שפּיאָן ליאָשקע וואָלקאָוו

יעווגעני קיסין

 1

סע טרעפֿט זיך אַמאָל אין לעבן, אַז מע זאָגט דיר עפּעס און דו פֿאַרשטייסט, דו דאַרפֿסט גאָרנישט ניט פֿרעגן, נאָר טאָן, װי ס׳איז געזאָגט געוואָרן, אָדער נעמען עס אין באַטראַכט.

גראָד דאָס האָט דערפֿילט ליאָשקע װאָלקאָװ, װען דער לערער פֿון עבֿריתּ, אַ קלײנװוּקסיקער באַיאָרטער מענטש (מיר װעלן ניט דערמאָנען זײַן נאָמען: ס׳איז קלאָר, אַז געטאָן האָט ער עס בעל–כּרחו, פֿאָלגנדיק די אינסטרוקציעס פֿון אױבן), איז צוגעגאַנגען צו אים אין אַ קאָרידאָר פֿונעם אינסטיטוט, אַ קוק געטאָן אים גלײַך אין די אױגן און ערנסט געזאָגט: „איך װאָלט אײַך ניט געראָטן באַזוכן דעם קורס. הערט זיך צו צו מײַן עצה…‟.

ניט בלױז האָט ליאָשקע פֿאַרשטאַנען, אַז ער דאַרף גאָרנישט ניט פֿרעגן בײַם אַלטן פּראָפֿעסאָר, נאָר ער האָט זיך תּיכּף אָנגעשטױסן, הלמאַי יענער האָט עס „געראָטן‟ דװקא אים, ליאָשקען, כאָטש פֿריִער האָט ער אױף עפּעס אַזױנס נאָך ניט געהאַט אָנגעטראָפֿן. באַגלייטנדיק מיט די אױגן דעם לערערס סוטולעװאַטן רוקן, האָט ליאָשקע גיך איבערגעקליבן אין זכּרון אַלע זײַנע חבֿרים, װאָס האָבן אױך אָנגעהויבן באַזוכן דעם קורס פֿון עבֿריתּ: װאַסקע אַרבוזאָװ, קאָלקע פֿיאָדאָראָװ, מאַשקע קלושינאַ… נײן, צו קײנעם פֿון זיי קאָן מען זיך ניט טשעפּען. נאָר אים, ליאָשקען, האָט מען פֿאָרט „אױסגערעכנט‟…

אײגנטלעך, איז דאָס געװען דאָס ערשטע מאָל, אַז ליאָשקע האָט ניט אָפּגעענטפֿערט, װען מע האָט אים געהייסן אָן שום דערקלערונגען, עפּעס טאָן (אָדער ניט טאָן). װען מיט אַ יאָר פֿריִער האָט ער באַקומען דעם פּאַספּאָרט און דער טאַטע האָט אים געהייסן פֿאַרשרײַבן, אַז ער איז לױט דער נאַציאָנאַליטעט אַ רוס, האָט עס דער טאַטע, ווי ס׳האָט זיך געדוכט, גאָר איבערצײַגעװדיק באַגרינדעט: „צי קענסטו ייִדיש? צי קענסטו עבֿריתּ? ביסטו געמלט? װאָס איז דײַן מוטערשפּראַך?‟ — און אַזױ װײַטער. דער טאַטע אַליין האָט אױך ניט געקענט קיין אײן װאָרט ניט אױף עבֿריתּ, ניט אױף ייִדיש, און איז ניט געװען געמלט: ליאָשקעס זײדע, עקיבֿה װאָלקאָװ, איז געװען אַ פֿאַרברענטער קאָמוניסט און האָט אַפֿילו געגעבן זײַן זון דעם נאָמען מאַראַט, לכּבֿוד דעם פֿראַנצױזישן רעװאָלוציאָנער. דעם זיידנס איבערצײַגונגען און איבערגעגעבנקײט די אידעאַלן פֿון קאָמוניזם האָבן אים ניט געראַטעװעט: אין 1938 איז ער דערשאָסן געװאָרן, און דער קלײנער מאַראַט איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ קינדער–הױז. פֿון דעמאָלט אָן און אױף זײַן גאַנץ לעבן האָט זיך בײַ אים אַנטװיקלט אַ נאַטירלעכע נטיה צוצופּאַסן זיך צו די אומשטאַנדן; װעגן אַזעלכע, װי ער, פֿלעגט מען זאָגן אינעם סאָװעטן–פֿאַרבאַנד, אַז זיי „װאַקלען זיך צוזאַמען מיט דער פּאַרטײ–ליניע‟.

אַלע פֿלעגן אים רופֿן „מאַראַט קירילאָװיטש‟, און חתונה האָט ער געהאַט מיט אַ רוסישער פֿרױ. ליאָשקעס מאַמע איז געװען עטװאָס מער פּרינציפּיעל, װי דער טאַטע (אַניט איז עס אַ גרױסער ספֿק, צי זי װאָלט אין יענער צײַט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדן), הגם, װי ס׳רובֿ מענטשן אינעם לאַנד, האָט זי זיך אױפֿגעפֿירט גענוג פֿאָרזיכטיק. אין אונטערשײד פֿון פֿיל אַנדערע, האָט ליאָשקע ניט געדאַרפֿט נעמען דער מאַמעס פֿאַמיליע, װײַל „װאָלקאָװ‟ האָט געקלונגען גאַנץ כּשר און זיכער. אױסערלעך האָט ער אױסגעזען, װי די מאַמע מיט די בײנער, סײַדן די האָר און די אױגן זײַנען געװען בײַ אים אַ ביסל טינקעלער… ס׳האָט אָבער ווינציק געהאָלפֿן. מ’האָט אים סײַ־ווי דערקענט.

