געצן זײַנען כאָטש געווען פֿון האָלץ און שטיין. די וועלט ווייסט דאָך, אַז קאַטאַסטראָפֿאַלע צײַטן קומען, ווען אויפֿן פּיעדעסטאַל ברענגט מען אַרויף דעם געץ פֿון לײַב און ביין. אַזוי געשעט בפֿירוש אין אַ צײַט, ווען ס׳רובֿ פֿון דער געזעלשאַפֿט געפֿינט זיך אין אַ צושטאַנד פֿון „הינערפּלעט‟. די סכּנה פֿון אַזאַ מחלה שטעקט אין דעם, אַז זי קאָן זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ כראָנישער שלאַפֿקייט. מיר ווייסן שוין גוט, אַז אַ פֿאַרשלעפּטע קרענק איז אַ זיכערער טויט… אויף אונדזערע שׂונאים געזאָגט געוואָרן!
ברוקלין, ניו־יאָרק, יוני 2020