דער קריטיקער און ליטעראַטור־פֿאָרשער הערש רעמעניק איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל מאָנאַסטירשטשע, קיִעווער גובערניע. זײַן בילדונג האָט ער באַקומען אינעם אָדעסער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט און ווערט אַ לערער און קאַלינינדאָרף — דער צענטער פֿונעם ערשטן ייִדישן נאַציאָנאַלן ראַיאָן אין אוקראַיִנע. אין 1934 קומט ער קיין מאָסקווע, כּדי זיך צו לערנען אין דער אַספּיראַנטור בײַם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. אין זײַן דיסערטאַציע האָט ער געפֿאָרשט „שלום־עליכמס נאָוועלן‟. מיט לעקציעס טרעט ער אויף אין מאָסקווע, מינסק און האָמעל. אין יאָר 1939 ווערט ער אַרעסטירט. 16 יאָר האָט רעמעניק געשמאַכט אין די לאַגערן און תּפֿיסות. נאָכן אומקערן זיך אַהיים און נאָך אַ פֿולער רעהאַביליטאַציע הייבט ער אָן אַרבעטן ווי אַ דאָצענט פֿון רוסישער ליטעראַטור אינעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט פֿון שטאָט יאַראָסלאַוול. צו יענער צײַט דערשײַנט זײַן בוך, געווידמעט דעם רוסישן פּאָעט אַלעקסאַנדר בלאָק, און אַ צאָל אַרטיקלען. זינט 1964 און ביזן סוף פֿון זײַן לעבן שטייט ער אין שפּיץ פֿונעם קריטישן אָפּטייל בײַם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אין יאָר 1972 פֿאַרטיידיקט ער זײַן דאָקטאָראַט וועגן שלום־עליכמס שאַפֿונג.
לייענט דעם מחברס אַרײַנפֿיר צו זײַן בוך „שטאַפּלען‟, וואָס איז דערשינען אין מאָסקווע אין יאָר 1982, אין פֿאַרלאַג „סאָוועטסקי פּיסאַטעל‟.
אַרײַנפֿיר
די גרינטלעכע איבערשטאַלטונג פֿון דער עקאָנאָמיק, פֿונעם גאַנצן לעבן פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג נאָך דער אָקטיאַבער־רעוואָלוציע האָט באַדינגט אַ שטורמישן אויפֿבלי פֿון דער ליטעראַטור אין אַלע זשאַנרען, קודם־כּל, פֿון דער דיכטונג. שוין אין די ערשטע צוויי צענדליק יאָר פֿון דער ראַטנמאַכט האָט די ייִדישע ליטעראַטור אַרויסגערוקט אַזעלכע פּאָעטן, ווי אָשר שוואַרצמאַן, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, פּרץ מאַרקיש, אַהרן קושניראָוו, משה קולבאַק, שמואל האַלקין, עזרא פֿינינבערג, איציק פֿעפֿער, איזי כאַריק. פּאָעטן פֿון אַזאַ מאַסשטאַב האָט די ייִדישע ליטעראַטור ביז דער רעוואָלוציע ניט געהאַט. דאָס איז געווען אַ נײַע דיכטונג ניט בלויז לויט די סאָציאַלע און רעוואָלוציאָנערע אידעען, נאָר אויך לויט דער טיפֿקייט פֿון געפֿילן, לויט דער קראַפֿט, מיט וועלכער עס זײַנען אויסגעדריקט געווען די דאָזיקע אידעען און געפֿילן, לויט דער נײַקייט פֿון דער פֿאָרם, לויט דער רײַכקייט פֿון שפּראַך.
צוזאַמען מיט אָט דער גרופּע ערשטראַנגיקע דיכטער האָבן איבערגעלאָזט טיפֿע שפּורן אַזעלכע טאַלאַנטירטע שעפֿער, ווי ליפּע רעזניק, משה כאַשטשעוואַצקי, שמואל ראָסין, זעליק אַקסעלראָד, בוזי אָלעווסקי, מאָטל האַרצמאַן, יוסף קאָטליאַר, הערשל קאַמענעצקי, חנה לווין און נאָך פֿיל אַנדערע. אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די צוואַנציקער און אין די דרײַסיקער יאָרן איז אָנגעקומען אַ נײַע פּלעיאַדע באַגאַבטע פּאָעטן, די מערהייט פֿון וועלכע זעצט פֿאָר שוין אין אונדזער צײַט די רומפֿולע טראַדיציעס פֿון דעם עלטערן דור.