געװען איז ליאָשקע אַ פֿעיִק ייִנגל, האָט זיך גוט געלערנט אױף אַלע קעגנשטאַנדן און דעריבער ביזן לעצטן מאָמענט ניט געװוּסט, אין װעלכער הױכשול צו פּרוּװן אָנצוקומען. פֿון קינדװײַז אָן אָבער האָבן אים צוגעצױגן װײַטע, עקזאָטישע מקומות. דערצו נאָך, װען ער איז געװאָרן אַ דערװאַקסלינג און האָט אָנגעהױבן פֿילן אין זיך מאַנצבילשע אינסטינקטן, האָט אים פֿון די אַלע איבערגעלייענטע ביכער באַזונדערס פֿאַרכאַפּט איין בוך — „טױזנט און אײן נאַכט‟. „זי האָט געסמאָטשקעט מײַן צונג, און איך האָב געטאָן דאָס זעלבע…‟ — אַזױנס האָט ער ניט געטראָפֿן ניט בײַ באָקאַטשאָ, ניט בײַ מאָפּאַסאַנען, ניט אין טעאָדאָר דרײַזערס „דער זשעני‟! אין לעצטן סך–הכּל, האָט ער דערלאַנגט די דאָקומענטן אינעם באַרימטן אינסטיטוט פֿון מיזרחדיקע שפּראַכן בײַם מאָסקװער אוניװערסיטעט. גרינג אָפּגעגעבן אַלע עקזאַמענס, האָט ער זיך מיט התלהבֿות פֿאַרטיפֿט אינעם אַראַבישן אַלפֿאַבעט און גראַמאַטיק, טרױמענדיק װעגן שפּיאָנישע אַװאַנטורעס און גלוסטנדיקע מיזרחישע פֿרױען.

באַלד נאָכן אָנהייב פֿונעם לערן–יאָר האָט ליאָשקע און זײַנע נײַע חבֿרים זיך דערװוּסט, אַז מע קאָן באַזוכן אַ פֿאַקולטאַטיװן קורס פֿון עבֿריתּ. אים האָט עס פֿאַראינטערעסירט — ניט װײַל ער האָט געפֿילט אַ װאָסער–ניט–איז שײַכות מיט די דאָזיקע זאַכן, נאָר פּשוט מחמת ער האָט זיך תּמיד אינטערעסירט מיט אַלצדינג. די לעקציעס פֿונעם אַלטן פּראָפֿעסאָר האָבן ליאָשקען ממש פֿאַרכאַפּט: ער האָט ניט בלױז געלערנט די שפּראַך, נאָר אױך דערציילט זײַנע סטודענטן װעגן מדינת–ישׂראל, װעגן דער ייִדישער געשיכטע, טראַדיציעס און מינהגים… אַװדאי, האָט זיך עס געטאָן „אין די ראַמען‟, און דאָך האָט מען אין קײן צײַטונג װעגן אַזעלכע זאַכן ניט געשריבן. ליאָשקען האָט זיך שוין געדוכט, אַז אַלץ איז אים דערלױבט און אַלע װעגן זײַנען פֿאַר אים אָפֿן — און פּלוצעם אַזאַ מעשׂה… ניט באַזוכן דעם קורס…

פֿון דעסטװעגן, איז ליאָשקע ניט אַזאַ מענטש, מע זאָל בײַ אים עפּעס קאָנען אָפּנעמען קעגן זײַן װילן. גלײַך נאָך דער לעקציע פֿון עבֿריתּ איז ער צוגעגאַנגען צו װאַסקע אַרבוזאָװן מיט אַ פֿראַגע:
— נו, װאָס איז געװען הײַנט?
— און פֿאַר װאָס ביסטו ניט געקומען?
— פֿאַרשטייסט, — ליאָשקע האָט אָנגערופֿן דעם לערערס פֿאַמיליע, — האָט מיר געזאָגט: קומט ניט, איר זאָלט ניט באַזוכן דעם קורס.
— װאָס עפּעס אַזוינס?
— כ׳װײס אַלײן ניט… אפֿשר איז בײַ אים דאָ עפּעס אַ לימיט? — ליאָשקע האָט אַ צוק געטאָן מיט די פּלײצעס, — װאָס זשע איז געװען הײַנט? אינטערעסאַנט?
— נו יאָ! — און װאַסקע האָט אָנגעהױבן דערציילן פֿאַרכאַפּטערהייט.

פֿון דעמאָלט אָן נאָך יעדער לעקציע פֿון עבֿריתּ האָט ליאָשקע גענומען בײַ װאַסקען אױף אַ טאָג אַלע זײַנע פֿאַרצײכענונגען און לערן–מאַטעריאַלן און פֿלײַסיק זיי איבערגעשריבן אין אַ ספּעציעלער העפֿט. אפֿשר שױן נאָך יענעם פֿאַל איז אים אײַנגעפֿאַלן דער װילדער געדאַנק, אַז שפּיאָנירן זאָל ער אין גאָר אַן אַנדער ריכטונג, הגם אין יענער צײַט האָט ער זיך גאָר ניט פֿאָרגעשטעלט, װי פּינטקלעך ער װאָלט עס געקאָנט טאָן.

המשך קומט

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s