פֿון אונדזער עזבֿון: נחום אויסלענדער (1893־1962)

Oyslender-book

דיכטער, פּראַזאַיִקער, קריטיקער, ליטעראַטור־ און טעאַטער־פֿאָרשער איז נחום אויסלענדער געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל כאָדאָרקאָוו, וואָלינער גובערניע, אוקראַיִנע. זיך געלערנט אין אַ רוסישער גימנאַזיע אין קיִעוו און אָדעס. אין די יאָרן 1911־1914 שטודירט ער מעדיצין אין בערלינער אוניווערסיטעט. זײַן מעדיצינישן דיפּלאָם האָט אויסלענדער באַקומען שוין אין אָדעס (1919). אין דער רויטער אַרמיי האָט ער געדינט ווי אַ דאָקטער. זײַן ערשט בוך עסייען „גרונט־שטריכן פֿון ייִדישן רעאַליזם‟ האָט אים געמאַכט באַקאַנט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער קריטיק און ליטעראַטור־פֿאָרשונג.

אין זײַנע ווײַטערדיקע ווערק האָט אויסלענדער אַנאַליזירט די שאַפֿונגען פֿון אָשר שוואַרצמאַן, דוד האָפֿשטיין, שלום אַש און אַנדערע. אין די 1930ער יאָרן פּובליקירט ער די ליטעראַטור־היסטאָרישע אַרבעטן „מענדעלע און זײַנע מיטגייער‟, „דער יונגער שלום־עליכם און זײַן ראָמאַן ׳סטעמפּעניו׳‟; די קאַפּיטאַלע פֿאָרשונג וועגן ייִדישן טעאַטער צייכנט זיך אויס מיט אַ טיפֿן וויסנשאַפֿטלעכן צוגאַנג.

אָנגעפֿירט מיט ייִדישע אַקאַדעמישע אָפּטיילונגען אין ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע; רעדאַגירט די וויכטיקע אויסגאַבעס פֿון ייִדישע קלאַסיקער, ווי אויך פֿון וויסנשאַפֿטלעכע זשורנאַלן, זאַמלונגען, לערנביכער וכדומה. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז אויסלענדער געווען אַ מיטגליד פֿון דער היסטאָרישער קאָמיסיע בײַם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין די יאָרן 1936־1948 האָט ער מיטגעאַרבעט מיטן קאַבינעט פֿון ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר בײַ דער אוקראַיִנישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע. דאָס לעצטע יאָר פֿון זײַן לעבן האָט אויסלענדער אָנגעפֿירט מיטן קריטישן אָפּטייל פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.

לייענט אַן אויסצוג פֿון נחום אויסלענדערס פֿונדאַמענטאַלער אַרבעט „ייִדישער טעאַטער 1887־1917‟ (מלוכה־פֿאַרלאַג, „דער עמעס‟, מאָסקווע 1940).

opera-theatre.history-Pre-Revolutionary-photos-postcards_72
אָדעס אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט
פֿון שטעטל אין שטאָט אַרײַן

אין יאָר 1903, ווען דער רעפּערטואַר פֿונעם פֿון דעם „ייִדיש־דײַטשישן‟ טעאַטער איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט אַ גאַנצער מענגע שונד־שטיק געבראַכטע פֿון אַמעריקע, האָט זיך פּלוצעם באַוויזן איינע אַ פּיעסע, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין רוסלאַנד און איז געווען זייער סימפּטאָמאַטיש לויט איר אינהאַלט. די פּיעסע האָט אויסגעלאַכט דעם קליינשטעטלדיקן ייִדישן אַקטיאָר [1], זײַן אָפּגעשטאַנענקייט, זײַנע נישטיקע באַגריפֿן וועגן טעאַטער, זײַנע געשעפֿטמאַכערישע געוווינטהײטן. די דאָזיקע מאָטיוון זײַנען צו יענער צײַט שוין נישט געווען אין גאַנצן נײַ. נאָך פֿריִער מיט אַ פּאָר יאָר האָט שלום־עליכם אין זײַן „בערדיטשעווער טעאַטער‟ דער ערשטער געווענדט די אויפֿמערקזאַמקייט אויף דער פֿאַרגרעבטקייט און קולטורלאָזיקייט פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרנשאַפֿט.

