משה לעמסטער
די ליבשאַפֿט האָט באַלויכטן דעם חושך פֿון נאַכט
ערגעץ,
אַ מאָל,
אויף דער ערד אין אַ שטיבל
איך און זי אונטער אַ דאָרפֿישן דאַך,
וווּ אונדזער יונגע, פֿלאַמיקע ליבע
האָט באַלויכטן פֿילפֿאַרביק דעם חושך פֿון נאַכט.
אין ליכטיקן נעפּל
מיר זענען
פֿאַרפֿאַלן…
צוויי נאַקעטע לײַבער — איין לײַב און איין זעל,
אונדז, ווי אַ נאָדל אין סטערטע פֿון שטראַלן,
ניט צו געפֿינען און ניט צו דערזען.
די שײַן יענע צאַרטע,
איידעלע,
ווייכע
האָט דורכן פֿענצטער צעפּראַלטן געשטראַלט
דערגרייכט צו די טינקעלע, הימלישע הייכן
און צו דעם סאָד, צו דעם פֿעלד, צו דעם וואַלד —
אין הימל אַ וואָלקן
גענומען
זיך שײַנען,
צעבליט זיך דער וואַלד, דאָס פֿעלד און דער סאָד
איך האָב איר געשעפּטשעט: „דו, מלאך מײַנער‟,
זי שטיל האָט געזיפֿצט: „אָ מײַן גאָט! אָ מײַן גאָט!‟
די רגעס פֿאַר אונדז
זענען שטייען
געבליבן
און פֿאַר דער ערד, פֿאַרן שטיבל און דאַך,
וווּ אונדזער יונגע פֿלאַמיקע ליבע
האָט באַלויכטן פֿילפֿאַרביק דעם חושך פֿון נאַכט…
צי ווייסט עס גאָט
די צײַט וויל ניט שטיין
אַוועק נאָך אַ יאָר.
דאָס לעבן דאָס שיינס,
קורץ איז ביז גאָר.
מעגסט דאַווענען הייס
פֿון קאַיאָר ביז קאַיאָר
דאָס לעבן אַלץ איינס
קורץ איז ביז גאָר.
דעם שליסל פֿון שלאָס
זוכט יעטווידער דור —
דאָס לעבן פֿאַר וואָס
קורץ איז ביז גאָר?
צי ווייסט כאָטשבי גאָט
אין זײַן אייביקער וואָר
פֿון לעבן דעם סוד,
וואָס קורץ איז ביז גאָר?..