עמיל קאַלין
קאַפּיטל זיבן
אין דער קורצער צײַט, ווען מירעלע איז געווען אַ לאָקאַטאַרין אין מײַן דירה, האָב איך געזען כּמעט אַיעדע נאַכט איין און דעם זעלבן:
די רויטע אַרמיי האָט ווידער אַרײַנמאַרשירט אין בוקאַרעשט. דאָס מאָל נישט ווי אַ טייל פֿון אַן אָפֿענסיווע קעגן נאַצי-דײַטשלאַנד און אירע אַליִיִרטע, נײַערט אויף אָפּצוהיטן די אָרדענונג און וווילשטאַנד פֿון די היגע תּושבֿים. אין ראַדיאָ איז מען שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן די באַנדיטן, די געפֿערלעכע עלעמענטן, וואָס זענען עלול צו צעשטערן דעם געזונטן פֿונדאַמענט פֿון אונדזער סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט. ווער זענען אָט די געפֿערלעכע עלעמענטן און וואָס האָבן זיי אַזוינס געטאָן, האָט קיינער נישט געוווּסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז קיינער האָט נישט געוואַגט זיך אָפֿן קעגנשטעלן די סאָוועטישע סאָלדאַטן. די מאַסיווע טאַנקען זענען געפֿאָרן אומגעשטערט אויף די ליידיקע גאַסן. מע האָט גערעדט, אַז די זיי פֿאָדערן פֿון די פֿאַרבײַגייערס פֿאַרגיטיקונגען: „דאַוואַי טשאַסי, דאַוואַי פּאַלטאָ!‟ [1] — אָפּצוזאָגן זיי האָט געקאָנט אָפּקאָסטן דײַן קאָפּ. זיי האָבן אַראָפּגעריסן פּעלצן, קייטלעך פֿון די העלדזער, אָבער דאָס איז נאָך געווען אַ קלייניקייט. עס פֿלעגן נישט אויספֿעלן אומגליקפֿאַלן, ווען די חיות בצורת־מענטש האָבן פֿאַרגוואַלדיק פֿרויען און געשלאָגן מענער…
אין חלום האָב איך געוווינט אויף אַ הויפּט־גאַס. כ׳האָב אַראָפּגעקוקט פֿונעם פֿענצטער און דערזען די פֿאָלגנדיקע סצענע:
דרײַ גראָביאַנעס, אָנגעטאָן אין מיליטערישע מונדירן, האָבן געהאַקט מיט שווערע העמער אין אַ וויטרינע פֿון אַ פֿײַנער קלייט, ביז זי איז צעבראָכן געוואָרן אויף שטיק-שטיקער מיט אַן אָפּהילכיקן טראַסק. די איבעריקע סאָלדאַטן האָבן נאָר געוואַרט אויף דעם מאָמענט, כּדי צו באַפֿאַלן די קלייט ווי היישעריקן. יעדער האָט געכאַפּט וואָס עס איז אים געקומען צו דער האַנט. מע האָט זיך געריסן איבער אַ פֿאָר הויזן ווי קליינע קינדער. מחמת דער ענגשאַפֿט און ווילדן האַרמידער, האָבן נישט ווייניק סאָלדאַטן אויסגעהויכט די נשמה אין אַלערלײַ מיתות-משונות. אַז די פּאָליצעס זענען געוואָרן ליידיקט, איז דער צעווילדעוועטער המון זיך צעגאַנגען, איבערלאָזנדיק נאָך זיך די הרוגים ליגן אין מיטן דעם ברויכוואַרג און שטיקער גלאָז.
עס האָט זיך געטראָפֿן מיט די אומגליקלעכע רויבערס דאָס, וואָס עס קומט פֿאָר מיטן מענטשלעכן מין פֿון תּמיד אָן — די שוואַכע צעטרעט מען מיט די פֿיס, און די שטאַרקע — זעצט מען אויבנאָן.