די נײַ־דערשינענע פּיעסע איז געווען סימפּטאָמאַטיש דערמיט, וואָס איר אויטאָר — אַבֿרהם קאַמינסקי, — אַליין אַן אַקטיאָר, האָט זיך סאָלידאַריזירט מיט שלום־עליכמען אין דער קריטיק פֿון די הפֿקרות און ווילדקייטן, וואָס האָבן געהערשט אין דער ייִדישער אַקטיאָרן־סבֿיבֿה. ס׳איז אָבער געווען נאָך איין מאָמענט, וואָס האָט געמאַכט קאַמינסקיס פּיעסע זייער סימפּטאָמאַטיש. די פּיעסע לאַכט אויס די צײַט, ווען די וואַנדער־טרופּעס פֿלעגן שפּילן אויסשליסלעך אין די קליינע שטעטלעך. זי גיט איבער דאָ און דאָרט אָנצוהערן, אַז די דאָזיקע צײַט איז שוין פֿאַרבײַ, דאָס געהערט שוין צו דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט און די קעגנוואַרט פֿון דעם ייִדישן טעאַטער איז פֿאַרבונדן שוין נישט מיטן קליינעם שטעטל, נאָר מיט דער גרויסער שטאָט. אַזאַ מיינונג אין אָנהייב 1900טע יאָרן געווען שטאַרק פֿאַרשפּרייט אין די אַקטיאָרישע קרײַזן, און מע מוז זאָגן, אַז זי האָט געהאַט אונטער זיך אַ געוויסן גרונט.

די יאָרן 1903־1904 — איז די צײַט, ווען די וואַנדער־טרופּעס הייבן אָן קריגן מער צוטריט צו די גרויסע שטעט און האָבן שוין אַ מעגלעכקייט צו פֿאַרזאַמען זיך דאָ אַ לענגערע צײַט. דער פֿאַרבאָט פֿונעם ייִדישן טעאַטער האָט שוין אָנגעהויבן זיך צו וואַקלען. אין דער אָדער אין יענער שטאָט פֿלעגט זיך פּלוצעם לאָזן הערן אַ „ווייכהאַרציקער‟ צאַרישער אַדמיניסטראַטאָר, וואָס האָט געוואָלט טרײַבן „ליבעראַלע‟ פּאָליטיק און האָט דערלויבט דער ייִדישער וואַנדער־טרופּע אויף אַ לענגערע צײַט זיך צו באַזעצן אויך איין אָרט. איז עס דער טרופּע נישט געלונגען אין וואַרשע, האָט זיך עס דערפֿאַר אײַנגעגעבן אין לאָדזש, האָט זיך עס נישט אײַנגעגעבן אין קיִעוו, איז עס דערפֿאַר געלונגען אין קאַטערינאָסלאַוו, אין ווילנע. ס׳האָט געמאַכט אַזאַ אײַנדרוק, אַז ס׳איז שוין פֿאַרבײַ די צײַט, ווען די וואַנדער־טרופּעס פֿלעגן, ווי אין די מײַזלעכער, פֿאַרקריכן אין די קליינע שטעטלעך, כּדי דאָרט זיך אויסצובאַהאַלטן פֿון דעם גרויזאַמען טעאַטער־פֿאַרבאָט.

די „ייִדיש־דײַטשישע‟ אַקטיאָרן האָבן אָנגעהויבן זיך צופּאַסן צו די גרויסע שטעט. זיי האָבן זיך דערבײַ געמוזט אָפּזאָגן פֿון אַ סך פֿריִערדיקע געוווינהײטן. מ׳האָט שוין מער נישט געוואָלט לאָזן זיך פֿאַרגלײַכן מיט די פֿאַרשײַטע „בראָדער־זינגער‟, וואָס זײַנען הײַנט דאָ, מאָרגן — דאָרטן. איצט וויל די וואַנדער־טרופּע אויסנעמען מיט איר סאָלידקייט, מיט יענער געשטעלטקייט און אײַנגעפֿונדעוועטקייט, וואָס דאַרף אימפּאָנירן דעם נײַ־צוגעקומענעם בורזשואַזן צושויער. אַלץ, וואָס דערמאָנט אין דער קליינשטעטלדיקער פֿאַרגאַנגענהייט פֿונעם פֿריִערדיקן פּעריאָד, וויל מען איצט אָפּמעקן, פֿאַרגעסן. מע אָריענטירט זיך אויף דער גרויסער שטאָט און מע באַמיט זיך וואָס גיכער איבערצונעמען די מאַנירן פֿון אַ גרויסשטאָטישן טעאַטער.

דער פּראָצעס פֿון אַקלימאַטיזירן זיך אין דער גרויסער שטאָט האָט געבראַכט דעם אַקטיאָר גאַנץ גרויסע שוועריקייטן; אויפֿבויען אַ טעאַטער אין אַ גרויסער שטאָט, נישט אויסשטעלנדיק אויפֿן בורזשואַזן צושויער, איז געווען אוממעגלעך, אָבער צוציִען אָט דעם צושויער און, דער עיקר, אים אײַנהאַלטן, פֿאַרזיכערן זיך מיט זײַן שטענדיקן באַזוך — איז נישט געווען פֿון די גרינגע זאַכן פֿאַר דעם דעמאָלטיקן „ייִדיש־דײַטשישן‟ טעאַטער. און דאָס לאָזן זיך אין דער יעטווידער גרעסערער שטאָט, וווּ עס טרעט אויף צו דער צײַט אַ וועלכן־ס׳ניט־איז וואַנדער־טרופּע. באַזונדערס כאַראַקטעריסטיש איז אין דער הינזיכט די טעטיקייט פֿון די וואַנדער־טרופּעס אין אָדעס.