די ייִדישע דיכטונג, וואָס איז צום אָנהייב געווען באַווירקט פֿון דעם סימבאָליזם און פֿוטוריזם, האָט זיך באַפֿרײַט פֿון אָט די ווירקונגען און זיך פֿאַרפֿעסטיקט אויף די אידעיִשע און עסטעטישע פּאָזיציעס פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַטור אין ענגער פֿאַרבינדונג מיט דער רוסישער דיכטונג (בלאָק, מאַיאַקאָווסקי, יעסענין), מיט דער אוקראַיִנישער, ווײַסרוסישער, מיט דער גאַנצער סאָוועטישער דיכטונג.
די באַדײַטנדיקסטע דערגרייכונגען פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער פּראָזע אין דעם פּעריאָד זײַנען אין דער ערשטער ריי פֿאַרבונדן מיט די נעמען פֿון דוד בערגעלסאָן און דער ניסתּר, וועלכע זײַנען רײַף געוואָרן ווי קינסטלער נאָך ביז דער אָקטיאָבער־רעוואָלוציע. פֿאַרשטענדלעך, אַז די רעוואָלוציע האָט אַלזײַטיק געווירקט אויף זייער שאַפֿונג אויפֿן סאַמע ראַדיקאַלסטן אופֿן, און זיי האָבן נאָך אַ געוויסן אידעיִשן קריזיס געגעבן דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור נײַע קלאַסישע ווערק. בערגעלסאָנס „בײַם דנעפּער‟ און דעם ניסתּרס „משפּחה מאַשבער‟ זײַנען די באַדײַטנדיקסטע דערגרייכונגען פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער פּראָזע. ביז גאָר איז וויכטיק אויך דער בײַטראָג פֿון די אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער איציק קיפּניס, שמואל גאָדינער, דניאל מאיראָוויטש, מאיר אַלבערטאָן, הערשל אָרלאַנד, נוח לוריע, שמואל פּערסאָוו, אַבֿרהם קאַהאַן און אַנדערע. די ייִדישע סאָוועטישע פּראָזע האָט געשאַפֿן דעם היסטאָרישן, סאָציאַלן, שטייגערישן און פּסיכאָלאָגישן ראָמאַן, וועלכער האָט ביז דער רעוואָלוציע כּמעט ניט געהאַט קיין אָרט.
שווערער איז געווען די אַנטוויקלונג פֿון דער דראַמאַטורגיע. אין פֿלוג איז נאָך דער רעוואָלוציע קיין דראַמאַטורגן ווי אַזעלכע ניט געווען. דראַמעס האָבן געשריבן פּראָזאַיִקער, דיכטער, אַפֿילו קריטיקער. אַזאַ דערשײַנונג איז פּשוט ניט צו דערקלערן. בײַ דעם קאָלאָסאַלן אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער טעאַטער־קולטור איז קיין רעפּערטואַר פֿאַר דער בינע כּמעט ניט געשאַפֿן געוואָרן. דער טעאַטער איז געצוווּנגען געווען אָנקומען צו דער ניט איבעריק רײַכער ייִדישער ביזרעוואָלוציאָנערער דראַמע, דער עיקר, פֿון גאָלדפֿאַדענען און שלום־עליכמען, צו אינסצענירונגען פֿון מענדעלעס („מסעות בנימין השלישי‟), שלום־עליכמס („מנחם־מענדל‟, „טבֿיה דער מילכיקער‟), בערגעלסאָנס („דער טויבער‟, „מידת־הדין‟) ווערק פֿון דער רוסישער און מערבֿ־אייראָפּעיִשער דראַמע.