ווײַזט אויס, אַז די מונדירטע גזלנים האָבן זיך נישט גענוג אַמוזירט, ווײַל אין גיכן האָב איך דערהערט בייזע קלעפּ אין דער טיר. מירעלע איז, אָן שהיות, אַרויפֿגעקראָכן אויפֿן בוידעם. אַ מענגע פֿריילעכע סאָלדאַטן האָבן אַראָפּגעריסן די טיר פֿון די זאַוויסיעס און זיך אַרײַנגעריסן אין דער דירה. זיי האָבן גענומען פֿיבערדיק נישטערן, זוכן עסנוואַרג אין אַלע ווינקלען. איינער האָט אַראָפּגעלאָזט די הויזן און געמאַכט זײַנע באַדערפֿענישן גלײַך אויפֿן קאָברעץ אין קאָרידאָר. איך האָב אומוויליק אויפֿגעציטערט און מיט אַ מאָל זענען לעבן מיר אויסגעוואַקסן טאַנטע ראַשעל און אַנקל הערץ.
די טאַנטע האָט מיך, איר טײַערן פּלימעניק, געקושט און געהאַלדזט. ס׳האָט זיך איר פֿאַרבענקט נאָך רומעניע., אַזוי האָבן זיי דערקלערט זייער אומדערוואַרטן קומען. אַנקל הערץ האָט זיך נײַגעריק אומגעקוקט געוווירן צו ווערן, אין וועלכן צושטאַנד ס׳געפֿינט זיך זײַן אייגנטום. איך האָב זיי געלאָזט וויסן, אַז עס איז נישט די פּאַסיקע צײַט פֿאַר אַ לאַנגן וויזיט. עס איז בפֿירוש בעסער זיך אָפּטראָגן פֿון דאַנעט וואָס גיכער. זיי האָבן געקוקט אויף מיר מיט רחמנות און געזאָגט, ווי גערעדט פֿון פֿיבער אַרויס…
צוויי טויט-שיכּורע סאָלדאַטן, קוים האַלטנדיק זיך אויף די פֿיס, האָבן געווענדט זייערע פֿאַרחידושטע צורות צו אונדז, ווי עס וואָלט ערשט אַצינד אַ בליץ געטאָן אין זייערע פֿאַרטעמפּטע מוחות די פֿאַרשטענדעניש וועגן אונדזער עקזיסטענץ.
ווי פֿון אַן אינערלעכן באַפֿעל, האָבן זיי זיך געגעבן האַסטיקן אַ לאָז צו אונדז מיט אַ הייזעריקן געשריי: „האַלט!‟ — נאָכן „האַלט‟ פֿלעג איך תּמיד אויפֿכאַפּן פֿון שלאָף מיט אַ פֿאַרטײַעטן אָטעם…
דאָס רובֿ פֿלעג איך זיך אויפֿכאַפּן אין די קליינע שעהען, ווען עס האָט זיך קיין שאָרך נישט דערהערט. אין דער צײַט האָט מירעלע שוין נישט אויפֿגענומען קיין קליענטן און די גאַס איז געווען פּוסט. די שלאָפֿלאָזע רגעס, וואָס האָבן זיך צומאָל געצויגן לאַנגע שעהען, האָב איך פֿאַרבראַכט, צוהערנדיק זיך צום אייגענעם אָטעם אָדער דעם זשום אין די אויערן.
איך האָב געפּרוּווט אויסליידיקן דעם קאָפּ, אָפּטרייסלען פֿון זיך די רעשטלעך טאָג-מחשבֿות, אָבער די עקשנותדיקע געדאַנקען האָבן זיך כּסדר אומגעקערט — סײַ מבולבלטע, סײַ קלאָרע, סײַ נײַע און סײַ אַלטגעבאַקענע. איך האָב אָפֿטלעך געטראַכט וועגן דער חיה אינעם מענטשן. דאַכט זיך, שוין אַן אויסגעדראָשענע טעמע און דאָך, איז זי תּמיד רעלעוואַנט, אין אַלע אומשטענדן און ערטער. נאָך עטלעכע נעכט האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו פֿאַרגעדענקען עטלעכע שורות פֿון יענע בײַנאַכט־קלערענישן:
„די חיה אינעם מענטשן וואַרט מיט געדולד, לויערט, קוקט אַרויס אויף דעם מאָמענט, ווען דו פֿאַרגעסט אויף אַ רגע אין איר. ערשט דעמאָלט שפּרינגט זי פֿונעם מענטשן אַרויס, פֿאַרצוקט דיך, שטעקט אַרײַן די שאַרפֿע נעגל אין דײַן לײַב און פּאַסמאַקעוועט זיך מיט איר צאַפּלדיקן קרבן…‟
