פֿון אונדזער עזבֿון: חיים מאַלטינסקי (1910־1986)

maltinski-book

דיכטער און פּובליציסט איז חיים מאַלטינסקי געבוירן געוואָרן אין פּאָניעוועזש, ליטע. זינט 1915 האָט ער געלעבט אין וויטעבסק, שפּעטער אַריבערגעפֿאָרן קיין מינסק. פֿאַרענדיקט אין קיִעוו דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. דעביוטירט אין 1927 אין דער מינסקער צײַטונג „דער יונגער אַרבעטער‟, דערנאָך זיך געדרוקט אין „אָקטיאַבר‟ און „שטערן‟, אין מאָסקווער זשורנאַל „יונגוואַלד‟. אין די 1930ער יאָרן דערשײַנען מאַלטינסקיס עטלעכע לידער־זאַמלונגען, וואָס ווערן פּאָפּולער צווישן דער ייִדישער יוגנט און מאַכן זײַן נאָמען באַקאַנט.

אויף דער מלחמה גייט ער אַוועק פֿרײַוויליק און ווערט דעמאָביליזירט אין 1946 נאָך אַ שווערער פֿאַרוווּנדונג. אין מינסק, וווּ ס׳האָט געוווינט די משפּחה, איז אין געטאָ אומגעבראַכט געוואָרן זײַן פֿרוי און זון. ער באַשליסט צו פֿאַרן קיין ביראָבידזשאַן. אָבער גאָר אין גיכן הייבן זיך דאָרט אָן די רעפּרעסיעס קעגן די טוער פֿון ייִדישער קולטור, וואָס מײַדן אים אויך נישט אויס. מאַלטינסקי ווערט אַרעסטירט און פֿאַרשיקט אין אַ צפֿון־לאַגער. נאָך דער רעהאַביליטאַציע, קומט ער קיין מינסק. פֿון אָנהייב 1960ער יאָרן איז מאַלטינסקי אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ ער דרוקט לידער און עסייען.

אין 1974 איז ער עולה קיין ישׂראל. דאָרט הייבט זיך אָן אַ נײַער שוווּנג פֿון זײַן שאַפֿערישער טעטיקייט, וואָס איז אָנגעגאַנגען מער פֿון 10 יאָר.

מיר דרוקן אַן אויסצוג פֿון חיים מאַלטינסקיס בוך „דער מאָסקווער מישפּט איבער די ביראָבידזשאַנער‟ (תּל־אָבֿיבֿ, 1981, פֿאַרלאַג „נײַלעבן‟)

maltinski-2
אַ מיטינג אויפֿן אָרט, וווּ מ׳האָט אומגעבראַכט די מינסקער ייִדן, 1946
דער מינסקער ייִדישער דענקמאָל

אין אייניקע מאָנאַטן אַרום, נאָך מײַן צוריקקער פֿון שפּיטאָל קיין מינסק,
זומער 1946, האָבן מיך, אַן אינוואַליד־אָפֿיצער אין רעזערוו פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי און ייִדישער שרײַבער, גענומען באַזוכן מינסקער ייִדן, באַקאַנטע און פֿרײַנד. דאַן איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק פֿון שטעלן אַ דענקמאָל לזכר די פֿינף טויזנט ייִדן פֿון מינסקער געטאָ, וועמען די דײַטשישע מערדער האָבן — צוזאַמען מיט זייערע אוקראַיִנישע, ליטווישע און ווײַסרוסישע מיטהעלפֿער — פֿאַרטיליקט אין דער גרויסער אַקציע אין יאָר 1942. די דאָזיקע פֿינף טויזנט קדושים זענען דאַן באַגראָבן געוואָרן אין אַ טאָל צווישן די מינסקער הינטערגעסלעך, נישט ווײַט פֿון ייִדישן בעת־עלמין. בײַם פּלאַנירן דעם מאָנומענט האָב איך געשטעלט אַ באַדינג, אַז אויף דעם דענקמאָל זאָל זײַן אַן אויפֿשריפֿט אין ייִדיש. איך האָב גענומען אויף זיך דעם חובֿ אָנצושרײַבן דעם פֿאָלגנדיקן טעקסט, וואָס איז אויסגעקריצט געוואָרן אויפֿן מאָנומענט: „אַ ליכטיקן אָנדענק אויף אייביקע יאָרן די פֿינף טויזנט ייִדן־קדושים, וואָס זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך די בלוטיקע שׂונאים פֿון דער מענטשהייט — די פֿאַשיסטישע־דײַטשע מערדער־תּליונים‟. דעם זעלבן טעקסט האָב איך איבערגעזעצט אויף רוסיש און אויך דער רוסישער טעקסט איז אויסגעקריצט געוואָרן אויפֿן דענקמאָל.

עס איז נישט אָנגעקומען אַזוי לײַכט ביז דער צענזאָר האָט באַשטעטיקט די דאָזיקע אויפֿשריפֿטן אויפֿן דענקמאָל און דאָס עצם שטעלן דעם דענקמאָל. דער מינסקער שטאָטישער צענזור־אַמט האָט זיך אָפּגעזאָגט צו באַשטעטיקן דעם ייִדישן טעקסט. דאַן זענען די מינסקער ייִדן, וועלכע האָבן דירעקט זיך פֿאַרנומען מיטן שטעלן דעם דענקמאָל, ווידער געקומען צו מיר, טענהנדיק, אַז איך, סײַ אַ ייִדישער שרײַבער און סײַ אַן אָפֿיצער־אינוואַליד פֿון דער מלחמה דאַרף גיין אין צענזור און קעמפֿן פֿאַר דער זאַך, ווי שווער דאָס זאָל נישט זײַן.

מײַנע וווּנדן זענען נאָך געווען פֿריש און מיט דעם איינעם באַשעדיקטן פֿוס וואָס איז מיר פֿאַרבליבן, האָב איך זיך קוים געקענט באַוועגן און אַרויפֿבאַקומען זיך אויפֿן העכסטן שטאָק פֿון מינסקער רעגירונגס־הויז (די ווינדעס האָבן נאָך דאַן נישט געאַרבעט). דאָס איז געווען פֿאַרבונדן ממש מיט מסירת־נפֿש און מײַנע באַנדאַזשן אויפֿן פֿוס זענען געווען פֿול מיט בלוט. ווען איך האָב זיך אַרײַנבאַקומען אין קאַבינעט פֿון דעם פֿאַרוואַלטער פֿון דעם רעפּובליקאַנישן רעגירונגס־צענזאָר, איז מײַן ווייטיק געווען אַזוי שטאַרק, אַז איך האָב נישט געקענט צוימען מײַנע טרערן. און אפֿשר זענען די טרערן געקומען אויך פֿונעם אומשטאַנד. ווען איך האָב זיך געוואָנדן צום הויפּט־צענזאָר און דערקלערט:

— אין דעם גרוב צווישן די פֿינף טויזנט ייִדן פֿון מינסקער געטאָ, ליגן אויך מײַן מוטער, מײַן פֿרוי און מײַן זיבן־יאָריקער זון…

אין אָט דעם מאָמענט האָט דער הויפּט־צענזאָר באַשטעטיקט ביידע אויפֿשריפֿטן און איינצײַטיק געגעבן די דערלויבעניש אויפֿצושטעלן דעם דענקמאָל בכלל.

מײַן פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן

מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, ווען איך בין אַרעסטירט געוואָרן דורך די עמגעבע־לײַט [1], איז איינע פֿון די הויפּט־באַשולדיקונגען קעגן מיר געווען מײַן „נאַציאָנאַליסטישער, אַנטי־סאָוועטשער אויפֿשריפֿט אויפֿן דענקמאָל נאָך די מינסקער ייִדן‟. די עמגעבע־לײַט האָבן עס באַטראַכט ווי אַ פֿאַרברעכן קעגן דער „סאָוועטישער פֿעלקער־פֿרײַנדשאַפֿט‟.

אין האַרבסט 1947, אַנטוישט אין דער צוקונפֿט פֿון אַ ייִדיש קולטור־לעבן אין מינסק, האָב איך באַשלאָסן מיט מײַן פֿרוי (מײַן צווייטער פֿרוי), די שוועסטער פֿונעם ייִדישן דיכטער ה. שוועדיק איבערוואַנדערן קיין ביראָבידזשאַן. גראָד אין יענע צײַטן האָט מען אין דער צײַטונג „אייניקייט‟, אָרגאַן פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, אַ סך געשריבן וועגן דער פּערספּעקטיוו פֿון ביראָבידזשאַן, וועגן דעם, אַז די ייִדישע סאָוועטישע אינטעליגענץ דאַרף זיך זאַמלען אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

איך האָב אָנגעשריבן צום סעקרעטאַר פֿון געגנט־קאָמיטעט פֿון פּאַרטיי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, אַלעקסאַנדער באַכמוטסקי און באַקומען פֿון אים אַן אײַנלאַדונגס־טעלעגראַמע אויף קומען אַרבעטן אין דעם ליטעראַרישן אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟. און אין סעפּטעמבער 1947, פֿאַרלאָזט אונדזער קליין צימערל אויף ראָזע לוקסעמבורג־גאַס אין מינסק, זענען מיר באַגינען אַוועקגעפֿאָרן מיט אונדזער „האַק און פּאַק‟ אויפֿן מינסקער וואָקזאַל. צו אונדזער ווײַטן וועג האָבן אונדז באַגלייט די מינסקער ייִדישע דיכטער פּלאַטנער און קאַמענעצקי און די פֿרוי פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם ווײַסרוסישן קלאַסיקער דעם ייִד — דמיטראָק ביאַדולאַ.

פֿון דעם מאָסקווער קאַזאַנסקי וואָקזאַל האָב איך געשיקט אַ טעלעגראַם אין דער צײַטונג „אייניקייט‟. אין דער טעלעגראַם האָב איך זיך געווענדעט צו דער ייִדישער יוגנט און ייִדישע פֿראָנטאָוויקעס צו פֿאָרן בויען „אונדזער ייִדישע געגנט‟…

מײַן פֿאַרלאָזן מינסק אין 1947 איז געווען אויך אַ פּועל־יוצא פֿון דער שוידערלעכער אַטמאָספֿערע, וואָס עס האָט געשוועבט אין דער לופֿטן אין דער באַציִונג צו ייִדן מצד דער באַפֿעלקערונג אין ווײַסרוסלאַנד. די פּויערים פֿון ווײַסרוסישן דאָרף, פֿון די שטעטלעך און פֿון די שטעט, וווּ עס האָבן געלעבט קאָמפּאַקטע מאַסע ייִד, האָבן מיט די אייגענע אויגן געזען ווי הפֿקרדיק מע האָט זיך אין די אָקופּאַציע־יאָרן באַגאַנגען מיט די ייִדן. און אויסער דעם, האָבן דאָך טויזנטער ווײַסרוסישע פּאָליציי־לײַט געהאָלפֿן מיט ביידע הענט צו קאַטעווען און צו שעכטן די ייִדישע באַפֿעלקערונג. איך, וואָס האָב זיך צוריקגעקערט פֿון פֿראָנט אין 1946סטן יאָר, האָב איך אין די אויגן פֿון די ווײַסרוסן דערשפּירט, אַז די היטלערישע אַנטי־ייִדישע פּראָפּאַגאַנדע איז אַרײַן אין בלוט און פֿלייש פֿונעם ווײַסרוסישן המון.

מע האָט אויף די ייִדן, וועלכע האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון דער עוואַקואַציע, געקוקט (באַזונדערס אויף די, וועלכע האָבן זיך צוריקגעקערט צו זיך אַהיים אין די שטעטלעך און קליינע ייִשובֿים) מיט ביטול און גרינגשעצונג — די נישט־דערהרגעטע, די נישט־דערקוילעטע… מיר איז דאָס שווער געווען איבערצוטראָגן.

אויף צו פֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן — ס׳איז דאָך אַ גרענעץ־ראַיאָן — האָט מען באַדאַרפֿט האָבן אַ וויזע און איך האָב זיך, דעם אמת גערעדט, געשראָקן, האָבנדיק אין זינען די לאַגע פֿון די ייִדיש שרײַבער פֿון ווײַסרוסלאַנד, די אַרעסטן פֿאַרן אָנהייב פֿון דער מלחמה, צי וועט מען מיר נישט אָפּזאָגן אין אַזאַ וויזע. איך האָב דער מיליציע צוגעשטעלט די באַקומענע טעלעגראַם פֿון סעקרעטאַר פֿונעם ביראָבידזשאַנער געגנט־קאָמיטעט פֿון פּאַרטיי און, גאָט צו דאַנקען, איך האָב די וויזע באַקומען.

קיין סך ייִדישע שרײַבער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון די אַנדערע רעפּובליקן און אויך פֿון מאָסקווע זענען קיין ביראָבידזשאַן, נאָך דער מלחמה, נישט אַריבערגעפֿאָרן. מע קאָן זאָגן, אַז איך בין דאָס געווען כּמעט דער איינציקער, אויב נישט רעכענען דעם ייִדישן דיכטער פֿון פּוילן — ישׂראל עמיאָט, וואָס האָט זיך דאָרטן באַזעצט, און די ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן באַגלייט די עטלעכע עשעלאָנען איבערוואַנדערער — דער נסתּר, י. קערלער, וואָס זענען קיין ביראָבידזשאַן געקומען אויף אַ קורצער צײַט און צוריק אַוועקגעפֿאָרן. אויך מעלאַמוד, נאַטאָוויטש, אַ. ווערגעליס בלויז געקומען אין קאָמאַנדירונגען אויף צוויי־דרײַ וואָכן, צו מאַכן אַ פּאָר רובל, אָדער צוליב פּאָליטישע קאָמבינאַציעס. פֿאַר די ייִדישע שרײַבער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז קיין סוד נישט געווען, אַז דער ענין ביראָבידזשאַן איז שוין קיין אויסגעבלאָזענע איי נישט ווערט. און דאָך האָט די אינערץ, דער טרוים פֿון וועלן זײַן אַ פֿאָלק פֿאַר זיך, געצויגן די אויפֿמערקזאַמקייט אויך צו ביראָבידזשאַן. מע האָט נאָך עפּעס געהאָפֿט, אפֿשר וועט זיך פֿון דעם פֿאָרט עפּעס אויספּיקן, אפֿשר וועט געשען אַ נס — „אַז גאָט וויל שיסט דאָך אויך אַ בעזעם‟. כאָטש ווער־ווער, נאָר דער עלטערער דור פֿון סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער — אין דער ערשטער ריי דוד בערגעלסאָן, יוסף ראַבין, הירש דאָבין, יחיאל פֿאַליקמאַן, איציק פֿעפֿער, שמואל האַלקין און אַנדערע — זענען דאָך געווען לעבעדיקע עדות פֿון דעם חורבן, וואָס דאָס יאָר 1937 האָט געמאַכט אין ביראָבידזשאַן, ווי אַזוי עס זענען אומגליקלעך געוואָרן די טרוימען פֿון אַ ייִדישן קאָמוניסטישן נאַציאָנאַלן היים די איבערוואַנדערער פֿון אַרגענטינע, פֿון קאַנאַדע, פֿון ליטע… די מערהייט פֿון זיי זענען ווי אויסלענדישע שפּיאָנען אַרעסטירט געוואָרן און פֿאַרשיקט דורך יעזשאָוון [2] אין די סטאַלינישע לאַגערן, וווּ זיי זענען אומגעקומען.

איך דערמאָן מיך, ווי אין פֿעברואַר־מערץ פֿונעם יאָר 1947, בעת דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט און די מאָסקווער ייִדישע שרײַבער־גרופּע האָבן אָרגאַניזירט מיט מיר באַגעגענישן, געדענק איך, אַז איינעם אַ טאָג האָט מיך פֿאַרבעטן צו זיך דוד בערגעלסאָן. אין משך פֿון אַ גאַנצן טאָג איז נאָכאַנאַנד געקומען צו רייד וועגן ביראָבידזשאַן און אַגבֿ־אורחה איז צו מיר דאַן דערגאַנגען, אַז בערגעלסאָנען אינטערעסירט נישט אַזוי ביראָבידזשאַן גופֿא, ווי דאָס, אַז אין מאָסקווע זאָל זײַן אַ ספּעציעלע פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ביראָבידזשאַן, אויף דעם אופֿן ווי אַלע סאָוועטישע רעפּובליקן האָבן אַזעלכע פֿאָרשטייערשאַפֿטן. אַזוי ווי אַ שאָטן פֿון אַ וואָלקן איז פֿאַר מײַנע אויגן פֿאַרבײַגעלאָפֿן בערגעלסאָנס טיפֿער ייִאוש און אַנטוישונג אין דעם ענין ביראָבידזשאַן, אַ ייִאוש, וואָס גייט אַריבער אין ציניזם. נישט צופֿעליק איז בײַ מיר אין זכּרון פֿאַרבליבן דער ביראָבידזשאַנער אַנעקדאָט, וואָס בערגעלסאָן האָט מיר דאַן דערציילט: „אַ טײַערע שטאָט ביראָבידזשאַן, אַ גאָלדענע שטאָט, מיט אָן אַ שיעור באַקוועמלעכקייטן, וווּ דו ווילסט נאָר און וווּ דײַן האַרץ גלוסט נאָר, קאָנסטו זיך שטעלן משתּין זײַן…‟

נאָך די ערשטע נאָך־מלחמה־יאָרן, איז די באַן, דער עקספּרעס מאָסקווע־וולאַדיוואָסטאָק, געגאַנגען גאַנץ פּאַמעלעך. איך בין אויפֿן עלפֿטן טאָג אָנגעקומען קיין ביראָבידזשאַן. מ׳האָט מיר, מײַן פֿרוי און איר זיבן־יאָריק מיידעלע געגעבן אין ביראָבידזשאַנער האָטעל צוויי צימערן. נאָר פֿון איין צימער האָב איך זיך באַלד אָפּגעזאָגט, ווײַל איך האָב באַלד געפֿילט, אַז מיטן באַשטעטיקן מיך אויף אַרבעט ציט זיך. אין האָטעל־רעסטאָראַן איז אַלץ טײַער און מײַנע פּאָר רובל נעמען „טאָגן‟. דער ערשטער געשפּרעך מײַנער מיט באַכמוטסקין, האָט אויף מיר געמאַכט אַ שווערן אײַנדרוק. אינטויִטיוו האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ביז דער קאָמיטעט פֿון דער פּאַרטיי וועט נישט האָבן וועגן מיר די געהעריקע ידיעות און אָנווײַזונגען, וועט מען מיך אויף דער אַרבעט אין אַלמאַנאַך „ביראָבידזשאַן‟ נישט באַשטעטיקן. באַכמוטסקין האָט, ווײַזט אויס, אויך געוווּנדערט, וואָס פֿאַרבײַפֿאָרנדיק מאָסקווע אויף מײַן וועג קיין ביראָבידזשאַן, בין איך נישט אַרײַן אין „אייניקייט‟ און קיין שום פּראָטעקציע־בריוו אינעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט מיט זיך נישט געבראַכט. איך האָב באַכמוטסקין דערקלערט ווי דער אמת איז, אַז מיר איז ווי אַן אינוואַליד פֿיזיש שווער געווען מיט מײַנע טשעמאָדאַנען אַראָפּקומען אין רעדאַקציע פֿון „אייניקייט‟. דאָס וואָלט מיך געקענט פֿאַרהאַלטן.

[1] עמגעבע (רוס.) — מיניסטעריום פֿון מלוכישער זיכערהייט. שפּעטער „קאַגעבע‟
[2] יעזשאָוו, ניקאָלײַ — פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿון אינערלעכע ענינים אין ברען פֿון רעפּרעסיעס (1936־1938)

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s