די פֿאַרװינדלונג פֿון אַ דענקמאָל אין סינסינאַטי

מישע שאַפּיראָ

די פֿאַרװינדלונג פֿון אַ דענקמאָל אין סינסינאַטי

ווען איך האָב געאַרבעט אין קאָלומבוס בײַם אָהײַאָ־סטײט אוניװערסיטעט אין די 1990ער יאָרן, איז געװען אַן אויסשטעלונג פֿון ראָבערט מאַפּלטאָרפּס פֿאָטאָגראַפֿיעס. מאַפּלטאָרפּ איז זײער אַן אינטערעסאַנטער פֿאָטאָגראַף. גיט אַ קוק אױף זײַנע בילדער פֿון בלומען. צי זײַנען זײ סעקסועל אָדער נאָר סענסועל? מע קען באַלד זען, אַז ער איז טאַקע אַ בקי אין ליכט און שאָטן. ער איז אין דעם אַ קלאַסיציסט. ער האָט אױך פֿאָטאָגראַפֿירט די סעקסועלע פּחדנים פֿון מיטלדיקער אַמעריקע. ער האָט זײ פֿאָטאָגראַפֿירט אי גענױ, אי מיטן זעלביקן קלאַסיציסטישן אױג. אָט איז אַ בילד פֿון אַ שװאַרצן מענטש מיט אַ גרױסן (שוין איין מאָל גרויס!) אבֿר, װאָס האַלט אַ קלײנע װײַסע באַלעט-טענצערין, וועלכע שטײט „ענ-פּױנט‟. עס איז פֿאַראַן דאָ אַ רעטעניש: פֿאַר װאָס האָט די קאַטוילישע קירך נישט ליב געהאַט די אויסשטעלונג? װײַל מע קען עס נישט זען, אָבער עס איז דאָ אַ קאָנדאָם אױף דער פֿױסט.

סינסינאַטי איז אַ טײל פֿון די דרומדיקע שטאַטן און זײער אַ קאָנסערװאַטיװע געגנט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז געװאָרן אַ גרױסער טומל. דער פּראָקוראָר האָט געלאָזט אין גאַנג קרימינעלע באַשולדיקונגען קעגן דעם מוזײ און האָט געפּרוּװט צו קאָנפֿיסקירן אַלע בילדער פֿונעם פֿאָטאָגראַף. אַ סך מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט קעגן דער אויסשטעלונג.

דער מוזײ האָט זיך געפֿונען לעבן דעם פֿאָנטאַן־פּלאַץ. אַז מע האָט געװאָלט דעמאָנסטרירן קעגן דעם מוזײ, האָט מען געמוזט פֿאַרבײַגײן דעם הונדערטצוואַנציק־יאָריקן פֿאָנטאַן מיט אַ נאַקעט קינד און אַ פֿרױ מיט שײנע אַנטבלויזטע בריסט. דאָס איז אפֿשר דער סימבאָל פֿון סינסינאַטי. און דאָ איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק: איך מוז פֿאַרװינדלען דאָס קינד און אָנטאָן די פֿרױ אין אַ „ביקיני‟.

אַוודאי האָב איך מורא געהאַט. מע קען דאָך מיך אַרעסטירן. איך האָב געזאָגט צו זיך אַלײן: „שאַפּיראָ, אַז דו װײסט װאָס צו טאָן און װעסט עס נישט טאָן נאָר װײַל דו האָסט מורא, װעסטו אױף אײביק פֿאַרלירן די רעכט זיך צו באַקלאָגן.‟ דאָס איז געװען אין גאַנצן נישט צום דערלאָזן!

איך האָב געמאַכט אַ װינדל. איך האָב געמאַכט אַ „ביקיני‟. און איך האָב אָנגעטאָן סינסינאַטי!

מע האָט מיך טאַקע אַרעסטירט. איך בין געזעסן אין דעם פּאָליצײ-אױטאָ אין האַנט-קײטלעך, און די פּאָליצײ־לײַט האָבן געפֿרעגט אײנער דעם אַנדערן, װאָס װעט זײַן דער גענױער אָנקלאָג. אַװדאי, בין איך געװען שולדיק, אָבער אין װאָס?

סוף-כּל-סוף, האָט מען מיך אַרױסגעלאָזט אױף נאמנות. איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם פֿאָנטאַן. פֿון דער פֿרוי און קינד האָט מען אַראָפּגענומען „מײַן שטיקל אַרבעט‟, און איך האָב געטראַכט: „איצט וועט שוין וועגן דעם קײנער קײנמאָל נישט װיסן, אָבער איך האָב עס פֿאָרט געטאָן!‟

פּונקט דעמאָלט, ווען איך בין צוריק געקומען אַהײם אין קאָלומבוס, האָט אָנגעקלונגען דער טעלעפֿאָן. עס איז געװען אַ רעפּאָרטער פֿון סינסינאַטי. מסתּמא, איז ער געגאַנגען אין דער פּאָליצײ-סטאַנציע און געטענהט: „װאָס זאָגט איר? איר האָט אַרעסטירט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מאַטעמאַטיק, װאָס האָט פֿאַרװינדלט אַ נאַקעטע סטאַטוע?!‟

אַ קיצור, די מעשׂה איז אַרױס איבערן נײַעס-טיקער. איך האָב שפּעטער געהערט פֿון מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע ערטער אין אַמעריקע און אויך פֿון אַ קאָלעגע, וואָס האָט געהערט װעגן דעם אױף דער פּוילישער טעלעװיזיע.

