לאַפּסוס־קאַקטוס — 32

מיר האָבן שוין נישט איין מאָל גערעדט וועגן פֿאַרשיידענע שפּראַך־פּיטשעווקעס און סטיליסטישע פֿעלערן, וואָס טרעפֿן זיך נישט זעלטן אין די הײַנטיקע געציילטע ייִדישע פּובליקאַציעס. די לעצטע פּלעיאַדע אַמעריקאַנער שפּראַך־מומחים איז בדרך־כּלל אַרויס פֿון דר. מרדכי שעכטערס חדר און מע דאַרף זאָגן, אַז ס׳איז ממש צו חידושן ווי געטרײַ זיי האַלטן זיך בײַ די געבאָטן, איבערגעלאָזט פֿון זייער רבי.

ווי עס פֿירט זיך אָבער בײַ ייִד בכלל און אין דער אַקאַדעמישער וועלט בפֿרט זײַנען סײַ בײַ דר. שעכטערס לעבן און סײַ נאָך זײַן טויט געווען און פֿאַרבליבן אַפּאָנענטן, צד־שכּנגדו, ווי מע זאָגט. צווישן די בולטסטע און נאָכאַנאַנדיקע אַפּאָנענטן זײַנע ווערט אָנגערופֿן דר. הירשע־דוד קאַץ.

אין יאָר 1993 איז בײַם פֿאַרלאַג „אָקספֿאָרדער ייִדיש‟ בשותּפֿות מיטן אָקספֿאָרדער צענטער פֿאַר העכערע העברעיִשע שטודיעס דערשינען דר. קאַצס בוך „תקני תקנות — פֿראַגן פֿון ייִדישער סטיליסטיק‟.

מיר לייגן ווײַטער פֿאָר דאָס קאַפּיטל „די סטיליסטישע קאָמפּאָנענטן‟ פֿון הירשע־דוד קאַצס וויסנשאַפֿטלעך ווערק.

די סטיליסטישע קאָמפּאָנענטן

(עס ווערט פֿאַרהיט דער אויסלייג פֿונעם מחבר)

די סטיליסטיק גיט זיך אָפּ מיט דער סינכראָניע, מיט דער שפּראַך אַלס סיסטעם, אומאָפּהענגיק פונעם אָפּשטאַם פון די עלעמענטן. זי אינטערעסירט זיך מיט דעם ווי אַזוי דאָס אַלץ וואָס געפינט זיך אין דער שפּראַך פונקציאָנירט, אין אַוועלכער ניט איז איינאיינציקער תקופה. זי קוקט ניט אויף די יחוס בריוו פון די עלעמענטן, סײדן דאָרטן וואו דער יחוס בריוו איז שייך צום איצטיקן באַנוץ. די סטיליסטיק אינטערעסירט זיך ניט, בדרך כלל מיט דעם וואָס לבנה שטאַמט היסטאָריש פון סעמיטיש און זון פון גערמאַניש, מחמת דעם וואָס ביידע ווערטער זײנען אין יידיש סטיליסטיש „נייטראַל‟: מ׳טרעפט זיי אין אַלע סטילן פון דער שפּראַך, זיי זאָלן זיך ניט אידענטיפיצירן מיט אַוועלכן ניט איז ספּעציפישן סטיל. זיי געפינען זיך אין די רייד פון אַ פאָלקסמענטש און אַ פּראָפעסאָר, פון אַ יינגעלע און אַ פּאָעט. פאַרשטייט זיך, אַז בײ איטלעכן שרייבער איז אויך איטלעך סטיליסטיש נייטראַל וואָרט מסוגל צו ווערן חומר ביד היוצר. פאַר זיך זיינען דאָס אָבער ניט מער און ניט ווייניקער, דאָס וואָס הייסט בײם עולם „פּשוטע ווערטער‟. ס׳מאַכט גאָרניט ניט אויס פון וואַנען זיי שטאַמען, ניט אויף יידיש, ניט אויף פראַנצויזיש, ניט אויף טערקיש. דער סטיל בויט זיך פון אַ סך פאַקטאָרן, צווישן זיי: די אומצאָליקע שייכותן — אָפענע, סובטילע, מעגלעכע — צווישן די סטיליסטיש נייטראַלע עלעמענטן מיט די סטיליסטיש מאַרקירטע. דאָס „אַריינרוקן‟ אַן איינאייציק מאַרקירט וואָרט שאַפט נאָך ניט קיין סטיל. דאָס אָנווענדן אַן אָנזעעוודיקן סכום ווערטער אַזעלכע, צעשפּרייט איבער אַ טעקסט, שאַפט שוין יאָ אַ סטיל. פאַרשטייט זיך אַז דער סטיל באַשטייט ניט נאָר פון ווערטער נאָר פון דעם ווי אַזוי מע נוצט זיי.

