יעווגעני קיסין
2
צי זײַנען דעמאָלט, אין די אָנהייב 1980ער, געװען צװישן די „קאַגעבע‟־לײַט מענטשן מיט עקסטראַסענסאָרישע פֿעיִקײטן? מע זאָגט, אַז די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געפּרוּװט צוציִען אייניקע פֿון אַזעלכע מענטשן צו זייער אַרבעט, נאָר ווײַט ניט תּמיד האָט זיך עס אײַנגעגעבן. איך האָב, למשל, געהערט װי אַ מאָל האָט מען אַן עקסטראַסענס „אײַנגעלאַדן‟ אין „קאַגעבע‟, אויסגעפֿרעגט װעגן דעם געזונט־צושטאַנד פֿון מאַאָ צעטאָנג און געהייסן אָנשיקן אױף אים אַ מיאוסע משונה; יענער האָט זיך אָפּגעזאָגט, דערקלערנדיק, אַז זײ, די עקסטראַסענסן, האָבן ניט קיין רעכט צו טאָן אַזעלכע זאַכן. אַלנפֿאַלס, פֿלעגן אַזעלכע זאַכן פֿאָרקומען, ווען ס׳האָט אָנגערירט די ענינים פֿון אַ גרױסן מלוכישן פֿאַרנעם, ניט אױפֿן ניװאָ פֿון הױכשולן.
װי עס זאָל ניט זײַן, אױפֿן צװײטן יאָר פֿון ליאָשקעס לערנען זיך אין אוניװערסיטעט, איז אין אַ טאָג נאָך די לעקציעס צו אים צוגעגאַנגען אַ מאַנצביל פֿון אַ יאָר פֿינף און דרײַסיק, װאָס ליאָשקע האָט אים פֿריִער קײן מאָל ניט געזען, און געבעטן גײן מיט אים צום פּראָרעקטאָר. ליאָשקע האָט תּיכּף דערפֿילט, אַז עפּעס איז דאָ ניט אַזױ און הױך געפֿרעגט, אָנשטעלנדיק אַ פּאָר אױגן:
— צום פּראָרעקטאָר?! מיט װאָס זשע האָב איך פֿאַרדינט דעם פּראָרעקטאָרס אױפֿמערק?
— מ׳װעט אײַך אַלץ דערקלערן, — האָט שטיל געענטפֿערט דער אומבאַקאַנטער, — נאָר רעדט ניט אַזױ הױך, דערװײַל איז עס אַ סעקרעט. לאָמיר גײן.
פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן חשד איז ניט קיין אומזיסטיקער, האָט ליאָשקע אָנגעהױבן טראַכטן, װי אַזױ זיך אױסצודרײען און דערבײַ ניט ברענגען זיך קײן שאָדן. אַ שפּיאָן האָט ער טאַקע תּמיד געװאָלט װערן, נאָר אַ מוסר — חס–וחלילה! װי מע זאָגט אױף רוסיש, „פֿאַר קײן שום לעקעכלעך ניט!‟ נאָכפֿאָלגנדיק דעם אומבאַקאַנטן, האָט ליאָשקע באַשלאָסן, אַז ער וועט זיך פּשוט אַרויסשטעלן פֿאַר אַ נאַרעלע.
הינטער אַ טיר, באַצױגן מיט שװאַרצן לעדער, איז אין אַ ניט־גרױסן צימער געזעסן בײַם טיש אַ שטרענגער מאַנצביל פֿון מיטעלע יאָרן, אָנגעטאָן אין אַ שװאַרצן אָנצוג. דערזען אים, האָט ליאָשקע אױסגעדריקט אױפֿן פּנים אַ גרױסע פֿאַרװוּנדערונג און געזאָגט:
— גוטהעלף! איר זײַט טאַקע אונדזער פּראָרעקטאָר?
— נײן, איך בין ניט דער פּראָרעקטאָר, — אױף דעם מאַנצבילס צורה האָט זיך באַװיזן עפּעס ענלעכס צו אַ שמײכל.