דעם װאָס מע האָט נישט דערצײלט

איך בין געװען אַ „רױט־געװיקלט‟ עופֿעלע, דאָס הײסט, אַ קינד פֿון קאָמוניסטן. ווען טאַטע-מאַמע זײַנען געװען יונגע מענטשן, האָבן זיי געװױנט אין ניו־יאָרק אױפֿן אונטערשטן איסט־סײַד און אָנטײל גענומען אין די לינקע פּאָליטישע, קינסטלערישע און טעאַטער־קרײַזן. מײַנע קינדער־יאָרן זײַנען אויסגעפֿאַלן אויף דער מאַקאַרטי־תּקופֿה. מ׳האָט באַהאַלטן די „רױטע‟ ביכער אױפֿן בױדעם, געמאַכט פּלענער אַנטלויפֿן קײן קאַנאַדע, אויב מאַקאַרטי װאָלט אָנגערופֿן זײערע נעמען און מע האָט מער נישט גערעדט פֿון די אַמאָליקע צײַטן.

ווען כ׳האָב געװױנט אין אױסטראַַליע, האָב איך דאָרט געטראָפֿן אַ מאַריאָנעטן־מאַכערין. כ׳האָב זײער אַ סך געטראַכט װעגן מאַריאָנעטן, און איך האָב באַשלאָסן, אַז עס איז נישט צוליב שפּראַך, װאָס מיר זײַנען מענטשן. עס קען זײַן, אַז אויך חיות האָבן שפּראַך. מיר זײַנען מענטשן, װײַל מיר האָבן מאַריאָנעטן. אַ חיה, װאָס מאַכט און מאַניפּולירט אַן אימאַזש פֿון זיך אַלײן, איז אַ מענטש.

איך האָב דעמאָלט אָנגעשריבן אַ קורצע פּיעסע װעגן אַ פּאָר מאַריאָנעטן, װאָס שטאַמען פֿון פּאַלעאָליטישע צײַטן. זינט דעמאָלט האָבן זײ געפּרוּװט צו אַװאַנסירן געשיכטע. עס איז אפֿשר געװען די שװערסטע זאַך װאָס איך האָב געשריבן. האַלב פֿון מײַן דאָקטאָראַט איז באַשטאַנען פֿון אַ הונדערט האַנט-געשריבענע זײַטלעך אַלגעברע. דאָס קלײנע פּיעסעלע איז געװען פּונקט אַזױ שװער צו שרײַבן.

איך האָב דערצײלט אַ קלײנע מעשׂה ווי אַ הינטער-געשיכטע צו דער פּיעסע. מיר זײַנען אַלע געזעסן אין אַ הײל אַרום דעם פֿײַער. דער שאַמאַן האָט גענומען אַ פֿעל אין אײן האַנט און אַ פּאָר פֿעדערן אין דער אַנדערער האַנט, און אַז די פֿעל איז געװאָרן אַ חיה, זײַנען די פֿעדערן געװאָרן אַ פֿױגל, און אַז די פֿעדערן זײַנען געװאָרן אַ גײַסט, איז די פֿעל געװאָרן אַ שד. און אין דעם מאָמענט האָט זיך אַלץ אָנגעהױבן, װײַל ס׳איז געװען צום ערשטן מאָל, אַז עפּעס אױף דער ערד איז געװען נישט נאָר אָט דאָס װאָס עס איז געװען.

מיר האָבן געשפּילט די פּיעסע אין אַ קלײנעם טעאַטער „אָף בראָדװײ‟ אָדער אפֿשר „אָף אָף בראָדװײ‟. מערי קערינס האָט געשפּילט די ראָלע פֿון טײַרישיע, און איך —פֿון טאַליסמאַן. עס איז געװען אַ רירנדיקע איבערלעבונג.

מיט אַ צענדליק יאָר שפּעטער בין איך געװױר געװאָרן װעגן דעם אַמאָליקן „מאָדיקוט־טעאַטער‟, אַ לינקער ייִדישער מאַריאָנעטן־טעאַטער אױף דער איסט־סײַד אין די צװאַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. איך דערלאָז, אַז טאַטע־מאַמע זײַנען געװען אין אָט דעם טעאַטער און האָבן אים שטאַרק ליב געהאַט. איך בין זיכער, אַז זײ האָבן קײנמאָל נישט דערצײלט װעגן דעם. נאָך אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָב איך אויפֿגעעפֿנט משה-לײב האַלפּערנס „די גאָלדענע פּאַװע‟ און געפֿונען דאָרט די פֿאָלגנדיקע צײכענונג פֿון יאָסל קוטלערן (דער „קוט‟ פֿון „מאָדיקוט‟). אָט איז דער שאַמאַן פֿאַר דעם פֿײַער פֿאַר די הײלמענטשן.

איך גלייב נישט זײער שטאַרק אין פֿרױדן אָדער אין יונגן, אָבער װאָס קען מען טאָן? ראַיות זײַנען ראַיות.

ערשטע פּובליקאַציע אין „ייִדיש־בראַנזשע‟

מישע שאַפּיראָ איז אַ געבוירענער אין אַמעריקע. נאָכן אויספּרוּוון עטלעכע פּראָפֿעסיעס האָט ער סוף־כּל־סוף פֿאַרשטאַנען, אַז זײַן באַרוף ליגט אין תּחום פֿון מאַטעמאַטיק. איצט וווינט ער אין לאָנדאָן, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט ביִאָאינפֿאָרמאַטיק. .

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Google photo

You are commenting using your Google account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s