
אַזוי ווי שלום־עליכם האָט עס געוואָלט
אין חודש מײַ האָבן זיך בײַ אונדז אין ניו־יאָרק צעבליט אַלע מינים בלומען, קוסטעס און ביימער. ממש — אַ בליִענדיקע סימפֿאָניע פֿון פֿאַרבן און ריחות. איין קלייניקייט — אַ שאָד, וואָס די מגפֿה דערמעגלעכט נישט פֿרײַ שפּאַצירן אין פּאַרק און מהנה זײַן פֿון דער געטלעכער נאַטור־פּראַכט.
אין מײַ־חודש האָט זיך אויך צעבליט ייִדיש אין דער ווירטועלער וועלט. אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער zoom־אַרענע זײַנען אויפֿגעטראָטן ייִדישע אַרטיסטן און מוזיקער פֿון איבער דער וועלט. פֿון דעסטוועגן, איז די צענטראַלע אונטערנעמונג, לויט מײַן מיינונג, פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 24סטן מײַ, און געווידמעט איז זי געווען דעם 104טן יאָרצײַט נאָך אונדזער טײַערן שלום־עליכם.
די טראָדיציע זיך צונויפֿנעמען אין דעם טאָג, ווי שלום־עליכם האָט עס אָנגעוויזן אין זײַן צוואה, האָבן זײַנע קינדער און קינדס־קינדער הייליק אָפּגעהיט. דער סצענאַר איז שיִער נישט קאַנאָניזירט געוואָרן, און סײַ די באַטייליקטע און סײַ די רשימה פֿון פֿאַרבעטענע געסט האָט זיך פֿון יאָר צו יאָר כּמעט נישט געביטן. איין מאָל האָב איך און מײַן פֿרוי געהאַט דעם זכות צו זײַן אויף דעם רירנדיקן אָוונט און זיך פֿאָטאָגראַפֿירן מיט בעל קאַופֿמאַן, אונדז אַלעמען אויף לאַנגע יאָר. צום באַדויערן, האָט זיך יעדעס יאָרצײַט אַלץ ווייניקער געהערט דאָס ייִדישע וואָרט, און אַלץ מער — ענגליש.
בײַ זײַן לעבן האָט שלום־עליכם זיך באַשיידן גערופֿן „שרײַבער אויפֿן זשאַרגאָן‟, און מקנא געווען דעם גרויסן שרײַבער מאַקסים גאָרקי, וואָס דער אייבערשטער גופֿא האָט אין אים, צוזאַמען מיט דער רוסישער נשמה, אַרײַנגעאָטעמט די רוסישע שפּראַך. אײַ, ווער געדענקט הײַנט מאַקסים גאָרקין?! אַנו, פֿרעגט הײַנט אומיסטן, פֿון איין עק וועלט ביזן אַנדערן: „ווער ווייסט נישט דעם נאָמען שלום־עליכם?‟ — וועט איר הערן ווי עס פֿליט אַ פֿליג, אַזוי שטיל וועט זײַן.
און אָט האָט שלום־עליכם זיך שוין אַרײַנגעריסן אין דער עלעקטראָנישער וועלט אויך. די בעסטע הײַנטיקע אַקטיאָרן, ווי לאה קעניג, מײַק בורשטיין, עלינאָר ריסאַ, שיין בייקער, רפֿי גאָלדוואַסער, מענדי קאַהן; זינגער און זינגערינס פֿון אויסטראַליע, דרום־אַפֿריקע, יאַפּאַן, דײַטשלאַנד, בראַזיל און אַוודאי, פֿון אונדזער ניו־יאָרק, — האָבן אַרויסגעוויזן זייער מײַסטערשאַפֿט — אָן אַ בינע, בײַ זיך אין דער היים, אויף אַ משפּחה־אופֿן.
איז עס דען נישט קיין פֿאַנטאַסטישער בוקעט פֿון ייִדישע טאַלאַנטן! בראַוואָ!!
איך בין זיכער, אַז שלום־עליכמען וואָלט געפֿעלן געוואָרן אַזאַ צונויפֿקום צו דערמאָנען זײַן יאָרצײַט. ער האָט זיך אויסגעלאַכט פֿון דער כאָלעריע אין אָדעס, וואָלט ער געוויס אָפּגעשפּעט פֿון דער איצטיקער פּאַנדעמיע־שמאַנדעמיע — אַבי געזונט!
מיר הײבן ערשט אָן זיך צוגעוווינען צו אַזאַ מין מאַסן־פֿאַרברענג בײַם קאָמפּיוטער, אָבער, כ׳בין זיכער, אַז ווען די חלאַס וועט מירטשעם אַדורך, וועט אָט די שיטה בלײַבן און זיך נאָך מער אַנטוויקלען.
צו ברענגען די פֿרייד פֿאַר טויזנטער מענטשן, וואָס האָבן געזען די שלום־עליכם־פּראָגראַם, האָבן פֿאַראייניקט זייערע באַמיִונגען דער אַלוועלטלעכער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס און דער אינסטיטוט פֿון ייִדישער ליטעראַטור און שפּראַך אין קאַליפֿאָרניע. אַ באַזונדערער יישר־כּוח און האַרציקער דאַנק קומט שיין בייקערן, מרים קאָראַל און מרים־חיה סיגל.
ברוקלין, ניו־יאָר, מײַ 2020