— אָבער דער חבֿר, — האָט ליאָשקע אָנגעװיזן מיטן קאָפּ אױפֿן מענטשן, װאָס האָט אים אַהער געבראַכט, און אױסגעדריקט נאָך אַ גרעסערע דערשטױנונג, — ער האָט מיר געזאָגט, אַז עס האָט מיך אַרױסגערופֿן דער פּראָרעקטאָר…
— מיר װעלן אײַך באַלד אַלץ דערקלערן, — האָט געענטפֿערט דער מאַנצביל בײַם טיש, — זעצט זיך צו, יונגער־מאַן.
בעת ער האָט געברײַעט װעגן דער קאָמפּליצירטער אינטערנאַציאָנאַלער לאַגע און אינטריגעס פֿון די אימפּעריאַליסטישע אַגענטן, האָט ליאָשקע געהאַלטן אין אײן קוקן אױף אים זײער אױפֿמערקזאַם און ערנסט, צושאָקלענדיק מיטן קאָפּ פֿון מאָל צו מאָל. װי באַלד אָבער דער מאַן האָט דערמאָנט דעם נאָמען פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע, האָט ליאָשקע אָפּגעפֿירט די אױגן און געמאַכט דעם אָנשטעל װי ער וואָלט זיך פֿאַרטראַכט װעגן עפּעס.
— פֿון װאָס קלערט איר? — האָט דער מאַן געפֿרעגט.
— איר פֿאַרשטײט, — האָט ליאָשקע געענטפֿערט, — איך הײב ניט אָן זיך צו דערמאָנען, װי מ׳זאָגט אױף אַראַביש „דער קאָמיטעט פֿון מלוכה–זיכערהײט‟. געשיקט זיך, אַז מיר האָבן עס נאָך ניט געלערנט… כ׳װעל מוזן פֿרעגן בײַם פּראָפֿעסאָר…
— נײן, — האָט דער מאַן אים איבערגעשלאָגן, — דערװײַל דאַרף מען נאָך גאָרניט פֿרעגן, נאָר…
— נאָר פֿאַר װאָס זשע ניט? — האָט ליאָשקע, פֿון זײַן זײַט, איבערגעשלאָגן דעם מאַן, — ס׳איז דאָך זײער װיכטיק!
— יאָ, — האָט דער מאַן באַשטעטיקט, — עס איז װירקלעך זייער װיכטיק, און דעריבער טאַקע האָבן מיר אײַך אַרױסגערופֿן. מיר װײסן, אַז איר זײַט אַ מוסטערהאַפֿטער סטודענט, אַ פּאָליטיש באַהאַװנטער מענטש, דעריבער האָבן מיר באַשלאָסן ארױסצוּװײַזן אײַך צוטרױ. מיר זײַנען זיכער, אַז איר װעט אונדז העלפֿן!
— מיט װאָס זשע קאָן איך אײַך העלפֿן? — ליאָשקע האָט װידער אױסגעדריקט אַן אױפֿריכטיקע פֿאַרװוּנדערונג אױפֿן פּנים.
— טאַקע אין קאַמף מיט די פֿײַנט, — האָט יענער דערקלערט.
— און װי זשע קאָן איך אײַך העלפֿן אין דעם? — האָט געפֿרעגט אונדזער העלד, אױסדריקנדיק אַ געמיש פֿון גרױסער איבערראַשונג און אַ קאַפּעלע טשיקאַװעס. אױף אַ רגע האָט ער אַ טראַכט געטאָן, צי זאָל ער ניט פֿאָרלייגן זײַנע מעשׂים־טובֿים װי אַ שפּיאָן אין די אַראַבישע לענדער, נאָר זיך תּיכּף אָפּגעזאָגט פֿון דער אידעע — בעסער אַליין גאָרנישט ניט פֿאָרשלאָגן, ער וועט בלױז אױסהערן, װאָס זיי װעלן זאָגן.
דאָ האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם שמועס דער ייִנגערער טשעקיסט [1], און זיי ביידע האָבן גענומען דערקלערן ליאָשקען, אַז שׂונאים זײַנען דאָ אומעטום, אַפֿילו אינעם אוניװערסיטעט, און ער, װי אַן ערלעכער סאָװעטישער מענטש און פּאַטריאָט, מוז זיי דעמאַסקירן. ליאָשקע האָט ברייט געעפֿנט די אױגן און דאָס מױל, און געזאָגט:
— איך האָב דאָך קיין מאָל קײן פֿײַנט ניט געטראָפֿן. װי זשע קאָן איך זיי דעמאַסקירן?
— זאָגט ניט, — האָט פֿילבאַדײַטנדיק געענטפֿערט דער עלטערער טשעקיסט, — איר זײַט דאָך פּאָליטיש באַהאַװנט און פֿאַרשטייט אַליין: אױב אַ מענטש דערציילט אַנטיסאָװעטישע אַנעקדאָטן, שױן זשע איז ער ניט קײן פֿײַנט? אַמװײניקסטן אַ פּאָטענציעלער פֿײַנט: הײַנט דערציילט ער אַן אַנטיסאָװעטישן אַנעקדאָט, און מאָרגן װעט ער פֿאַרראַטן דאָס היימלאַנד!
— יאָ, איך פֿאַרשטײ, — האָט ליאָשקע מסכּים געװען, — נאָר פֿון אַלע מענטשן, װאָס איך קען, דערציילט קיינער ניט קײן אַנטיסאָװעטישע אַנעקדאָטן.
— טאַקע? — האָט אומצוטרױלעך געפֿרעגט דער ייִנגערער טשעקיסט, — לױט אונדזערע אָנגאַבן אָבער, האָט מען בײַ אײַך אינעם בױ־אָטריאַד יאָ דערציילט אַנטיסאָװעטישע אַנעקדאָטן!
— בײַ אונדז אינעם בױ־אָטריאַד?! קײן מאָל ניט! — האָט ליאָשקע אױסגעשריִען מיט ברען און זיך תּיכּף דערמאָנט, װי איין מאָל בײַ נאַכט, װען אין אַ גרױסן צימער האָבן מײדלעך צוגעטײלט הנאה די יונגען, האָט ער בשעת־מעשׂה דערציילט דעם אַנעקדאָט וועגן פֿרײַהײט פֿון װאָרט און אָראַלן סעקס. „וואָס מאַכט די צוויי זאַכן ענלעך? — האָט ליאָשקע אויף אַ קול געפֿרעגט, און אַליין געענטפֿערט: — אײן אומריכטיקע באַװעגונג פֿון דער צונג — און מע טרעפֿט באַלד אין תּחת!..‟ װער זשע האָט אים געקאָנט מסורן? שױן זשע עמעצער פֿון די מײדלעך? דאָס װאָלט געװען שױן צו געמײן…
— בײַ מײַן ערנװאָרט: קײנער פֿון מײַנע חבֿרים אין אונדזער בױ־אָטריאַד האָט קײן אַנטיסאָװעטישע אַנעקדאָטן ניט דערציילט! — האָט ליאָשקע געמאָלדן, קוקנדיק די טשעקיסטן גלײַך אין די אױגן אַרײַן. דאָס איז, אַגבֿ, געװען אמת: בלױז ער, ליאָשקע, האָט דעמאָלט דערציילט אַזאַ אַנעקדאָט. — װאָס רעדט איר אַזױנס, חבֿרים טשעקיסטן! — האָט ליאָשקע גערעדט װײַטער, — װען עמעצער װאָלט געװאַגט זאָגן אין מײַן אָנװעזנהײט אַפֿילו איין שמוציק וואָרט קעגן דער ראַטן–מאַכט, װאָלט איך דעם פּאַסקודניאַק גלײַך דערלאַנגט אין מאָרדע אַרײַן! — און ער האָט דעמאָנסטרירט זײַן פֿױסט און מוסקלען.
