דריגען
לעצטנס. האָב איך אָנגעטראָפֿן אויף אַזאַ זאַץ: „ער איז געװען אַזױ אין כּעס, אַז ער האָט על־פּי טעות אַ דריגע געטאָן דאָס ייִנגעלע.‟ געמיינט האָט דער מחבר, אַ שטופּ געטאָן, אַ שטויס געטאָן, אָבער קיין מאָל נישט — אַ דריגע געטאָן. דער ווערב דריגען, אַ דריגע טאָן ווערט באַנוצט נאָר בנוגע דעם אייגענעם גוף און קאָן נישט ווירקן אויף אַן אַנדער אָביעקט. למשל, „דער באַלעגאָלע האָט אַ שמײַס געטאָן דאָס פֿערד מיט דער בײַטש, אָבער זי האָט זיך פֿון אָרט נישט גערירט, אַפֿילו נישט אַ דריגע געטאָן מיטן עק…‟ אָדער: „דאָס מיידעלע איז געזעסן אויפֿן גאַנעק און געדריגעט מיט די פֿיס.‟
מע קאָן נישט אַ דריגע טאָן אַ צווייטן! אמת, ווי אַ פּעול־יוצא, אַ רעזולטאַט פֿונעם דריגען, קאָן לײַדן אַ צווייטער. דעריבער וואָלט דער דערמאָנטער אויבן זאַץ, געזאָלט אויסזען בערך אַזוי: „ער איז געװען אַזױ אין כּעס, אַז ער האָט על־פּי טעות אַ דריגע געטאָן מיטן פֿוס און דאָס ייִנגעלע איז געפֿאַלן.‟
בוצקען זיך
דאָס וואָרט „בוצקען‟ האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט נאָך גאָר אַ ברעקל. כ׳האָב עס נישט פֿאַרשטאַנען מיטן קאָפּ, נאָר מיטן קאָפּ דערפֿילט. דער טאַטע האָט מיך אַוועקגעזעצט צו זיך אויף די קני, אָנגעכאַפּט פֿאַר די הענטלעך און אָנגעהויבן אָנצורוקן אויף מיר זײַן קאָפּ. דערבײַ האָט ער צוגעזונגען: „באַראַם־באַראַם־בוץ!‟ — נאָכן לעצט וואָרט האָב איך דערפֿירט ווי ער רירט זיך לײַכט צו מיט זײַן שטערן צו מײַן שטערן. נאָך צוויי־דרײַ מאָל האָב איך זײַן שפּיל געכאַפּט און, ווען ער, צוזינגענדיק זיך, האָט אַ נייג געטאָן דעם קאָפּ צו מיר, האָב איך זיך אַ וואַרף געטאָן אים אַנטקעגן מיט מײַן קעפּל. נאָכן „בוץ‟ — האָב איך זיך צעוויינט, און דער טאַטע, נעבעך, האָט זיך געריבן זײַן רויט געוואָרענע נאָז…
„בוצקען‟, מיינט, אַ זעץ טאָן מיטן קאָפּ — און נאָר מיטן קאָפּ, ווי עס טוען די צאַפּיקלעך. יעדער געדענקט, אַוודאי, דאָס מעשׂהלע וועגן די צוויי אײַנגעשפּאַרטע צאַפּיקלעך. זיי האָבן זיך געטראָפֿן אין מיטן אַ שמאָל בריקל און איין צאַפּיקל האָט נישט געוואָלט דורכלאָזן דאָס צווייטע, ביז זיי האָבן זיך צונויפֿגעבוצקעט, אָנשטעלנדיק איינער אַנטקעגן דעם צווייטן די הערנערלעך, און ביידע אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם בריקל אין וואַסער אַרײַן. פֿונעם וואָרט „בוצקען‟ קומט אַרויס דאָס וואָרט „צעבוצקען‟ און מיינען מיינט עס, זיך צעקריגן.
אַ מיל, אַ מאָל…
אַ לייענערין פֿון „ייִדיש בראַנזשע‟ האָט צוגעשיקט אַ בריוו, וווּ זי דערמאָנט זיך, אַז איר באָבע ע״ה פֿלעגט יעדע מעשׂה אָנהייבן נישט ווי עס פֿירט זיך: „אַ מאָל, אַ מאָל…‟, נאָר „אַ מיל, אַ מאָל…‟. דעם אמת געזאָגט, האָב איך ביז אַהער אַזאַ „אָנהייב‟ פֿון אַ מעשׂהלע קיין מאָל נישט געהערט. עס קאָן זײַן, אַז די לייענערין האָט עס פֿאַרגעדענקט „פֿאַרקריפּלטערהייט‟, עס טרעפֿט זיך נישט זעלטן אַזוינס; און אפֿשר האָט איר באָבע עס אַליין אַזוי „פֿאַרדרייט‟. עס קלינגט דאָך שיין: „אַ מיל, אַ מאָל, ווען די באָבע איז געווען אַ מויד…‟ — כ׳וואָלט געזאָגט, פּאָעטיש… עס מאָלט זיך באַלד אַן אַלטע מיל בײַם טײַך, וווּ דער מילנער זינגט זיך שטיל צו זײַן אומעטיקע ליד אונטערן זשום פֿון וואַסער:
אוי, וויפֿל יאָרן זײַנען פֿאַרפֿאָרן,/ זינט איך בין מילנער אָט־אָ דאָ. / די רעדער דרייען זיך / די יאָרן גייען זיך / איך בין שוין אַלט און גרײַז, און גראָ…
שיקט אַרײַן, טײַערע לייענער, אײַערע פֿראַגעס און דערמאָנונגען. לאָמיר זיי אין איינעם אַרומטראַכטן און זיך מיט זיי פּאַסמאַקעווען.
מיט האַרציקע גרוסן,
לאַפּסוס־קאַקטוס