דערמיט וויל איך ניט פֿאַרמינערן דעם ווערט פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער דראַמאַטורגיע. פּרץ מאַרקיש האָט געשאַפֿן רעאַליסטישע פֿאָלקס־דראַמעס — „ניט געדאגהט‟, „משפּחה אָוואַדיס‟ — וועגן לעבן פֿון די מאַסן אין נײַעם דאָרף און אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט; און קושניראָוו — די פֿאָלקס־טראַגעדיע „הירש לעקערט‟ וועגן דעם קאַמף פֿון די ייִדישע אַרבעטער קעגן צאַריזם; שמואל האַלקינס היסטאָריש־ראָמאַנטישע פּיעסע „שלמית‟ און „בר־כּוכבא‟ האָבן געהאַט דערפֿאָלג בײַם צושויער; אַ באַשטימטע ראָלע האָבן אָפּגעשפּילט מ. דניאלס „פֿיר טעג‟, „זיאַמקע קאָפּאַטש‟ — דראַמעס וועגן דעם קאַמף פֿאַר דער ראַטנמאַכט אין ווילנע, זײַנע היסטאָרישע פּיעסן „שלמה מימון‟; עס זײַנען באַוווּסט געווען יחזקאל
דאָברושינס „דער געריכט גייט‟, „אויפֿן 62סטן‟, „בריגאַדיר טעלעפּ‟ — וועגן דעם איבערגאַנג פֿון די ייִדישע מאַסן צו ערדאַרבעט און אַבֿרהם וועוויאָרקעס דראַמאַטישע ווערק „אויפֿן ווײַסן בוים‟, „אויף דער גרענעץ‟, נפֿתּלי באָטווין‟, „דער סטעפּ ברענט‟. אָט די אַלע פּיעסן זײַנען געגאַנגען אויף דער בינע פֿון די ייִדישע טעאַטערן.
צו די באַדײַטיקסטע דערגרעכונגען צו דער ייִדישער סאָוועטישע ליטעראַטור דאַרף מען צורעכענען דאָס, וואָס צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איז געשאַפֿן געוואָרן אַ וויסנשאַפֿטלעכע מאַרקסיסטיש־לענינישע ליטעראַטור־קענטעניש. עס זײַנען ברייט באַוווּסט די נעמען און ליטעראַטור־פֿאָרשער משה ליטוואַקאָוו, נחום שטיף, מאיר ווינער, מאַרק עריק, יחזקאל דאָברושין און אַנדערע.
אין דער פֿאָרגעלייגטער זאַמלונג זײַנען פֿאַראַן אָפּהאַנדלונגען בלויז וועגן דיכטער און פּראָזאַיִקער פֿאַר אַלע יאָרן פֿון דער ראַטנמאַכט. דאָ וועט דער לייענער אין די אַנאַליזן פֿון דער שאַפֿונג פֿון באַזונדערע שרײַבער זיך באַקענען מיט אַלע דורות, מיט אַלע שטאַפּלען פֿון דער ליטעראַטור, מיט אירע גרונטלייגער און אָנהייבער אין די ערשטע יאָרן פֿון דער רעוואָלוציע, מיטן צווייטן דור נײַע שרײַבער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן און מיט דער שאַפֿונג פֿון די הײַנטצײַטיקע ייִדישער שרײַבער.
דער עלטערער דור ייִדישע קריטיקער האָט איבערגעלאָזט אַ רײַכע ירושה וועגן דער ליטעראַטור ביז דער גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה (1941־1945). זיי האָבן אָבער ניט געקאָנט שאַפֿן די געשיכטע פֿון דער ליטעראַטור נאָך דער מלחמה, זייער ירושה באַטראַכטן מיר ווי אַ יסוד פֿון אַ געשיכטע פֿאַר די ערשטע שטאַפּלען פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור. קריטיש ירשנדיק און פֿאָרזעצנדיק ווײַטער זייער אויפֿטו, דאַרפֿן מיר איצט ווײַזן אַלע שטאַפּלען אין דער געשיכטע פֿון אונדזער ליטעראַטור. אין דעם איז די איינהייט און די הויפּט־אידעע פֿון דעם פֿאָרגעלייגטן זאַמלבוך, וועלכן איך באַטראַכט ווי אַ פּרוּוו און ווי בוי־שטיינער פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור.