מיכאל דונאַיעווסקי
די 30־יאָריקע מלחמה, מגן-דוד ווי אַ סימבאָל פֿון ייִדנטום
אין יאָר 1648 האָט אין אייראָפּע אויסגעבראָכן די אַזוי גערופֿענע 30־יאָריקע מלחמה. די סיבה דערצו איז געווען טריוויאַל — די צווייטע פּראָגער דעפֿיניסטראַציע. דאָס האָט געמיינט, אַרויסוואַרפֿן פֿון פֿענצטער די קאַטוילישע אַמבאַסאַדאָרן פֿון האַבסבורגער מלוכה-הויף דורך די פּראָטעסטאַנטישע בעמישע אַדל־לײַט אין פּראָגער פֿעסטונג.

אַזאַ קאָמישע, ווי עס זעט הײַנט אויס, דערשײַנונג האָט אָבער דעמאָלט געבראַכט צו אַ מלחמה, וואָס האָט געדויערט 30 יאָר. זי האָט גורם געווען צו גזלנות, רויבערײַען, גוואַלד און אָן אַ שיעור שלאַכטן צווישן די רעגולערע און געדונגענע אַרמייען — משונה-מאָדנע גרופּעס פֿון גזלנים-זעלנערס איבער גאַנץ אייראָפּע. אין סך־הכּל האָט די מלחמה אַוועקגעטראָגן טויזנטער און טויזנטער אומשולדיקע לעבנס, ייִדישע בתוכם…
אין זומער און האַרבסט 1648 האָבן זיך די ייִדן באַטייליקט אינעם באַשיצן פּראָג פֿונעם שוועדישן מיליטער, וואָס האָט דעמאָלט באַזעצט טיילן פֿון פּראָג — הראַדטשין און די קליינע זײַט, ווי אויך באַלאַגערט די איבעריקע טיילן. אויסער די געוויינטלעכע פֿינאַנציעלע קאָנטריבוציעס צו פֿירן אַ מלחמה, וואָס ייִדן האָבן געמוזט צאָלן, זײַנען זיי געווען פּאָזשאַרניקעס, שומרים, געאַרבעט אויף די פֿעסטונגען און אַפֿילו געקעמפֿט מיט געווער אין האַנט בעת די שוועדן זײַנען באַפֿאַלן דעם רעכטן ברעג פֿון וולטאַווע-טײַך, וווּ עס זײַנען נאָך געבליבן ניט־אָקופּירטע טיילן פֿון פּראָג.
במשך פֿון דער 30־יאָריקער מלחמה האָבן די ייִדן אין בעמען און מערן געליטן גלײַך ווי די ניט-ייִדישע באַפֿעלקערונג — פֿון הונגער, שוואַרצער פּעסט (אין יאָר 1639 איז געשטאָרבן אַ העלפֿט אײַנוווינערס פֿון פּראָגער געטאָ), פֿון די רעליגיעזע גזירות און רדיפֿות, אָבער אַ סך ווייניקער, אין פֿאַרגלײַך מיט די עוואַנגעליקערס.
פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ חוץ דעם אַלעמען, האָבן די ייִדן געליטן ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער מלחמה, דהײַנו: געמוזט צאָלן קריגס־קאָנטריבוציעס, געוואָרן באַפֿאַלן פֿון די געדונגענע סאָלדאַטן, רציחות, פּאָגראָמען… אין פֿאַרלויף פֿון דער צײַט איז זייער עקאָנאָמישער מצבֿ געוואָרן נאָר ערגער. אַוודאי, זײַנען געווען יחידים, וואָס זײַנען רײַך געוואָרן, אַ דאַנק דער מלחמה; אָבער די ייִדישע געטאָס אין אַלגעמיין זײַנען פֿאַראָרעמט געוואָרן. דער עול פֿון שטײַערן צו דעם מלוכה-אַמט, מפֿרנס זײַן די אַרמיי, צאָלן פּראָצענטן פֿון הלוואָות, קאָנטריבוציעס צו אַלע צדדים פֿונעם קאָנפֿליקט, הויכע געלטשטראָפֿן און האַנדל, וואָס האָט געהאַלטן אין אויסגיין, — איז געווען אומדערטרעגלעך.