אין די ערשטע עטלעכע יאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט (1900־1904) שפּילט שוין דער „ייִדיש־דײַטשישער‟ טעאַטער אין אָדעס כּמעט אָן שום איבעררײַס. די וואַנדער־טרופּעס קומען אַהער איינע נאָך דער צווייטער. און כאָטש זיי שפּילן יעדע איינע פֿאַר זיך, אָן שום פּרוּוו זיך צוזאַמענריידן און צוזאַמענאַרבעטן, זײַנען זיי דאָך לויטן תּוך פֿון זייער שפּיל אַזוי ענלעך, אַז דאָס אָדעסער פּובליקום באַטראַכט איין טרופּע ווי אַ פֿאָרזעצונג פֿון דער אַנדערער.

קענטיק, אַז אַזוי האָט עס באַטראַכט די אָדעסער פּרעסע, וואָס האָט אַרויסגעוויזן אַ גאַנץ גינסטיקע באַציִונג צום ייִדישן טעאַטער. די שטאָט אָדעס האָט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט פֿאַרמאָגט אַ רײַכע פּרעסע. זי האָט געהאַט דרײַ גרויסע צײַטונגען אויף רוסיש: „אָדעסקיִי ליסטאָק‟, „אָדעסקיִע נאָוואָסטי‟, „יוזשנאָיע אָבאָזרעניע‟ (אָדעסער בלעטל, אָדעסער נײַעס, דרום־איבערזיכט).

נישט געקוקט אויף פֿאַרשיידענע שאַטירונגען אין זייער פּאָליטישער אײַנשטעלונג, זײַנען אַלע דרײַ צײַטונגען אין דעם פּעריאָד ערבֿ 1905 געווען געשטימט ליבעראַל, אויף שריט און טריט פֿלעגן זיי אַרויסווײַזן זייער אויפֿמעקזאַמקייט צו די אַזוי גערופֿענע „ייִדיש ענינים‟ און באַזונדערס אויפֿמערקזאַם זיך באַציִען צום ייִדישן טעאַטער. די צײַטונגען האָבן נאָכגעשפּירט נאָך אַלע נײַע דערשײַנונגען אויף דער ייִדישער בינע, געדרוקט פֿון טאָג צו טאָג רעצענזיעס. אויב אין „אָדעסקיִע נאָוואָסטי‟ האָבן די דאָזיקע רעצענזיעס נאָך געטראָגן מערסטנטייל דעם כאַראַקטער פֿון קליינע כראָניק־נאָטיצן, וואָס פֿלעגן געדרוקט ווערן אַנאָנים, אָן שום אונטערשריפֿט, האָבן שוין די איבעריקע צוויי צײַטונגען געדרוקט גרעסערע רעצענזיעס, געשריבן פֿון מער ווייניקער קוואַליפֿיצירטע רעצענזענטן, וואָס האָבן סיסטעמאַטיש — פֿון ספּעקטאַקל צו ספּעקטאַקל — באַהאַנדלט די טעטיקייט פֿונעם ייִדישן טעאַטער.

kaminska-fi1
אסתּר־רחל קאַמינסקי

פֿון די רעצענזיעס, וואָס זײַנען אין די יאָרן 1900־1902 געווען געדרוקט אין דער אָדעסער פּרעסע, האָבן בדרך־כּלל די אָדעסער צײַטונגען זיך באַצויגן צו דער טעטיקייט פֿון די „ייִדיש־דײַטשישע‟ טרופּעס גאַנץ קריטיש. די רעצענזענטן פֿאַרצייכענען, אַז אין דער אָדער יענער טרופּע זײַנען פֿאַראַן אַ פּאָר פֿיייִקע אַקטיאָרן, מע ווײַזט אָבער אָן אויף דעם קליינעם באַשטאַנד פֿון די טרופּעס, וואָס קאָנען זיך נישט פֿאַרמעסטן אויף עפּעס גרעסערס און האַלטן אין דעם פּרט נישט אויס קיין פֿאַרגלײַך מיט דעם אַמאָליקן פֿאַרנעם פֿון גאָלדפֿאַדענס טרופּע. אין אַ רעצענזיע וועגן דער אויפֿפֿירונג פֿון גאָלדפֿאַדענס „כּישופֿמאַכערין‟ אין קאַמינסקיס טרופּע לייענען מיר, למשל:

„דאָס איז איינע פֿון די פּיעסעס, וואָס מאַכט דעם טעאַטער שטענדיק געפּאַקט, אָבער אויפֿפֿירן די פּיעסע מיט אַ קליינינקער טרופּע, וואָס פֿאַרמאָגט סך־הכּל 3־4 גוטע אַרטיסטן, איז אוממעגלעך‟.

