משה לעמסטער
די יוגנט־חלומות
מיטן מיידל יונגן אויפֿגעוואַכט,
דאָס ערשטע מאָל מיט איר אין איינעם,
און דערמאָנט זיך, אַז אַ גאַנצע נאַכט
געזען האָב איך חלומות שיינע,
פֿילקאָלירטע, ריינע ווי אַ טרער,
פֿולע בלויז מיט פֿרייד און וווּנדער.
אַזוינע ניט געזען מיט קיינעם מער
נאָר מיט איר, מיט יענעם מיידל יונגן.
כ’ווייס ניט, וווּ זי איז ערגעץ הײַנט,
אין נעפּל איז איר פּנים ווײַט געבליבן…
נאָר מיט יענע חלומות מײַן יוגנט שײַנט
חלומות, פֿון פּלאַנעטע ליבע…
מײַנע ליבעלידער
מײַנע ליבעלידער,
ווי אַ בוקעט פֿון קווייטן
פֿון אַ פֿרײַען פֿעלד,
צי אַ גרינעם טאָל.
כ’שענק זיי הײַנט די פֿרויען,
מיט וועמען זיך צעשיידן,
וועלכע איך האָב ליב געהאַט,
פֿֿאַרליבט געווען אַ מאָל.
מײַנע ליבעלידער
אויכעט אָנדענק־ליכטלעך,
זייער יעדער פֿלעמל
ענלעך אויף אַ טרער.
נאָך די פֿרויען ליבע
מײַנע ליכטלעך־לידער —
פֿרויען, וואָס זיי האָבן
צו פֿרי פֿאַרלאָזט די ערד.
מײַנע ליבעלידער,
ווי אַ קראַנץ פֿון תּפֿילות,
צו גאָט וואָס האָט באַשאַפֿן,
אַזאַ האַרץ און זעל.
זיי האָבן אויסגעהאַלטן
די פֿלאַמיקע געפֿילן
צו פֿרויען, וואָס באַשײַנט
האָבן מײַן לעבן העל.
ליבע און די חטאָים
פֿאַר דעם אייבערשטן וועל איך שטיין געפּלעפֿט
ער וועט בלעטערן ניט אײַליק
מיט מײַנע חטאָים דאָס דינע העפֿט,
די אַמאָליקע חטאָים מײַנע.
ער ווײַזט מיר דאָס זײַטל דאָס ערשטע,
איך זאָג אים: „אמת, פֿאָרט,
נאָר איך בין דאָך דעמאָלט, הערשער,
פֿאַרליבט געוועזן ביז גאָר!‟
וועט מיר זאָגן גאָט:
„כ’האָב געוווּסט פֿון די שטערן דײַן סוד.‟
ער ווײַזט מיר דאָס צווייטע זײַטל,
איך טענה ווידער: „אמת, פֿאָרט,
נאָר איך בין אין יענע צײַטן
פֿאַרליבט געוועזן ביז גאָר!‟
וועט מיר זאָגן דער אָבֿינו מלך:
„דאָס פֿלעג מיר אַ מאָל די לבֿנה דערציילן.‟
ער ווײַזט מיר דאָס זײַטל, דאָס דריטע,
איך נאָך אַ מאָל שטיל: „אמת, פֿאָרט,
נאָר איך בין דאַן געווען אַ פֿאַרליבטער,
אַ פֿאַרליבטער געוועזן ביז גאָר!‟
וועט מיר זאָגן דער טאַטע ליבער:
„כ’האָב געוווּסט דאָס פֿון דײַנע לידער.‟
דערנאָך דאָס העפֿט מיט די חטאָים
וועט ער פֿאַרמאַכן און רעדן געהיט:
„יענץ מיידל מיט די אויגן בלויע
האָט דיך ניט געהאַט דאָך ליב!‟
וועל איך אים ענטפֿערן: „זיסער טאַטע,
„כ’האָב געוווּסט דאָס, געוווּסט דאָס אַוודאי…‟
גאָט וועט מיר ווײַזן אַ טיר אַ ווײַסע
אַ שמייכל וועט שײַנען אויפֿן געזיכט.
דאָס העפֿט אויף שטיקלעך וועט ער צערײַסן…
איך עפֿן די טיר — אַ שטראָם מיט ליכט!