מע טאָר ניט פֿאַרגעסן, אַז אויך די צאָל ייִדישער באַפֿעלקערונג איז אין דער צײַט פֿאַרקלענערט געוואָרן — אַפֿילו מער, אין פֿאַרגלײַך מיט דער ניט-ייִדישער באַפֿעלקערונג. אָבער די בעמישע און מערישע געטאָס האָבן זיך באַלד נאָך דעם ווידער פֿאַרפֿולט, נישט אַ דאַנק די נײַ-געבוירענע, נאָר דער שארית-הפּליטה פֿון דער מענטשן־כוואַליע, וואָס איז אָנגעקומען פֿון פּוילן, ליטע און רײַסן, אַנטלויפֿנדיק צווישן די יאָרן 1648-1658 פֿון כמעלניצקיס קאַזאַקן, וועלכע האָבן אויסגעהרגעט אַרום אַ הונדערט טויזנט ייִדן פֿון פּוילישע, ליטווישע און רײַסישע קהילות. זיי האָבן עס געטאָן מיט אַזאַ רציחה, וואָס איז אַפֿילו אין יענע ווילדע צײַטן געווען אומגלייבלעך.
די קאַזאַקישע פּאָגראָמען האָבן געענדערט די ריכטונג אין דער געשיכטע; פֿון יאָר 1648 גייט אָן אַן אַנדער גרויסע היסטאָרישע עמיגראַציע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג — פֿון מיזרח אויף מערבֿ ביז הײַנט צו טאָג.
אין דער אַלטער און נײַער ליטעראַטור קען מען גאָר אָפֿט לייענען, אַז דער קייסער, פֿערדינאַנד דער דריטער, האָט צוגעטיילט דער ייִדישער קהילה פֿאַר אירע פֿאַרדינסטן בשעת דער דאָזיקער באַשיצונג פֿון פּראָג זייער אַ מערקווערדיקע פּריווילעגיע — אַ זכות צו ניצן אַ גרויסן שטאַנדאַרט מיט אַ נײַעם סימבאָל — מגן־דוד, אין וועלכן ס׳איז געווען אַרײַנגעשטעלט דאָס אַזוי גערופֿענע „שוועדיש היטל‟. לויט אייניקע היסטאָריקער איז די כּוונה געווען אויסצובײַטן דאָס ייִדישע היטל, וואָס ייִדן האָבן געמוזט טראָגן שוין פֿון 13טן י״ה, אויפֿן שוועדישן היטל, אָבער די ענדערונג איז ניט אויפֿגענומען געוואָרן.
מע מוז אָבער זאָגן, אַז דאָס איז זיכער אַ פֿיקציע, כאָטש ס׳איז געווען גאָר פֿאַרשפּרייט. די מיינונג, אַז דער הערשער האָט געוואָלט די ייִדן באַדאַנקען, האָט ניט קיין שום יסוד; וואָס שייך די היסטאָרישע קוואַלן וועגן שענקען דעם שטאַנדאַרט ווי אַ סימבאָל פֿון ייִדישער גבֿורה פֿאַרן באַשיצן די שטאָט, איז עס, צום באַדויערן, בלויז אַ מאָדערנע לעגענדע.
מע קען ניט באַווײַזן דורך היסטאָרישע פֿאַקטן אַפֿילו די אַלגעמיינע מיינונג וועגן דעם עלטער פֿונעם גרויסן שטאַנדאַרט פֿון ייִדישער קהילה, וואָס זײַן קאָפּיע הענגט פֿון יאָר 1716 ביז הײַנט אין דער אַלט־נײַער שיל. דער שטאַנדאַרט איז געטראָגן געוואָרן אין שפּיץ פֿון דער פּראָצעסיע פֿון די פּראָגער ייִדן נאָר בעת גרויסע און מערקווערדיקע פֿײַערונגען, ווי די מלך־קרוינונג, געבוירן ווערן פֿון די הערשערס קינדער וכדומה.
ווײַזט אויס, אַז דער זכות צו ניצן דעם גרויסן שטאַנדאַרט האָבן די פּראָגער ייִדן באַקומען שוין בעת ווענצעסלאָוו יאַגעלאַנער רעגירונג אין די יאָרן 1471־-1490. אַ גאָר טשיקאַווער פֿאַקט איז, אַז מיט אַ הונדערט יאָר שפּעטער האָט מרדכי מײַזל געניצט דעם שטאַנדאַרט ווי אַ מוסטער פֿאַרן שאַפֿן זײַן אייגענעם שטאַנדאַרט, וואָס ער האָט געמעגט האָבן, לויט דעם באַזונדערן דערלויבעניש אין זײַן פּריוואַטער שיל.

נאָך איין אינטערעסאַנטער פֿאַקט: דער מגן-דוד, וואָס מע זעט אויף דעם שטאַנדאַרט, האָט ניט קיין ייִדישן אָפּשטאַם; ער איז שוין שפּעטער געוואָרן אַ הויפּט-ייִדישער סימבאָל, צוזאַמען מיט אַ מנורה. אייגנטלעך, קאָן מען ניט געפֿונען קיין דערמאָנונג פֿון אַ העקסאַגראַם אַפֿילו אין תּורה און אין תּלמוד אויך ניט. פֿון מאָל צו מאָל טרעפֿט מען אָן אויף דעם סימבאָל אויף די אַנטישע חותמס, ווי אַרכיטעקטאָנישע אַרנאַמענטן וכּדומה. דער עיקר אָבער, איז דער דאָזיקער צייכן זייער אַן אַלטער סימבאָל פֿון מאַגיע, וואָס ווערט גענוצט בײַ אַ סך פֿעלקער אין די אַלטע צײַטן. אַ העקסאַגראַם האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אַסטראָלאָגיע, אַלכעמיע און קבלה, וווּ ס׳ווערט דערמאָנט זײַן ראָלע פֿון באַשיצונג.
מע דערציילט בדרך-כּלל, אַז דער מגן-דוד איז געוואָרן אַ סימבאָל פֿון ייִדנטום, אַ דאַנק קבלהשן פּירוש פֿונעם סימבאָל. אָבער דער גרויסער קענער פֿון קבלה און ייִדישער מיסטיק גרשום שלום האָט געטענהט, אַז דער דאָזיקער פּירוש איז אין גאַנצן אַ טעות אין מפֿרש זײַן עפּעס אַ מחשבֿה פֿון ר׳ יצחק לוריא. דווקא גרשום שלום טענהט, אַז דער מגן-דוד איז גענוצט געוואָרן ווי אַן אָפֿיציעלער ייִדישער אַטריבוט שוין אין דער תּקופֿה פֿאַר ר׳ יצחק לוריא, און די גרעסטע ראָלע אין דעם האָט געשפּילט דווקא די פּראָגער ייִדישע קהילה. דער מגן-דוד האָט זיך באַוויזן אויפֿן ייִדישן שטאַנדאַרט ווי אַן עמבלעם שוין נאָכן יאָר 1527. שפּעטער האָט מען אָנגעהויבן אַרײַנלייגן אין אים אַ „ייִדיש היטל‟. פֿון דעסטוועגן, איז דער העקסאַגראַם באַליבט געוואָרן, איבערהויפּט צוליב זײַן משיחס-פּירוש.
פֿון פּראָג האָט דער מגן-דוד זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן איבער גאַנץ אייראָפּע ווי אַ ייִדישער סימבאָל פֿון 17טן י״ה. אין דעם 19טן י״ה האָט מען דעם סימבאָל אָנערקענט ווי אַ סימבאָל פֿונעם גאַנצן ייִדנטום. מע האָט אָנגעהויבן באַצייכענען, למשל, שילן און קהילות, דער עיקר, ווי אַ היפּוך צום צלם.
הײַנט איז דער מגן-דוד אַ צענטראַלער מאָטיוו אויף דער פֿאָן פֿון מדינת-ישׂראל, אַ סימבאָל פֿון ציוניזם און ייִדנטום בכלל.