די באַהויפּטונג, אַז אין קאַמינסקיס טרופּע געפֿינט זיך אין יאָר נישט מער ווי 3־4 גוטע אַרטיסטן, איז געווען אַ גאַנץ באַגרינדעטע. נישט געקוקט דערויף, וואָס די טרופּע האָט געציילט בײַ די 15 אַקטיאָרן, האָבן די אָדעסער רעצענזענטן מיט פֿולע רעכט געשריבן, אַז די מערהייט אַקטיאָרן „גייען נישט אַרויס פֿון די ראַמען פֿון מיטלמעסיקייט‟.

עס וואַרפֿט זיך דערבײַ אין די אויגן אַ מערקווירדיקע דערשײַנונג: אין דער טרופּע, וואָס שפּילט אין דער צײַט אין אָדעס, געפֿינט זיך אסתּר־רחל קאַמינסקי. זי טרעט אַרויס פֿון טאָג צו טאָג אין אַ נײַער פּיעסע, אָבער דער דערפֿאָלג אירער איז זייער און זייער באַשיידן. וועגן איר שרײַבט מען:

„די פֿרוי קאַמינסקי איז אַן אַרטיסטין נישט אָן טאַלאַנט, אָבער אומזיסט קומט זי אָן צו אַלערליי ביליקע דראַמאַטישע עפֿעקטן, וואָס רופֿן אַרויס געוויין און היסטעריקעס בײַ דעם ווייניק־איבערקלײַבערישן פּובליקום‟.

אין דער רעצענזיע וועגן „שולמית‟, צום בײַשפּיל, שרײַבט מען שוין גאָר אין אַ קאַטעגאָרישן טאָן:

„די פֿרוי קאַמינסקי (אַבֿיגיל) האָט דאָס מאָל דעם פּובליקום נישט צופֿרידן געשטעלט‟.

נאָך מער איידער מיט דער שפּיל פֿון די אַקטיאָרן איז די אָדעסער פּרעסע געווען אומצופֿרידן מיט דער רעזשי און דער בינע־אויסשטאַטונג אין קאַמינסקיס טרופּע. אין יאָר 1902 טרעפֿט זעלטן אַ רעצענזיע, וואָס זאָל נישט אָנווײַזן אויף דעם קלאָגעדיקן צושטאַנד פֿון דער בינע־אויסשטאַטונג.

„די אויסשטאַטונג איז נישט קיין באַפֿרידנדיקע‟, — דאָס איז דער לייטמאָטיוו פֿון אַלע רעצענזיעס, וואָס ווערן געשריבן אין יאָר 1902.

און דאָך, ווען מע באַקענט זיך מיט אַלע מאַטעריאַלן פֿון יענער צײַט, זעט מען, אַז דער צושויער האָט קלאָר נישט געהאַלטן בײַם אײַנרײַסן מיט דעם „ייִדיש־דײַטשישן‟ טעאַטער. ער האָט פֿאַרקערט, פֿון צײַט צו צײַט דעמאָנסטרירט זײַן אַקטיווע פֿאַראינטערעסירטקייט אין דעם דאָזיקן טעאַטער. ער איז אַפֿילו גרייט געווען צו שטיצן די אָדער יענע טרופּע. צוליב דעם איז אָבער נייטיק געווען, אַז די טרופּע זאָל וואָס גיכער זיך „אויסלײַטישן‟ לויט די פֿאָדערונגען פֿון די קונסט־שטיצער, ס׳איז נייטיק געווען, אַז די טרופּע זאָל וואָס גיכער געפֿינען יענעם וועג, וואָס זאָל אויפֿהייבן דעם ניוואָ פֿון ייִדישן טעאַטער. אָט־אָ דעם וועג האָט אָנגעהויבן זוכן קאַמינסקיס טרופּע.

[1] — די פּיעסע האָט לכתחילה געהייסן „די ייִדישע אַקטיאָרן אינעם קליינעם שטעטל‟. שפּעטער מיט עטלעכע יאָר האָט דער מחבר אַ. קאַמינסקי איבערגעמאַכט דעם נאָמען אויף „ייִדישע אַקטיאָרן אויף דער רײַזע‟ און אָפּגעדרוקט זי אינעם זשורנאַל „ראַמאַן־צײַטונג‟ פֿון יאָר 1908.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s