— נו גוט, — האָט געזאָגט דער עלטערער טשעקיסט, — אין מאָרדע דאַרף מען ניט דערװײַל, נאָר…
— װאָס הײסט, מע דאַרף ניט?! — האָט ליאָשקע געהאַלטן בײַ זײַניקן, — פֿאַר דער סאָװעטן–מאַכט װעל איך יעדערן װײַזן, איר קאָנט זײַן זיכער! דאָס קען איך גוט! פֿון קינדווײַז אָן האָב איך שטענדיק זיך געשלאָגן פֿאַר גערעכטיקײט! — און ער האָט װידער דעמאָנסטרירט זײַן קולעק.
— עס איז זײער גוט, װאָס איר קענט זיך אײַנשטעלן פֿאַר גערעכטיקײט, — ליאָשקע האָט דערפֿילט, אַז זײַנע מיטשפּרעכערס הײבן שױן אָן אַ ביסל פֿאַרלירן דאָס געדולד, — נאָר מיר דאַרפֿן אַן אַנדער מין הילף. איר פֿאַרשטײט, אױב איר װעט באַלד אַ שלאָג טאָן דעם פֿײַנט, װי ס׳דאַרף צו זײַן, װעט ער זיך דערשרעקן און פֿאַרמאַסקירן; ער װעט אָנהייבן מאַכן דעם אָנשטעל, אַז ער האָט זיך געענדערט, געוואָרן בעסער, כאָטש אין דער אמתן װעט ער בלײַבן אַ פֿײַנט…
— נו, פֿאַר װאָס זשע אַזױ? — האָט ליאָשקע געפֿרעגט מיט אַ נאַיִװן אױסדרוק אויפֿן פּנים, — אפֿשר, װעט ער טאַקע בעסער ווערן? אָט װען איך פֿלעג שטיפֿן, װי אַ קינד, פֿלעגט דער טאַטע מיך פּאַטשן — און איך האָב זיך אָנגעהויבן פֿירן בעסער, װײַל איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז מע טאָר אַזױ מער ניט טאָן!
— יונגער־מאַן! — האָט דער עלטערער געזאָגט אױפֿגעבראַכטערהײט, — צי זײַט איר גרײט צו העלפֿן אונדז?
— געװיס! שטענדיק גרײט! — האָט ליאָשקע אױסגעשריגן דעם לאָזונג פֿון יונגע פּיאָנערן. ער האָט װידער צונױפֿגעקװעטשט די פֿינגער אין אַ פֿױסט און געװאָלט רײדן װײַטער װעגן דעם, װי ער איז שטענדיק גרײט אַרײַנצופֿאָרן אין מאָרדע אַלע שׂונאים, נאָר דער עלטערער טשעקיסט האָט אים איבערגעריסן און שטרענג געזאָגט:
— אױב איר זײַט גרײט צו העלפֿן אונדז, איז הערט אױס זײער אױפֿמערקזאַם, װאָס פֿאַר אַ הילף מיר דערוואַרטן פֿון אײַך, און שלאָגט אונדז ניט איבער. פֿאַרשטאַנען?
— יאָ, — האָט ליאָשקע ערנסט באַשטעטיקט און צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ.
— איז אָט: שלאָגן זאָלט איר קײנעם ניט, װײַל אַזױ װעט מען דעם פֿײַנט ניט מאַכן אומשעדלעך. די פֿײַנט זײַנען כיטרע; אַ פֿײַנט איז ניט קײן קינד, װאָס דער טאַטע קאָן עס אָנפּאַטשן — און עס װעט אױפֿהערן שטיפֿן. אַ פֿײַנט — איר דאַרפֿט עס גוט פֿאַרגעדענקען! — בלײַבט שטענדיק אַ פֿײַנט. דעריבער דאַרפֿן מיר זײַן װאַכזאַם און זיי איבערכיטרעװען. אױב עמעצער װײַזט אַרױס זײַן פּרצוף פֿון אַ פֿײַנט — דערציילט, צום בײַשפּיל, אַן אַנטיסאָװעטישן אַנעקדאָט אָדער ער לױבט, אַ שטײגער, דעם אַמעריקאַנער אופֿן פֿון לעבן — זאָלט איר… איר הערט מיך? — האָט דער מאַן אַ פֿרעג געטאָן, זעענדיק, ווי ליאָשקעס אויגן בלאָנדזשען איצט ערגעץ װײַט.
— איר ווייסט, איך האָב אַ טראַכט געטאָן: װי זאָגט מען אױף אַראַביש „אַרױסװײַזן זײַן פּרצוף פֿון אַ פֿײַנט‟? ס׳איז זייער אַ בילדערישער אידיאָם, כ׳װעל מוזן פֿרעגן בײַם פּראָפֿע… יאָ–יאָ, איז װעגן װאָס זשע האָט איר גערעדט? איך הער אײַך זײער אױפֿמערקזאַם!
— איז אָט, — דער עלטערער טשעקיסט האָט מער ניט געקאָנט אײַנהאַלטן זײַן דענערװירונג, — אױב עמעצער זאָגט עפּעס אַזױנס, זאָלט איר באַלד אינפֿאָרמירן אונדז: װער און װאָס האָט געזאָגט. און מיר װעלן זיך שױן אַלײן פֿונאַנדערקלײַבן, װאָס צו טאָן מיט אים. אײַער אײגענע באַציִונג צו אים זאָלט איר ניט אַרויסװײַזן, איר זאָלט בלױז אינפֿאָרמירן אונדז. פֿאַרשטאַנען?
— הייסט עס?.. — ליאָשקע האָט אױסגעדריקט אױפֿן פּנים דעם העכסטן גראַד פֿון שטױנונג, — הייסט עס, אַז אױב עמעצער װעט זאָגן עפּעס קעגן דער סאָװעטן–מאַכט אין מײַן אָנװעזנהײט, זאָל איך, אַ סאָװעטישער מענטש, אַ קאָמיוגיסט, ניט אַרויסװײַזן מײַן באַציִונג צו דעם?!
— נײן, איר זאָלט ניט, — האָט באַשטעטיקט דער עלטערער טשעקיסט.
— אַפֿילו פֿאַרקערט, — האָט צוגעגעבן דער ייִנגערער, — מ׳דאַרף מאַכן אַזױ, אַז דער פֿײַנט זאָל זיך אַנטפּלעקן, דעריבער, אױב מע זאָגט עפּעס אַזױנס, זאָלט איר מאַכן דעם אָנשטעל, אַז איר מיינט דאָס זעלבע! איר זאָלט אים בעטן זאָגן נאָך עפּעס, דערציילן נאָך אײן אַנעקדאָט… ער זאָל אײַך געטרױען, פֿאַרשטײט? און דאַן װעלן מיר קאָנען אים דעמאַסקירן.
דער ייִנגערער טשעקיסט האָט, אַ פּנים, געװאָלט דערקלערן די זאַך דעם טיפּשן קאָמיוגיסט מער צוגענגלעך, אָבער דערמיט האָט ער נאָר דערלאַנגט ליאָשקען אַ ראַטיר–שטרױעלע, אין װעלכן ער האָט זיך תּיכּף אָנגעכאַפּט — און ניט אָפּגעלאָזט עס שױן ביזן סאַמע סוף פֿונעם שמועס.
— הייסט עס, איר װילט, איך זאָל מאַכן דעם אָנשטעל, אַז איך בין אַליין אַ פֿײַנט?! — האָט ליאָשקע געפֿרעגט מיט אַזאַ אױסדרוק, װי מע װאָלט אים פֿאָרגעשלאָגן אױפֿעסן אַ שיסל טינוף.
— צי האָט איר געזען „זיבעצן רגעס פֿון פֿרילינג‟? — האָט דער ייִנגערער טשעקיסט געמאַכט נאָך אײן פּרוּװ, דערמאָנענדיק דעם פּאָפּולערן פֿילם װעגן אַ סאָװעטישן אויסשפּירער, װאָס האָט געאַרבעט אין די העכסטע עשעלאָנען פֿון עס–עס אונטער דער פֿאַמיליע שטירליץ.
— יאָ, געזען, — האָט ליאָשקע באַשטעטיקט. דאָ האָט ער שױן ניט געקאָנט זיך אױסדרײען: דאָס גאַנצע לאַנד האָט געזען דעם פֿילם.
— געדענקט איר אַוודאי, ווי שטירליץ האָט געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז ער איז אַ עכטער פֿאַשיסט. װי מיינט איר, שױן זשע װאָלטן מיר געקאָנט בלײַבן לעבן אָן אַזעלכע שטירליצן, װען אַרום זײַנען פֿאַראַן אַזױ פֿיל פֿײַנט? איר קאָנט זײַן זיכער: מיר האָבן ביז איצט אונדזערע שטירליצן אין אַלע לענדער. ריכטיק, װאַסילי איװאַניטש? — האָט ער זיך געװאָנדן צו זײַן עלטערן קאָלעגע, — נאָר אַזעלכע שטירליצן דאַרפֿן מיר ניט בלױז אין אַ װעלט–מאַסשטאַב, נאָר אױף אַלע ניװאָען, אױך אין הױכשולן, װײַל די פֿײַנט זײַנען פֿאַראַן אַפֿילו דאָ, אין אײַער אוניװערסיטעט. פֿאַרשטאַנען? װאַסילי איװאַניטש האָט שױן פֿריִער דערמאָנט, װאָס פֿאַר אַ פּאָליטישע לאַגע איז איצט אױף דער װעלט…
און ער האָט אָנגעהױבן גראַגערן װעגן דער קאַלטער מלחמה, דעם װאָפֿנפֿאַרמעסט און אַזוי ווײַטער. אין איינעם אַ מאָמענט האָט ליאָשקע אױפֿגעעפֿנט זײַן פּאָרטפֿעל, אַרױסגענומען פֿון דאָרטן אַ העפֿט און אין אים עפּעס פֿאַרשריבן, דערקלערנדיק עס, ווי אַ צייכן, אַז ער זאָל ניט פֿאַרגעסן צו פֿרעגן בײַ זײַן פּראָפֿעסאָר, װי מ׳זאָגט אױף אַראַביש „װאָפֿנפֿאַרמעסט‟.
װען דער ייִנגערער טשעקיסט (זײַן נאָמען האָט ליאָשקע טאַקע ניט דערהערט) האָט פֿאַרענדיקט, האָט אונדזער העלד פֿאַרשטאַנען, אַז איצט מוז ער עפּעס ענטפֿערן.
— הייסט עס, — האָט ער געפֿרעגט, װענדנדיק זיך צו ביידע טשעקיסטן, — איר װילט, אַז איך זאָל זײַן… ע–ע–ע… עפּעס װי דער שטירליץ פֿונעם פֿילם?
— נו יאָ, — האָט צופֿרידן באַשטעטיקט דער ייִנגערער, — שױן זשע װילט איר עס ניט? שטעלט זיך נאָר פֿאָר: איר זײַט אַ קעמפֿער פֿונעם פֿאַרבאָרגענעם פֿראָנט! אָנהייבן װעט איר פֿונעם אוניװערסיטעט, און דערנאָך, אױב איר׳ט באַרעכטיקן אונדזערע האָפֿענונגען, װעט איר זיך אױפֿהייבן אַלץ העכער און העכער, מיר װעלן אײַך העלפֿן! װער װייסט — אפֿשר, װעט איר טאַקע זײַן אַ צװײטער שטירליץ! מע װעט אײַך שיקן, אַ שטייגער, קײן װאַשינגטאָן, און איר װעט דאָרטן אונטערלייגן ערגעץ–װוּ אַן אַטאָמיש אָדער אַ נײטראָניש באָמבעלע, — אין זײַנע אױגן האָבן אױפֿגעברענט לוסטיקע פֿײַערלעך, — איר װעט דאָרט אַלץ אױפֿרײַסן צו אַל די שװאַרצע יאָר! — זײַן צורה האָט אױפֿגעשײַנט פֿאַר גליק, — אײַך װעט מען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאַר פֿריִער אַרויספֿירן אויף אַן אונטערװאַסער–שיף — און איר װעט װערן אַ העלד פֿונעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד! די גאַנצע װעלט װעט זיך װעגן אײַך דערװיסן, װײַל איר װעט באַפֿרײַען די מענטשהײט פֿון קאַפּיטאַליזם!..
„טאַקע װעגן עפּעס אַזױנס האָב איך אַ מאָל געטרױמט,‟ — האָט ליאָשקע אַ טראַכט געטאָן, — „װאָס זשע פֿאַר אַ נאַר בין איך געװען…‟
— יאָ–אָ–אָ, ס׳פֿאַרכאַפּט מיר אַזש דעם אָטעם… — האָט ליאָשקע צעצױגן די װערטער פֿאַרטראַכטערהײט, — נאָר… װאָס שײך מיר, קאָן איך זיך, צום באַדױערן, ניט פֿאָרשטעלן, אַז כ׳קאָן װערן אַ צװײטער שטירליץ! אַ צװײטער אַלעקסאַנדער מאַטראָסאָװ [2] — דאָס יאָ, אַזױנס בין איך פֿעיִק צו טאָן. אַ צװײטער גאַסטעלאָ [3] — אױך: פֿאַרן היימלאַנד בין איך גרײט אָפּצוגעבן דאָס לעבן. אָבער פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר אַ פֿײַנט… ניין, ניט פֿאַר מיר איז אַזאַ זאַך. פֿאַר דעם דאַרף מען דאָך זײַן אַן אַקטיאָר, אַן אױסגעצײכנטער אַקטיאָר! און אַן אַקטיאָר בין איך, דעם אמת געזאָגט, — ניט קיין וואַזשנער!
— און מיר דוכט זיך, — האָט בײז געזאָגט װאַסילי איװאַניטש, צוזשמורענדיק דאָס לינקע אױג, — אַז איר זײַט טאַקע אַן אַקטיאָר, זײער אַ גוטער אַקטיאָר!
— װאָס רעדט איר אַזױנס, װאַסילי איװאַניטש! — האָט ליאָשקע אױסגעשריִען, ברײט עפֿענענדיק די אױגן, — איך?! אַן אַקטיאָר?! אַבסאָלוט ניט! איר קאָנט זיך נאָכפֿרעגן: אין שול האָט מען מיך קײן מאָל ניט גענומען צו שפּילן טעאַטער, װײַל קײן אײן ראָלע האָט זיך בײַ מיר ניט באַקומען… איך אַליין האָב עס פֿײַנט געהאַט! אָט אין ספּאָרט — יאָ, דאָרט בין איך שטענדיק געװען דער בעסטער. נאָר פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר עמעצן… באַזונדערס פֿאַר אַ שׂונא — עס װעט בײַ מיר די צונג זיך ניט רירן אַרױסצורעדן אַזעלכע זאַכן! אָט פּרוּװ איך זיך פֿאָרשטעלן: אױב עמעצער װעט זאָגן עפּעס קעגן דער סאָװעטן–מאַכט אין מײַן אָנװעזנהײט, װעל איך פּשוט ניט קאָנען זיך אײַנהאַלטן, כ׳װעל דערלאַנגען דעם גזלן אין די בײנער אַרײַן אַזױ, אַז אױף זײַן גאַנץ לעבן װעט ער עס פֿאַרגעדענקען!
און דאָ איז ליאָשקען פּלוצעם אַרײַן אַ געדאַנק אין קאָפּ צו דערציילן די מעשׂה, װאָס װעט מסתּמא אין גאַנצן אָפּשלאָגן בײַ זײ דעם חשק צו װערבירן אים.
— זאָג איך אײַך, — האָט ער װײַטער גערעדט, — איך האָב שטענדיק געשלאָגן זיך פֿאַרן אמת! אָט, געדענק איך, אַז װען איך בין נאָך געװען אַ פּיאָנער, האָט אין אונדזער הױז געװױנט איינער אַ פּעטקע פּאָדליטקין. איין מאָל האָט ער מיך אָנגערופֿן „אַ ייִדישע מאָרדע‟, — האָב איך דעם ניט–דערשלאָגענעם פֿאַשיסט אָנגעלייגט אין די ביינער אַרײַן!
דערהערט עס, האָבן די צװײ טשעקיסטן אַ קוק געטאָן אײנער אױפֿן אַנדערן מיט אַזאַ אױסדרוק, אַז ליאָשקע האָט באַלד פֿאַרשטאַנען: זײַן פֿאָרטל האָט זיך אים אײַנגעגעבן.
— אױ! — האָט ער אַ קוק געטאָן אױפֿן האַנט–זייגערל, — איך האָב דאָך אַ קאָמיוגישן אױפֿטראָג! מע װאַרט אױף מיר! — ער איז אױפֿגעשטאַנען פֿונעם בענקל, — אַנטשולדיקט, כ׳בעט אײַך, נאָר איך מוז דרינגעװדיק גײן: איך קאָן ניט אונטערפֿירן מײַנע חבֿרים. אַ שײנעם דאַנק אײַך פֿאַרן שמועס, עס איז געװען זייער אָנגענעם צו באַקענען זיך מיט אײַך, מיט עכטע טשעקיסטן!
ליאָשקע איז גיך צוגעגאַנגען צו דער טיר, זי אױפֿגעעפֿנט און, שױן פֿון דער אַנדער זײַט שװעל געזאָגט הױך, אַז אַלע אין דרױסן זאָלן הערן:
— איר קאָנט זײַן זיכער: אױב עמעצער װעט דערציילן עפּעס אַן אַנטיסאָװעטישן אַנעקדאָט אין מײַן אָנװעזנהײט, — ער האָט אַ טרייסל געטאָן מיט אַ פֿױסט, — נאָ פּאַסאַראַן! [4] הינדי רוסי בהײַ בהײַ! [5] — און ער האָט גיך אַװעקגעשפּאַנט איבער די לאַנגע קאָרידאָרן.
װען אין אַ פּאָר װאָכן אַרום, בשעת אַ הפֿסקה צװישן לעקציעס, האָט ליאָשקע צופֿעליק װידער געטראָפֿן דעם ייִנגערן טשעקיסט, האָט ער הויך אַ זאָג געטאָן:
— גוטהעלף, חבֿר טשעקיסט! ביז איצט האָב איך נאָך קײן אײן שׂונא ניט געטראָפֿן!
יענער האָט אַ קוק געטאָן אױף ליאָשקען מיט אַזאַ בליק, גלײַך װי ער איז געװען גרײט צו צערײַסן אים אױף שטיקלעך. אפֿשר איז עס טאַקע געװען אַזױ — נאָר װאָס האָט ער געקאָנט זאָגן? ליאָשקע האָט זיי אַזױ פֿאַרדרייט דעם קאָפּ, אַז זיי האָבן אַפֿילו ניט באַװיזן צו זאָגן אים, ער זאָל קײנעם וועגן זייער טרעפֿונג ניט פּלאַפּלען.
— און אױב כ׳װעל אײנעם יאָ טרעפֿן, װעל איך אים אומבאַדינגט אַרײַנפֿאָרן אין פּרצוף! — האָט אונדזער העלד צוגעגעבן, און פֿון דעמאָלט אָן האָט ער זיך געסטאַרעט זיך אויסצומײַדן דעם ייִנגערן פֿאָרשטייער פֿון „קאַגעבע‟.
[1] טשעקיסט (רוס.) — מיטאַרבעטער פֿון דער זיכערהייט־דינסט
[2], [3] אַלעקסאַנדער מאַטראָסאָוו און ניקאָלאַי גאַסטעלאָ — העלדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה
[4] נאָ פּאַסאַראַן! — ניט דורכגיין! אַ פּאָליטישער לאָזונט, פֿאַרשפּרייט אין דער צײַט פֿון בירגערקריג אין שפּאַניע (1936־1939)
[5] הינדי רוסי בהײַ בהײַ! — אינדיער און רוסן — ברידער. אַ לאָזונג פֿון סאָוועטיש־אינדישער פֿרײַנדשאַפֿט אין די 1950־1989ער יאָרן
המשך קומט