נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 32

דער פּסחדיקער לופֿט־סדר ה׳תש״פ

דער חודש אַפּריל האָט, צום באַדויערן, קיין בעסערן מצבֿ מכּוח דער קאָראָנאַ־מגפֿה נישט אַרײַנגעבראַכט. איך זיץ נאָך אַלץ פֿאַרשפּאַרט אין שטוב פּנים־אל־פּנים מיטן קאָמפּיוטער און מיט מײַן פֿרוי, זאָל זי זײַן געזונט. ס׳איז אַוודאי אַ קנאַפּע טרייסט, אַז אויך די גאַנצע וועלט האָט זיך אַליין פֿאַרשפּאַרט אין אירע דלתּ אַמות. דערצו באַלעוועט הײַיאָר נישט אין ניו־יאָרק דער פֿרילינג מיט קיין שיינע וואַרעמע טעג; אַזוי אַז די פֿאַרשפּאַרטקייט ווערט אויך פֿאַרענטפֿערט דערמיט, וואָס ס׳איז אַן עבֿירה אַרויסצולאָזן אין דרויסן אַ הונט.

פֿון דעסטוועגן, זײַנען אונדזערע ווײַטע אָבֿות, פֿאַרשקלאַפֿט און פֿאַרשפּאַרט אין מצרים, געפֿונען פֿאַר נייטיק זיך שטילערהייט פֿון דעם גהינום אַרויסרײַסן. איצט ווייסן מיר שוין, אַז נאָך פֿערציק יאָר מאַטערניש און וואַנדערניש איבערן מידבר האָבן די שטאַרקסטע און אײַנגעשפּאַרטסטע, סוף־כּל־סוף, זיך דערקליבן צו אַן אָרט, וואָס איז באַשערט געווען ס׳זאָל ווערן זייער היים.

אין אָנדענק פֿון יענעם לעגענדאַרן באַפֿרײַונגס־מאַרש, ווי מע וואָלט הײַנט געזאָגט, פּראַוועט אונדזער פֿאָלק דעם יום־טובֿ פּסח. דאָס פּראַווען דעם פּסחדיקן סדר איז באמת געוואָרן אַ משפּחה־מסיבה. און נישט נאָר פֿאַר פֿרומע ייִדן. נאָך מער: אין אַמעריקע בכלל און אין ניו־יאָרק בפֿרט האָבן די ייִדישע סאָציאַליסטן אײַנגעפֿירט זייער אייגענעם דריטן סדר אָדער „קולטור־סדר‟, ניט־רעליגיעזן, נאָר פֿאָרט אויסגעהאַלטן אין די פֿאָלקס־טראַדיציעס; ווײַל דער קאַמף פֿאַרן באַפֿרײַען זיך פֿון שקלאַפֿערײַ און יאָך איז געבליבן אַקטועל ביזן הײַנטיקן טאָג.

די נײַע הגדה פֿונעם קולטור־סדר, לכתּחילה צונויפֿגעשטעלט פֿונעם שרײַבער יעקבֿ לווין, טראָגט אין זיך אַלע מעלות — סײַ פֿון דער אַלטער הגדה, געפּראַוועט אין אַ סך ייִדישע היימען אויף מאַמע־לשון און סײַ פֿון די לידער און געזאַנגען, געשאַפֿן פֿון די קלאַסיקער און מאָדערנע ייִדישע דיכטער און קאָמפּאָזיטאָרן. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען די לידער פֿון י. ל. פּרץ, שמעון פֿרוג, דוד איידעלשטאַט, אַבֿרהם רייזען, ה. לייוויק, אַבֿרהם ליעסין, יהואש, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און אַנדערע; קאָמפּאָזיטאָרן מאַרק וואַרשאַווסקי, שלום סעקונדע, לייזער ווײַנער, מיכל געלבאַרט וכדומה.