אַוודאי, בוך, טיש, ים, נעכטן זיינען סטיליסטיש נייטראַל. האַנדלונג, מעלדן, פֿאָרשריט, צוזאַמענהאַנג, שריפֿטשטעלער זיינען זשורנאַליסטיש, און כאַראַקטעריזירן יידישע קולטורעלע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. דערגרונטעווען, יסודותדיק, ירושהדיקייט, קוצו של יוד, קיצור־הקיצורדיק געהערט דעם עסייאיסטישן סטיל. אָוונטיק, בײנאַכטיקייט, גליעדיק, מאַיאיק, ענד זיינען פּאָעטיש. גזירה שווה, געדרונגען, הערה, ראיה, סותר זיין זיינען למדניש־אַקאַדעמיש. חליצה, יאָרצייט, ליכט, מעריב זיין די סדרה, מאַכן אַ ברכה, נידה, געהערן דעם טראַדיציאָנעלן יידישן לעבן. אונטערוויסיק, אַליינמאָרד, מיגלעך, פּרוּוול, פֿירלייגן, זיינען כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן סטיל פֿון די ניו־יאָרקער אויסבויאיסטישע פּובליקאַציעס.

דערנאָך גייען די אַלע עלעמענטן וואָס געהערן אונדזערע דיאַלעקטן און וואָס זייער קאָנצענטרירטער באַנוץ גיט אַ טעקסט אַ דיאַלעקטיש־רעגיאָנאַלע באַפאַרבונג, למשל: אַזאַן, געגאַן, ווע׳מיר, פינעף, צוועלעף אויף צו באַפאַרבן אַ טעקסט דרום־דיאַלעקטיש; אַ פֿולע, ביזל, די קאָפּ, נאַכער, צוואַנציק־צוויי אויף צו באַפאַרבן אַ טעקסט צפֿון־דיאַלעקטיש. רעגיאָנאַלע באַפאַרבונגען זיינען אויך בנמצא אין דער שפּראַך פון די הײַנטיקע גרויסע צענטערס: אָטשערעד (ריי), דעפֿיציט, (׳מאַנגל׳), צוויי אָן צען (׳צען מינוט פֿאַר צוויי׳) בײ דער רוסישער באַפאַרבונג; אָלרייט, יעס, דזשעלטמען ביי אַמעריקאַנער באַפֿאַרבונג.

סטיליסטישע קאָמפּאָנענט זיינען פּלאַסטיש. די שענסטע פּאָעמע קען זיך באַנוצן מיט אַן איינאיינציק וואָרט וואָס איז גראַדע בדרך כלל כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן זשורנאַליסטישן סטיל. דער סטיליסטישער מהות פון אַ וואָרט איז אויב אַזוי אין בעסטן פאל אַ רעלאַטיווער. דער שרײַבער קען דאָ גובר זיין, און סטיליסטיש מחדש זיין, דורך נעמען אַ וואָרט פון איין סטיליסטישן קאָמפּאָנענט און עס אָנווענדן בײ אַ צווייטן. זע למשל שניידערס שטודיע וועגן דעם „מיסטישן דיאַלעקט‟ אין דער יידישער דראַמע, וואו ער באַווײזט ווי אַזוי די „זשורנאַליזמען‟ פֿלעכטן, וואונדערבאַר, אום (כדי) זיינען געוואָרן פּאָעטיש־מיסטישע ווערטער אין די הענט פֿון דוד פּינסקי (שניידער 1989: 115).

צו לייענען הירשע־דוד קאַצס בוך גאַנצערהייט:
דעם מחברס לינגוויסטישע אַרבעטן בכלל:

 

מיט וווּנטשן פֿון געזונט,

לאַפּסוס־קאַקטוסкактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s