לאַפּסוס־קאַקטוס — 34

„נאָך‟ און „פֿאַר‟

לעצטנס, איז מיר אויסגעקומען צו לייענען אין אַ ייִדישער אויסגאַבע אַזאַ זאַץ:

נישט לאַנג נאָך דעם, ווי מײַנע עלטערן זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק…
דער פֿעלער שטעקט דאָ אין דער פּראָפּאָזיציע „נאָך‟, ווײַל אַז מע זאָגט „נישט לאַנג‟ דאַרף ווײַטער גיין — „פֿאַר‟.

ריכטיק וואָלט דער זאַץ געדאַרפֿט קלינגען אַזוי: נישט לאַנג פֿאַר דעם, ווי מײַנע עלטערן זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק

עס קאָן אויך זײַן אַן אַנדער וואַריאַנט פֿון דעם זאַץ מיט דער פּראָפּאָזיציע „נאָך‟: אין גיכן נאָך דעם, ווי מײַנע עלטערן זײַנען אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק…

אין דעם פֿאַל וואָלט „פֿאַר‟ געווען נישט צום אָרט!

דערלאַנגען און זיך דערציִען

אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטער פּלאָנטער:

מײַנע אויגן האָבן ממש געגעסן דאָס געשמאַקע געבעקס, אָבער צום טעלער האָב איך נישט געקאָנט דערלאַנגען.

דער זינען פֿון דעם, וואָס ס׳קומט פֿאָר איז קלאָר, אָבער געזאָגט איז עס נישט ריכטיק. „דערלאַנגען‟, מיינט „גיבן‟, און דער מחבר האָט געמיינט פּונקט פֿאַרקערט „נעמען‟. דעריבער וואָלט ריכטיק געווען אַזוי: מײַנע אויגן האָבן ממש געגעסן דאָס געשמאַקע געבעקס, אָבער צום טעלער האָב איך זיך נישט געקאָנט דערציִען.

פֿון וואַנען וואַקסן די פֿיס?

ס׳איז מיר שוין עטלעכע מאָל אויסגעקומען זיך אַרײַנצוכאַפּן בײַם אַרײַנבראָקן אין מײַן טעקסט אַן אויסדרוק אָדער אַ באַגריף, אָדער אַפֿילו אַ באַזונדער וואָרט, וואָס איז ברייט פֿאַרשפּרייט און פֿאַרשטענדלעך אין איין שפּראַך־סבֿיבֿה, אָבער אויטאָמאַטיש אַרײַנגעבראַכט עס אין ייִדישן, בלײַבט עס אומפֿאַרשטענדלעך.

אַ „חתונה־גענעראַל‟

דער אויסדרוק קומט פֿון אַנטאָן טשעכאָווס דערציילונג „אַ חתונה מיט אַ גענעראַל‟. עס ווערט באַנוצט ווי אַן איראָנישער זאָג, און מיינען מיינט עס, אַז כּדי צוגעבן דער אונטערנעמונג (חתונה) מער וואָג און ווערט, פֿאַרבעט מען אויף איר אַן אָנגעזעענעם גאַסט. מע זעצט אים אַוועק אויבנאָן און מע טראָגט זיך מיט אים אַורם. נאָך אַלעמען, וועט מען דאָך האָבן מיט וואָס זיך צו באַרימען: אַ קלייניקייט, אַ חתונה־גענעראַל!

אַלפֿאָנס און Alphonse

ס׳איז מיר אויסגעקומען אָנצוטרעפֿן בײַ אַ ייִדישן שרײַבער דעם אויסדרוק: „ער האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי דער לעצטער אַלפֿאָנס‟. כ׳בין אָבער נישט זיכער, אַז ס׳רובֿ לייענער האָבן עס פֿאַרשטאַנען ריכטיק.

אין ייִדיש מיינט „אַלפֿאָנס‟ אַ מאַנצבילשן נאָמען. קיין שום אַנדער טײַטש טראָגט דאָס וואָרט נישט. אָבער אין רוסיש און פֿראַנצייזיש נאָך דעם ווי ס׳איז דערשינען און פּאָפּולער געוואָרן אַלעקסאַנדער דומאַס (זון) ראָמאַן Monsieur Alphonse (הער אַלפֿאָנס), וווּ דער הויפּט־העלד, אַלפֿאָנס, מאַכט אַ לעבן אויפֿן חשבון פֿון אַ פֿרוי, איז אַלפֿאָנס געוואָרן אַ שם־דבֿר. דאָס הייסט, אַז מע וויל אויף עמעצן זאָגן, אַז אַ מאַן שלאָפֿט מיט אַ פֿרוי, וואָס האַלט אים אויס, — זאָגט מען, אַז ער איז אַן אַלפֿאָנס.

איינער רעדט רוסיש ווי אַ ייִד, דער אַנדערער רעדט ייִדיש ווי אַ גוי!

לאַפּסוס־קאַקטוס

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s