איז ווידער — האָט זיך הײַיאַר אין דעם לאַנג־יאָריקן מינהג אַרײַנגעמישט די נימאסע קאָראָנאַ־מגיפֿה. צי קאָן אַפֿילו אַזאַ סכּנותדיקע זאַראַזע אָפּשטעלן דעם ענטוזיאַזם און געטרײַשאַפֿט צו ייִדיש אונדזערע צוויי חבֿרים — שיין בייקער און קאָליאַ באָראָדולין! ווי פֿאָרשטייער פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס און אַרבעטער־רינג, האָבן זיי צונויפֿגענומען אונטערן ווירטועלן דאַך־און־טיש אַ נײַנציק געסט איבער דער וועלט צו זייער קולטור־סדר. שיין, אויבנאָן אויף זײַן הסבֿ־בעט, האָט געפֿירט די נײַע הגדה — פֿאָרגעשטעלט די באַטייליקטע אויף זײַן אייגנאַרטיקן אַרטיסטישן אופֿן, שפּילעוודיק בײַטנדיק דערבײַ איין קאַפּעליוש אויף אַן אַנדער קאַפּעליוש; און קאָליאַ, זײַן טעכנישער בעלפֿער, האָט אים טעכניש אַרויסגעהאָלפֿן בײַם קאָמפּיוטער, אַז אַלע זאָלן קאָנען זען און הערן יענעם, וועמען דער מנחה האָט דערלאַנגט דאָס וואָרט.

די נײַע הגדה האָט אויך אײַנגעשלאָסן אַנדערע מאָמענטן פֿון ייִדישער גבֿורה אין גאַנג פֿון דער געשיכטע: מאַראַנען און די אויפֿשטענדלער אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס דער העלדישער אויפֿשטאַנד האָט זיך אָנגעהויבן פּונקט אינעם ערשטן טאָג פּסח. קיין צופֿעליקייטן טרעפֿן זיך נישט אין דער געשיכטע.

קומענדיק קיין ניו־יאָרק אויף אַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟, האָב איך נאָך געהאַט דעם כּבֿוד צו זײַן פֿאַרבעטן מיט מײַן פֿרוי צום קולטור־סדר, דורכגעפֿירט אין „אַרבעטער־רינג‟. צי קאָן מען דען פֿאַרגעסן ווי מיכל באַראַן, וואָס איז דעם חודש ניפֿטר געוואָרן (זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן!), — האָט דעם סדר געפֿירט צוזאַמען מיט חנה קופּער ז״ל. אָדער דאָס לייענען פֿון מינאַ בערן בינעם העלערס „אין וואַרשעווער געטאָ איז חודש ניסן‟. אַ גרויל פֿלעגט דורכלויפֿן איבערן לײַב…

זיי אויף לאַנגערע יאָר, האָבן די הײַיאָריקע זינגערנס דערוואַרעמט די שׂימחה מיט זייערע האַרציקע שטימען, באַזונדערס מרים־חיה סעגאַל און די זינגערין פֿון בערלין סוועטאַ קונדיש. איך בין זיכער, אַז פֿון אַזעלכע ייִדישע אונטערנעמונגען ווערט די עפֿימערישע ווירטועלע וועלט באַלעבט און באַוווינט מיט נשמהדיקע באַשעפֿענישן, וואָס רעדן אַוודאי ייִדיש.

אַ דאַנק אַלעמען און קודם־כּל שיינען און קאָליען פֿאַר זייער זעלטענעם טאַלאַנט צונויפֿנעמען פֿאַרשיידענע מענטשן אין איין משפּחה זיי זאָלן שענקען איינער דעם אַנדערן בטחון און ליבע.

לאָמיר דערלעבן ביז איבעראַיאָר, זײַענדיק באַפֿרײַט פֿון דעם איצטיקן חושך־הווירוס; און לאָמיר זיך ווידער קאָנען טרעפֿן, ווי באַפֿרײַטע בירגער פֿון דער ווירטועלער וועלט, פֿאַראייניקט אין איין משפּחה פֿון ייִדיש־פֿרײַנדשאַפֿט.

ברוקלין, ניו־יאָרק, אַפּריל 2020

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s