די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (12)

מיכאל דונאַיעווסקי

פֿאַמיליאַנטן-געזעץ

די רעגירונג-גזירות, דערשינען אין די יאָרן 1727-1726, האָבן אַרײַנגעטריבן די בעמישע און מערישע ייִדן ווידער אַ מאָל אין די געטאָס. די דאָרפֿס־ייִדן האָבן ניט געטאָרט זיך אַריבערציִען קיין פּראָג, אין פּראָגער געטאָ, און די גזירות האָבן דערצו באַשטימט אַ גענויעם „נומערוס קלאַוזוס‟, וויפֿל ייִדן האָבן געמעגט לעגאַל ווײַטער וווינען אין בעמען (8541 משפּחות) און וויפֿל אין מערן (5106 משפּחות).

אַ חוץ דעם, איז אין דעצעמבער 1726 אַרויסגעגעבן געוואָרן דער געזעץ פֿונעם קיסר קאַרל דעם זעכסטן, וואָס האָט געהייסן, אַז ייִדן זאָלן זיך אַריבערציִען אויף באַזונדערע גאַסן און קוואַרטאַלן, וואָס געפֿינען זיך גאָר ווײַט פֿון די קאַטוילישע צווינטערס, קלויסטערס און אַנדערע פּלעצער, וווּ עס גייען די קריסטלעכע קאַטוילישע פּראָצעסיעס אַדורך. דער דאָזיקער געזעץ האָט באַרירט אַרום 30 טויזנט ייִדן, וועלכע האָבן דעמאָלט געוווינט אין בעמען אין 168 שטעט און 672 דערפֿער, און אַן ערך 20 טויזנט מערישע ייִדן דערצו. לויט דעם דאָזיקן געזעץ, וואָס איז אַגבֿ מאָטיווירט געוואָרן, דאַכט זיך, נאָר דורך סיבות פֿון גלויבן, האָט זיך געשאַפֿן אַ זייער שטאַרקע „סעגרעגאַציע‟, דאָס הייסט, אַ געזעלשאַפֿטלעכע צעטיילונג; אין אַ סך ערטער האָט מען געמוזט אַריבערציִען גאַנצע געטאָס, און דאָרטן, וווּ ס׳האָבן פֿריִער געטאָס ניט עקזיסטירט, זענען געשאַפֿן געוואָרן נײַע געטאָס.

כּדי צו האַלטן דעם „נומערוס קלאַוזוס‟, האָט מען געמוזט באַגרענעצן די נאַטירלעכע פֿאַרגרעסערונג פֿון ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די טשעכישע לענדער. דערפֿאַר האָט מען אַרויסגעגעבן דעם אַזוי גערופֿענעם פֿאַמיליאַנטן-געזעץ. זײַן צוועק איז פֿאַקטיש געווען צו רעגולירן די צאָל ייִדישער באַפֿעלקערונג. לויט דעם דאָזיקן געזעץ, האָבן אַלע באַווײַבטע ייִדן צי ייִדישע אַלמנים, אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 1726, וואָס געהאַט קינדער, זענען באַצייכנט געוואָרן ווי די עלטסטע אין די פֿאַמיליעס, דאָס הייסט, פֿאַמיליאַנטן; זיי זענען אויך געווען די איין און איינציקע, וואָס האָבן געהאַט וווינונגס-רעכט אין לאַנד און באַקומען בירגערשאַפֿט.

נאָכן פֿאָטערס (דעם עלטסטן) פּטירה האָט זײַן בירגערשאַפֿ-נומער איבערגענומען זײַן בכור, וואָס האָט דער איינציקער געהאַט דעם זכות אין דער משפּחה חתונה האָבן. אַלע אַנדערע זין, אויב זיי האָבן געוואָלט חתונה האָבן, האָבן געמוזט אַוועקפֿאָרן פֿון לאַנד, פֿאַרלאָזן די מדינה. אויף אַזאַ אופֿן זענען זיי געווען באַטראַכט דורך די מלוכה-אַמטן ווי פֿרעמדע בירגערס… די משפּחות, וווּ עס זענען געווען נאָר טעכטער, זענען באַטראַכטן געוואָרן דורך דער מדינה ווי „אויסגעשטאָרבענע‟, און די מיידלעך האָבן אָפֿט געמוזט חתונה האָבן בלויז אין אויסלאַנד.

