נאָטיצן פֿונעם רעדאַקטאָר — 30

די ביינער ברעכן נישט פֿון היץ

אין ניו־יאָרק איז אין יענעם פֿעברואַר־טאָג געשטאַנען אַ פֿײַכטע גיפֿטיקע קעלט, וואָס האָט דורכגענומען אַלע ביינער. נאָך בערך דרײַ שעה פֿליִען מיטן עראָפּלאַן קיין פֿלאָרידע, האָט שוין איבערן קאָפּ געברענט די זון און איבערן לײַב האָט זיך צעגאָסן אַ געגאַרטע וואַרעמקייט.

באַגעגנט האָבן אונדז אונדזערע פֿרײַנד, די גאַסגעבערס. די אַן ערך דרײַסיק יאָר פֿון זייער אימיגראַציע־לעבן האָבן זיי אָפּגעהאָרעוועט אין ניו־יאָר; איצט, אַרויס אויף פּענסיע, האָבן זיי זיך געקויפֿט אַ דירה אין אַ שטעטל, וווּ מע קאָן וווינען נאָר פֿון 55 יאָר און עלטער. אין אַמעריקע איז עס גאָר אַ פֿאַרשפּרייטע שיטה בכלל, און בפֿרט אין פֿלאָרידע, אַן אָרט, וווּ די אַלטע ביינער ברעכן נישט פֿון היץ.

דאָס אָרט הייסט, דירפֿילד ביטש (Deerfield Beach) און סע געפֿינט זיך דרומדיק פֿון פּאַלם ביטש־געגנט. שוין פֿונעם נאָמען אַליין „הירשנפֿעלד‟, איז קלאָר, אַז אַמאָל האָבן זיך דאָרט געפּאַשעט סטאַדעס הירשן. מיר ווייסן דאָך גוט, אַז דאָרט, וווּ עס באַזעצט זיך דער מענטש, ווערט אַלץ ווייניקער אַנדערע לעבעדיקע באַשעפֿענישן. פֿון דעסטוועגן, זײַנען די פֿעלדער פֿאַרבליבן, און נישט ווייניק פֿאַרמערס האָבן געפֿירט דאָרט זייער ווירטשאַפֿט. אין די 1930ער יאָרן האָבן אַלץ מער טוריסטן אָנגעהויבן צו באַזוכן דעם „ביטש‟, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט מער „גרינגערע‟ געלטער, איידער די פֿאַרם־האָרעוואַניע.

אָבער נישט דאָס בין איך אויסן; אַראָפּגעוואָרפֿן אונדזערע ווינטערדיקע בגדים, האָבן מיר מיט דער פֿרוי, באַגלייט פֿון אונדזערע פֿרײַנד, אָנגעהויבן דעם ערשטן שפּאַציר איבער דעם שטעטל… ניין, נישט דירפֿילד. די הײַזער פֿונעם שטעטל „בני־חמישים פּלוס‟, ווי אונדזער פֿרײַנד האָט עס גערופֿן, און וואָס הייסט אויף ענגליש „סענטשערי ווילאַדזש איסט‟ — אַ פֿאַרמאַכטער שטח מיט באַוואַכטע טויערן, וווּ קיין פֿרעמדער קען אַהער נישט טרעפֿן.