אין אַ שטילן טאָג, אַז עס זענען נישט געקומען קיין קליענטן צו מירעלען, פֿלעג זי זיצן אין קיך, אַ פֿוס איבער אַ פֿוס, רייכערן „מערעשעשט‟־ציגאַרעטן אָן פֿילטער, איין ציגאַרעט נאָך אַן אַנדערן, און זיך צוהערן צו מײַנע מחשבֿות און נאַכטישע אײַנפֿאַלן. נאָכן אויסהערן מײַנע מבולבלטע טעאָריעס, האָט זי צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ, אַ צי געטאָן פֿונעם ציגאַרעטל און צוגעבן: „איך זע דעם מין מענטש סײַ אָנגעטאָן, סײַ נאַקעט און דאָס וואָס דו זאָגסט, איז ריכטיק ווי גאָלד. פֿאַראַן פֿיל מענער, וואָס זעען אויס לײַטיש, אָבער אַז זיי טוען זיך אויס — גאָט זאָל אָפּהיטן! ווען דו וואָלסט געהערט די ווערטער, וואָס עס קומט מיר אויס צו הערן פֿון זיי, וואָלט פֿון דײַנע אויערן אַ שלאָג געטאָן אַ שוואַרצער רויך. מענער בעטן מיך, כ׳זאָל זיי שפּײַען אין פּנים אַרײַן, רעדן מיאוס ווערטער צו זיי, שעלטן מיט טויטע קללות, מאַכן מיט דער בלאָטע גלײַך, טרעטן מיט די פֿיס… מאָל דיר, פֿאַראַן אַזוינע, וואָס בײַ זיי איז די גרעסטע הנאה, אַז איך שטיי מיט די הויכע אָפּצאַסן אויף זייערע פֿינגער אויף די הענט און פֿיס. מע הייסט מיר זיך אויסטאָן נאַקעט און זיך אַוועקזעצן אויף דעם פּנים. זיי ווילן דערשמעקן נו, דו ווייסט שוין וואָס, און זענען גרייט צו באַצאָלן עקסטראַ פֿאַר דעם פֿאַרגעניגן. מע בעט זיך בײַ מיר, כ׳זאָל קאַקן אויף זיי, פּישן אויף זיי. עטלעכע קליענט האָבן ליב גראָד פֿאַרקערט: מאַכן די באַדערפֿענישן אויף מיר… כ׳זאָג דיר, סע זענען דאָ מענער, וואָס ס׳קומט זיי כ׳זאָל אויסרײַסן זייער פּאָץ מיטן שורש, כ׳לעבן… און אַזוי זעען זיי אויס גאַנץ נאָרמאַל, האָבן משפּחות, ווײַבער, קינדער, אָבער אַז זיי קומען צו מיר, שטעלט זיך אַ טשאַד אין זייערע קעפּ און זיי רעדן ווי חיות, ווי הוילע משוגעים…‟
אויב אין די ערשטע טעג נאָך מירעלעס זיך אַרײַנציִען צו מיר אין דער דירה, איז איר באַשעפֿטיקונג געווען אַ נישט קיין דערזאָגטע זאַך, איז איצט איז עס געוואָרן אויס סוד. מירעלע האָט נישט געוווּסט פֿון קיין בושה מיט מיר. זי האָט גערעדט זייער אָפֿן וועגן איר אַרבעט, נישט פֿאַרגלעט, נישט באַהאַלטן, נישט געזשאַלעוועט קיין פּרטים, נישט אויסגעמיטן אַפֿילו באַשרײַבונגען, וואָס לאָזן זיך נישט גרינג פֿאַרדײַען.
איצט האָב איך געוווּסט אַלץ וועגן איר לעבן: זי איז געבוירן געוואָרן אין הוש, אַ שטעטל, וואָס שטייט האַרט בײַם פּרוט, אין אַ משפּחה, געבענטשט מיט קינדער. איך האָב דערהערט וועגן דעם ביטערן לעבן אין מאָלדאָווע, ווי זי האָט זיך אַוועקגעקײַקלט אַזש קיין בוקאַרעשט און געקענט אויסרעכענען אַלע אירע אָפּקומענישן, הצלחות, מפּלות און גליקלעכע מאָמענטן אין דער גרויסער שטאָט.
אין דער אמתן, האָב איך נישט געקענט זיך אָפּזוכן, וווּ איז דער אמת און וווּ — אַן אויסטראַכטעניש אין אירע געשיכטעס אָן אַ סוף און אָן אַ שיעור.
אין אַזאַ פֿאַל ליגט די ברירה אין די הענט פֿון דעם צוהערער: ער קען צווייפֿלען אין יעדן וואָרט אָדער פֿאַרקערט — גלייבן. איך האָב באַשלאָסן צו גלייבן. נאָך מער, איך האָב געהאַט גרויס אָפּשײַ פֿאַר איר אָפֿנהאַרציקייט און אויפֿריכטיקייט, וואָס זענען נישט איין מאָל דערגאַנגען צו אַן עקסטרעם. איך האָב באַמערקט, אַז גלײַכצײַטיק מיט איר אויפֿריכטיקייט אין אונדזערע שמועסן איז געוואַקסן איר פֿאַרדאַכט פֿאַרן אַרום:
זי פֿלעג פּרוּוון די קליאַמקע עטלעכע מאָל אַ טאָג, צו פֿאַרזיכערן, אַז די טיר איז טאַקע פֿאַרשלאָסן. אַז עס האָט זיך דערהערט אַ שאָרך פֿון די טרעפּ, פֿלעג זי צולויפֿן צו דער טיר, צושטעלן אַ אויער און אַ קוק טאָן דורכן „אייגל‟. זי האָט געהאַט אַלערלײַ מאָדנע מחשבֿות: געטענהט, אַז די אַלטע פֿרוי פֿון דעם שכנותדיקן בנין, שטייט מיט איר זון די גאַנצע צײַט בײַם פֿענצטער און קוקן אַרײַן אין מירעלעס קליינעם צימערל. מירעלע איז אַיעדן אינדערפֿרי אַרומגעגאַנגען אין שטוב אויף אַן אינספּעקציע — אַראָפּגעלאָזט די לאָדנס, געצויגן די פֿאָרהענגלעך זיי זאָלן פֿאַרדעקן די פֿענצטער אין גאַנצן.
איך האָב איר נישט איין מאָל געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז כ׳קען די שכנה אַנטקעגן שוין יאָרן; זי איז אַן אַלמנה און איר זון איז נישט קיין געזונטער מענטש. פּינקטלעך וואָס איז אים, ווייס איך נישט, אָבער אין די געציילטע געלעגנהייטן, ווען איך האָב זיי געזען אויף דער גאַס, האָט זי אים געפֿירט בײַ דער האַנט, ווי מע פֿירט אַ נישט דערבאַקן, קליין ייִנגעלע. די שכנה אַליין איז, נעבעך, שוין פֿאַרקאַלכט און ווייסט קוים, וואָס עס טוט זיך אַרום איר.
מײַנע ווערטער האָבן נישט געהאַט קיין שום פּעולה: עס איז געווען אוממעגלעך אַרויסשלאָגן פֿון מירעלעס קאָפּ אירע „אידעע פֿיקס‟. נאָכדעם האָט מירעלע זיך גענומען צו דער שכנה אונטן. יענע האָט געוווינט אויפֿן פּאַרטער, האָט מירעלע מיר פֿאַרטרויט דעם סוד, אַז די שכנה עפֿנט צו די טיר אַיעדע פּאָר מינוט, כּדי צו זען, ווער עס גייט אַרויף און ווער עס גייט אַראָפּ. זי מוז אַלץ וויסן, מוז דערשמעקן מיט איר ניאָניע, וואָס עס טוט זיך בײַ יענעם, עס קומט איר צו אַ שטיק געזונט דערפֿון.
לסוף, האָט מירעלע אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין אויף דער גאַס. די מענטשן, אַזוי האָט זיך איר געדאַכט, האָבן עפּעס צו איר, וואַרפֿן אויף איר אַן אומחן, מע שושקען זיך הינטער איר רוקן, מע ווײַזט אויף איר מיטן פֿינגער. זי האָט געמיינט, אַז אין דעם שטעקט אַן עין-הרע, ווײַל אויכעט מיט קליענטן האָט עס בײַ איר אונטערגעהינקט.
זי וואָלט פֿון לאַנג געגאַנגען צו אַ גוטן ייִד, וואָס שפּרעכט אָפּ אַן עין-הרע, אָבער אין בוקאַרעשט קען זי קיינעם נישט.
מירעלע האָט מיר דערציילט, אַז עס זענען געווען טעג, ווען זי איז געזעסן פֿון אין דער פֿרי ביז אין אָוונט מיט פֿאַרלייגטע הענט, קיינער איז נישט געקומעו צו איר. אַז מע איז שוין יאָ געקומען, זענען די קליענטן געווען איבערהויפּט עלטערע מענער אָדער קליינע בעל-מלאָכות; אַ סאָרט קליענטן, וואָס ציטערן איבער יעדן גראָשן, עס קרענקט זיי ממש צוצוגעבן אַ שיינעם „באַקשיש‟.
„אויב די געשעפֿטן וועלן אָנגיין אַזוי, וועל איך מוזן פֿאַרמאַכן דאָס קלייטל‟, — האָט זי פֿײַערלעך מודיע געווען כּמעט יעדן אָוונט.
אין איינעם אַ נאָכמיטאָג, אַז איך בין געקומען צוריק פֿון דער אַרבעט, האָב איך געזען מירעלען אײַפּאַקן אירע זאַכן.
„שוין, איך האָב מיר געפֿונען אַן אַנדער פּלאַץ‟, — האָט זי ברייט געוווּנקען צו מיר און אירע קורצע הענט האָבן געאַרבעט פֿלינק, — „מוחל די טובֿות פֿון דער פּרימעריִע. אמת, דאָרט, אין דעם נײַעם פּלאַץ, איז היפּש ווײַטלעך פֿון צענטער־שטאָט ווי דאָ, וועט כאָטש זײַן שטילער. מענער וועלן קענען רויִק אַרײַן צו מיר און נישט מורא האָבן, אַז נאָך אַ פּאָר אויגן קוקן זיי נאָך‟.
אירע ווערטער האָבן מיר אַ צופּ געטאָן בײַם האַרצן. מיר האָבן געמאַכט אַ כּוסה און זיך געזעגנט ווי גוטע פֿרײַנד. איך האָב זיך באַמיט צו דערשטיקן דאָס געוויין. עס האָט זיך מיר אַפֿילו אײַנגעגעבן צו ציִען די ליפּן אויף אַ שמייכל.
„זײַ נישט קיין ייִנגעלע, כ׳פֿאָר נישט אויף דער לבֿנה!‟, — האָט זי מיך גוט-ברודעריש געטרייסט, — „וועסט קענען טרעפֿן צו מיר מיטן טראַמווײַ‟.
איך האָב פֿאַרשריבן איר אַדרעס, ווויל וויסנדיק, אַז מיר זעען זיך דאָס לעצטע מאָל.
נאָך איר אַוועקגיין האָב איך אַראָפּגעקוקט פֿון פֿענצטער און געזען ווי זי, אַ קליין־וווּקסיקע, ברייט-בייניקע פֿרוי מיט אַ שופּע גלאַנצנדיקע, שוואַרצע האָר, גייט לאַנגזאַם אויף דער פֿאַרשנייטער גאַס; ווי זי, אַ חוץ דער שווערער וואַליזע, דאַרף נאָך שלעפּן זיך אַליין. זי האָט אָנגעשפּאַרט די וואַליזע אויף איר רעכטן פֿוס און געשטעלט מגושמדיקע טריט. אירע רויטע שמאָלע שיך מיט הויכע אָפּצאַסן האָבן זיך יעדע ווײַלע אַ קאַפּעלע אַרויסגעגליטשט און איר רעכטער פֿוס האָט זיך געגעבן אַ שאָקל אויפֿן שלעכט-ברוקירטן טראָטואַר. גאָטס נסים — זי האָט זיך נישט אויסגעדרייט די פּיאַטע. די פֿאַרבײַגייערס איז ווייניק אָנגעגאַנגען דער שטילער קאַמף, וואָס די קליינע פֿרוי פֿירט, כּדי צו שטעלן יעדן טראָט. קוקנדיק אויף איר, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אין לעצטן סך-הכּל, פֿירט יעדער איינער זײַנע מלחמות אַליין; אַליין געווינט ער זיי און אַליין כאַפּט ער אַ וויסטע מפּלה.
מײַנע אויגן האָבן באַגלייט מירעלעס קליינע געשטאַלט ביזן האָריזאָנט, אויף וועלכן ס׳האָבן זיך געצויגן די סאַמע לעצטע פֿײַערדיק-ליכטיקע פּאַסן, וואָס האָבן זי אײַנגעשלונגען.
[1] „דאַוואַי טשאַסי, דאַוואַי פּאַלטאָ!‟ (רוס.) — דערלאַנג דעם זייגער, דערלאַנג דעם מאַנטל