לאַפּסוס־קאַקטוס — 33

koronavirusmasks1

די איצטיקע מגפֿה איז געוואָרן אַ באַזונדערע טעמע צו שאַפֿן נײַע וויצן און אַנעקדאָטן. זיי ווערן פֿאַרשפּרייט דורך דער אינטערנעץ און צעפּויקט באַלד איבער דער וועלט. שלום־עליכמס זאָג, אַז לאַכן איז געזונט, האָט נאָך קיינער נישט אָפּגעשאַפֿן. איז לאָמיר אויך זיך אַ ביסל וויצלען און זיך דערמיט מאַכן פֿריילעכער אויף דער נשמה.

צו האַלטן הײַנט אַ הונט אין שטוב איז אַ גוטע געלעגנהייט צו האָבן אַ תּירוץ זיך אַרויסצורײַסן אַ ביסל אויף דער גאַס. איין קלייניקייט: איר זאָלט נישט איבערפּלאָנטערן — דעם הונט אָנטאָן זײַן מוילשלאָס, און זיך — די מאַסקע.

די מאַסקע איז בעסער צו טראָגן אין שטוב, כּדי ווינציקער עסן.

אין הײַנטיקע צײַטן איז בעסער צו זײַן נישט מיט אַלעמען, איידער מיט אַלע.

דער בײַעפֿעקט פֿונעם קאַראַנטין באַשטייט אין דעם, אַז ס׳איז שווער צו פֿאַרענדיקן דעם טעלעפֿאָן־שמועס מיט אַ נודניק. פֿריִער האָב איך געהאַט אַ תּירוץ צו מאַכן אַ סוף צום שמועס, זאָגנדיק: „אַנטשולדיק, כ׳מוז לויפֿן!‟ הײַנט קאָן איך עס נישט זאָגן, ווײַל כ׳האָב נישט וווּהין צו לויפֿן.

פּלוצעם האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָקטוירים און קראַנק־שוועסטערס זײַנען וויכטיקער ווי אַלע דעפּוטאַטן, סענאַטאָרס און מיניסטאָרן…

סע פֿאַרדריסט פֿאָרט: בשעתן קאָראָנאַווירוס ביסטו אין דײַנע זעכציק יאָר שוין אַן אַלטער און געפֿינסט זיך אין דער סכּנה־גרופּע. צוריק גערעדט, אויב דו ווילסט פּענסיאָנירן און באַקומען די פֿולע פּענסיע, זאָגט מען דיר: „ביסט נאָך צו יונג, וואַרט נאָך צו אַ ביסל!‟

* * *

אונדזער פֿאָלק איז קיין מאָל בײַ זיך נישט געפֿאַלן, וואָס שייך קרענק און מגפֿות. כ׳האָב אַרײַנגעקוקט אין נחום סטוטשקאָווס „אוצר‟ און אַרויסגעשלעפּט פֿון דאָרט בלויז געציילטע אויסדרוקן און שפּריכווערטער. מעגלעך, זיי וועלן אײַך אויך צו נוץ קומען.

אויסדרוקן:
ער האַלט נאָך נישט בײַ דער ווערעמדיקער פֿלוים (טײַטש: ער לעבט נאָך. מע דאַרף דעם קראַנקן נישט באַגראָבן פֿאַר דער צײַט)

מ׳האָט אים שוין אָפּגעזאָגט דאָס לעבן (טײַטש: קיין האָפֿענונג, אַז ער וועט געזונט ווערן, איז ניטאַ)

ער איז שוין אויסגעשפּילט (טײַטש: דער מענטש, ווי גאָטס־אינסטרומענט, האָט שוין נישט מער וואָס צו שפּילן)

מע לייגט אים שוין צו אַ פֿעדער צו דער נאָז (טײַטש: מע קאָנטראָלירט, צי דער גוסס אָטעמט נאָך)

שפּריכווערטער:

אַן אײַנגערעדטע קרענק איז ערגער ווי אַן אמתע.

אַז עס ווערט נישט בעסער, ווערט ממילא ערגער.

איידער איין וואָך אין קרענק, איז שוין גלײַכער צוויי וואָכן אין געזונט.

אַז דער מענטש איז געזונט, האָט ער אַ סך דאגות, אַז ער ווערט קראַנק, האָט ער נאָר איין דאגה.

אַ דאָקטער מאַכט אַ לעבן פֿון פֿרעמדע קרענק.

אַ פּאַרך טראָגט אויך אין באָד אַ יאַרמלקע.

פֿרעג נישט דעם רופֿא, פֿרעג דעם חולה!

 

זײַט געזונט און פֿאַלט נישט בײַ זיך!

 לֹאַפּסוס־קאַקאטוסkarikatura-koronavirus_(sergey-elkin)_2000

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s