00000IMG_00000_BURST20200217164200206_COVER
אַ ווינקל אין “קעמברידזש”־קוואַרטאַל

די צוויי־און פֿיר־גאָרנדיקע ווײַסע קאָטעדזשן ווערן פֿאַראייניקט צווישן זיך אין אייגענע וווין־קוואַרטאַלן מיט קלינגעוודיקע נעמען, ווי „ריטשמאַנד‟, „קעמברידזש‟, „בערקשיר‟, „אָקרידזש‟ און אַנדערע. יעדער אַזאַ קוואַרטאַל איז אָפּגעטיילט פֿונעם אַנדערן מיט שיינע סאַזשלקעס, וווּ עס באַלעבאַטעווען פֿון גאַנץ קאַיאָר אָן ווילדע ווענטקעס און ווײַסע צאַפּליעס. זיך אָנגעהערט וועגן דער קראָקאָדיל־אָנשיקעניש אויף פֿלאָרידע, האָב איך האַלב־ערנסט, האַלב־שפּאַסיק דערמאָנט וועגן דעם אויף אַ קול. מײַן פֿרײַנד האָט זיך צעלאַכט: „מײַן ערשטע פֿראַגע, ווען איך בין אַהער געקומען, איז געווען די זעלבע. — און צוגעגעבן: — די וואַך־לײַט בײַ די טויערן וועלן אַהער קיין קראָקאָדילן נישט אַרײַנלאָזן!‟

כּמעט אין מיטן פֿונעם ייִשובֿ שטייט דער ריזיקער בנין פֿונעם קלוב, געבויט אין אַ קאָלאָניאַל־סטיל. דאָרט געפֿינען זיך אַלע ספּאָרט־ און פֿאַרווײַל־זאַלן, ביבליאָטעק, פֿאַרמאַכטער און אָפֿענער שווימבאַסיינען, ווי אויך פֿאַרשיידענע שפּילערײַען, וואָס כ׳ווייס אַפֿילו נישט וואָס זייערע נעמען זײַנען. אַ חוץ דעם, געפֿינען זיך אויפֿן שטח נאָך 18 קלענערע שווים־באַסיינען. וואָס יאָ, קיין קראָמען און שפּײַז־ערטער, זעט מען אינעם ייִשובֿ נישט. סײַדן די איינציקע קאַפֿעטעריע, וואָס הייסט, „כּהנס רעסטאָראַן‟, און אַרבעט פֿון 8 אין דער פֿרי ביז דרײַ נאָך מיטאָג. און נאָך: צוויי גרויסע שילן גרענעצן מיטן ייִשובֿ, און ווי ס׳האָט מיר דערקלערט מײַן פֿרײַנד, פֿעלט דאָרט קיין מתפּללים נישט אויס.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳רובֿ פֿון דער באַיאָרטער באַפֿעלקערונג, וווינט דאָ נאָר אין די פֿיר־פֿינף קאַלטע חדשים. דעריבער איז נישט קיין חידוש, אַז די בירגער פֿון דער שכנישער קאַנאַדע פֿאַרנעמען אינעם ייִשובֿ דעם אויבנאָן.

מיט איין וואָרט, דאָס זקנישע קלאָגן זיך, אַז אויף דער עלטער ווערט שוין קעלטער, איז דאָ נישט פּאַסיק. עס איז פּשוט נישטאָ קיין צײַט זיך צו קלאָגן. דער סדר־היום פֿון אונדזערע פֿרײַנד איז אָנגעפּיקעוועט מיט כּל־מיני אונטערנעמונגען, דהײַנו: נאָכן פֿרישטיק לויפֿן זיי אין „קלוב‟; ער צו זײַנע ספּאָרט־געניטונגען אויף פֿאַרשידענע מאַשינען, און זי — אין שווים־באַסיין מאַכן וואַסער־גימנאַסטיק, באַגלייט מיט מוזיק. נאָך דעם, שפּילט זי „פּינג־פּאָנג‟ און ער — „פּיקלבאָל‟… מיר האָבן געמוזט זיי נאָכלויפֿן און נאָכמאַכן… אַ קיצור, פֿאַר נאַכט, נאָך צוויי שעה שפּילן אין ביליאַרד, זײַנען מיר מיט מײַן פֿרוי שוין געפֿאַלן פֿון די פֿיס. און אַזוי כּמעט די גאַנצע וואָך… צום סוף פֿון אונדזער באַזוכן דאָס שטעטל „חמישים פּלוס‟, האָבן מיר שוין אונדזערע ביינער נישט געפֿילט. זיי האָבן דערמאָנט אין זיך, ווען דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט אין ניו־יאָרק…

ברוקלין, ניו־יאָרק, פֿעברואַר 2020

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s