כּדי צו באַקומען אַן אָרט-סטאַטוס פֿון אַ פֿאַמיליאַנט און דערצו נאָך די „בירגערשאַפֿט‟, האָט דאָס דאָזיקע אָרט געזאָלט זײַן פֿרײַ אָדער דורך דער פּטירה פֿון דעם, וואָס האָט עס פֿאַרנומען, אָדער אַנדערע אויסשליסלעכע באַדינגונגען. פֿאַרן ברעכן דעם פֿאַמיליאַנטן-געזעץ האָט מען באַשטראָפֿט מיט שמיץ און אַרויסטרײַבן פֿון לאַנד. מע פֿלעגט באַשטראָפֿט אַפֿילו די רבנים, וואָס האָבן בסוד חתונה געמאַכט ייִדישע יונגע פּאָרלעך. הויכע מלוכה-באַאַמטע, וואָס האָבן דערלויבט עובֿר צו זײַן אויפֿן געזעץ, האָט מען אויך שטראַפֿירט. פֿאַר זיי און פֿאַר אַנדערע טשינאָווניקעס איז אָבער דער ענין געווען גאָר אינטערעסאַנטער פֿון פֿינאַנציעלן שטאַנדפּונקט.

עס האָט עקזיסטירט זייער אַ מערקווערדיקער אינטערעס צום אָרט־סטאַטוס פֿון „בירגערשאַפֿט‟, וואָס האָט זיך באַפֿרײַט (צום בײַשפּיל, צוליב דעם טויט פֿונעם פֿאַמיליאַנט אָן מאַנצלבישע יורשים); צווישן אַ סך פֿאַראינטערעסירטע צדדים (אַנדערע זין אין דער משפּחה, זין פֿון אָפֿיציעל ניט-דערלויבטע הייראַטן וכדומה). דעמאָלט האָט מען דעם אָרט־סטאַטוס געקאָנט באַקומען אומלעגאַל, דורכן געבן כאַבאַר. נישט ווייניק ייִדן האָבן אַזוי בסוד חתונה געהאַט. לויט די אָפֿיציעלע מלוכה-אַמטן האָבן זיי דערנאָך געלעבט ווי „אַ מאַן מיט אַ משפּחה‟. זייערע קינדער זענען אָפֿיציעל געווען ממזרים, האָבן געלעבט אין אַ געפֿערלעכן מצבֿ פֿון פּאָטענציעלער אַנטפּלעקונג. דערצו האָבן זיי געשאַפֿן אין דער קהילה אַ מין נידעריקע געזעלשאַפֿטלעכע קאַסטע. ס׳זענען אָבער געווען אַזעלכע, וואָס זענען פּשוט אַוועק קיין פּוילן צי אונגערן, וווּ דער דאָזיקער געזעץ איז ניט געווען גילטיק.

ס׳איז זייער וויכטיק צו באַטאָנען, אַז דער פֿאַמיליאַנטן-געזעץ האָט חרובֿ געמאַכט די משפּחה-באַציִונגען בײַ ייִדן, דעם ייִדישן פּאַטריאַרכאַלן לעבנס־שטייגער, געהייליקט דורך דער הלכה, וואָס האָט ביז דעמאָלט אָן עקזיסטירט אומבאַרירט. דווקא די משפּחה, איר סאָלידאַרישקייט און גרויסקייט זענען געווען צווישן די גרעסטע ווערטן בײַ ייִדן אין גלות.

די געזעצן פֿון קאַרל דעם זעקסטן זעען אויס ווי זייער האַרטע, אָבער זיי האָבן אין דער זעלבער צײַט פֿאַרטיידיקט די בעמישע און מערישע ייִדן פֿון אַנדערע רדיפֿות און גרעסערע באַגרענעצונג פֿון זייער צאָל. ס׳זענען פֿאַראַן היסטאָריקער, וואָס טענהן, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג האָט דעמאָלט גובֿר געווען אויף דעם „אַנטיסעמיטיזם פֿון טשינאָווניקעס‟. זיי גיבן אָבער גלײַך צו, אַז דער דאָזיקער ניצחון איז געווען אויסגעקויפֿט דורך שווערע מאַטעריעלע און מאָראַלישע קרבנות צווישן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון בעמען און מערן.

מיט דעם ניצחון האָבן די ייִדן ניט געקענט זיך לאַנג פֿרייען… מיט קנאַפּע צוואַנציק יאָרן שפּעטער האָט די קיסרינע מאַריע-טערעזיע אַרויסגעטריבן די ייִדן אויף אייביק פֿון אַלע לענדער פֿון איר מלכות…

 

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s