מיכאל דונאַיעווסקי
ווירטשאַפֿטלעכער און געזעלשאַפֿטלעכער אויפֿבלי
רודאָלף דער צווייטער (1611-1576), וואָס האָט געהאַט אַ גאָר אויסטערלישן כאַראַקטער, ליב געהאַט אַלצדינג, וואָס איז געווען משונה-מאָדנע, איז אויך זיכער געווען פֿאַרכּישופֿט פֿון ייִדן און ייִדישן גלויבן. ער האָט געטאָן מעשׂים־טובֿים פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון סאַמע אָנהייב זײַן רעגירונג. בעתן באַשטעטיקן אַלע פֿריִערדיקע פּריווילעגיעס, האָט רודאָלף צוגעזאָגט די ייִדן, אַז זיי וועלן ניט אַרויסגעטריבן ווערן נישט בלויז פֿון פּראָג, נאָר אויך פֿון אַנדערע שטעט און שטעטלעך אין בעמען און מערן.

אין יאָר 1585 האָט ער באַשטעטיקט, אַז די ייִדישע געטאָ ווערט אונטערגעאָרדנט נאָר דעם קייסערס געריכט; דאָס הייסט, אַז די ניט-ייִדישע שטאָט-באַאַמטע האָבן אויטאָמאַטיש פֿאַרלוירן זייער מאַכט צו מישפּטן די ייִדן און צו באַשטימען אַנדערע זאַכן, וואָס שייך דער אָרטיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג און זייער לעבנס-שטייגער בכלל. און דער עיקר, האָט ער לעגאַליזירט, הגם ניט אין גאַנצן, דעם האַנדל מיט סחורה פֿון בעמישע ייִדן, וואָס איז ביז דעמאָלט אָפֿיציעל פֿאַרווערט געווען. אין יאָר 1599 האָט רודאָלף אַפֿילו באַפֿרײַט די ייִדישע שטאָט (פּראָגער ייִדישע געטאָ) פֿון שטײַערן און פֿון צאָלן לטובֿת ניט-ייִדישער פּראָג און… מיט צוויי יאָר שפּעטער — גענומען פֿאַרטיידיקן די ייִדישע שטאָט אויך פֿאַר ניט-ייִדישע מלאָכה-פּראָפֿעסיאָנעלע צעכן — פֿאַראיינען, וואָס האָבן אין יענער תּקופֿה געהאַט אין אייראָפּע בכלל זייער אַ מערקווערדיקע השפּעה און רעכט, וואָס שייך שטעט־אָנפֿירונג.
ווײַזט אויס, בײַם סוף 16 י״ה האָבן ייִדן געהאַט אויף זייער צד דעם קייסערס הויף און טיילווײַז דעם אַדל, צוליב זייערע בשותּפֿותדיקע געשעפֿטס-אינטערעסן. אַ מערערע יורידישע זיכערהייט, באַשטעטיקט מיטן קייסערס עדיקט, ווי דאָס באַפֿרײַען פֿון האַנדל, מער רעכט אינעם רעגירן געטאָס — דאָס אַלץ האָט געבראַכט דערצו, אַז דאָס ווירטשאַפֿטלעכע און געזעלשאַפֿטלעכע לעבן פֿון די בעמישע און מערישע ייִדן האָט זיך אַזוי סטאַביליזירט און ווײַטער זיך אַנטוויקלט אָן גרויסע שינויים אַזש ביז דער דרײַסיק-יעריקער מלחמה.
מע קען זיכער זאָגן, אַז די דאָזיקע תּקופֿה איז פֿאַר דער ייִדישער פּראָגער שטאָט געווען די מערקווערדיקסטע אין איר גאַנצער געשיכטע!
נאָך אין 1567 איז די ייִדישע שטאָט במשך פֿון אַ פּאָר צענדליקער יאָר געוואָרן „אַ האַנדל-אימפּעריע‟, ווי אויך דער גרעסטער צענטער פֿונעם ייִדישן ייִשובֿ אין גאַנץ אייראָפּע. די עקאָנאָמיש שטאַרקע געטאָ איז דעמאָלט געוואָרן איינער פֿון די אַשכּנזישע צענטערס, אַזאַ מין הויפּט-שטאָט פֿון ייִדן אין גלות אין יענער צײַט.
אין דער פּראָגער ייִדישער שטאָט זענען געווען באַוווּסטע ישיבֿות, דאָרט האָבן געאַרבעט און געלעבט באַקאַנטע רבנים, וויסנשאַפֿטלערס, טוערס, שטדלנים און פּרנסים; זיך געפֿונען באַרימטע ביז הײַנט צו טאָג ייִדישע דרוקערײַען, עס איז געגרינדעט געוואָרן, למשל, אַ נײַער מין פֿון חבֿרא-קדישא, און נאָך יאָרן שפּעטער פֿלעג מען רופֿן די דאָזיקע תּקופֿה ווי די „גאָלדענע צײַט‟ פֿון בעמישער העברעיִשער ליטעראַטור.
וועגן דער דאָזיקער תּקופֿה קען מען לאַנג שרײַבן. צום באַדויערן, מוז איך עס אָבער מאַכן אין קורצן.

ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, למשל, דעם ייִדישן געשעפֿטסמאַן, באַנקיר און הויפֿס־ייִד מרדכי בן שמואל מײַזל (1528־1601). ער האָט געשטאַמט פֿון אַ משפּחה, וואָס איז דערמאָנט געוואָרן נאָך אין פּראָגער פּינקסי-קהילה אין יאָר 1477. פֿון יאָר 1576 איז מײַזל געווען אַ גבאי, שפּעטער איז ער געוואָרן דער ראָש-הקהל. זײַנע פֿונקציעס, מוז מען באַטאָנען, האָט ער אויסגעפֿירט אין די קריטישע צײַטן פֿאַר דער געטאָ; צום מערסטן, אַ דאַנק אים, איז געלונגען געוואָרן צו סטאַביליזירן דעם מצבֿ אין דער געטאָ נאָכן יאָר 1564. אַ דאַנק אים, האָבן זיך קיין פּראָג אומגעקערט רײַכע ייִדישע פֿאַמיליעס. דאָס איז געווען זייער וויכטיק, ווײַל דער גרעסטער עול פֿון שטײַערן, פֿאַרשיידענע צאָלונגען, סאָציאַלער הילף איז תּמיד געלעגן אויף זייערע פּלייצעס, און זיי זענען געווען דער באַוועגונג-מאָטאָר פֿאַרן גרויסן מיסחר, וואָס האָט געקענט שטעלן די געטאָ-עקאָנאָמיע אויף די פֿיס.
אונטער זײַן אָנפֿירונג האָט די געטאָ באַקומען אַ סך גרעסערע אומאָפּהענגיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע צײַטן; מיט זײַן נאָמען זענען פֿאַרבונדן ס׳רובֿ מערקווערדיקסטע געבײַדעס, וואָס זענען דעמאָלט אויפֿגעבויט געוואָרן אין דער געטאָ.
מײַזלס בנינים האָבן זיך קאָנצענטרירט אַרום דעם אַלטן ייִדישן בית-עולם און דער אַלט-נײַער שיל אין מיטן פֿון דער ייִדישער שטאָט אין פּראָג. מײַזל האָט זיך באַטייליקט אינעם אויפֿבויען דעם ייִדישן נײַעם ראַטהויז. אויף זײַנע אייגענע הוצאָות האָט ער אויפֿגעבויט די הויכע שיל אין דעם ראַטהויז און אַן אַנדער שיל, וואָס וועט שפּעטער טראָגן זײַן נאָמען ווי מײַזל-שיל. במשך פֿון הונדערטער יאָרן איז די מײַזל־שיל געווען די פּרעכטיקסטע שיל אין דער גאַנצער ייִדישער שטאָט בכלל. אַ חוץ דעם, האָט ער אויפֿגעבויט אַ שפּיטאָל פֿאַר אָרעמע־לײַט, אַ באָד, אַ מיקווה און דרײַ אַזוי גערופֿענע קלויזן. אין איינער פֿון די קלויזן האָט עקזיסטירט די באַרימטע ישיבֿה פֿון מהר״ל.

מײַזל איז געווען אַ ברויטגעבער פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט און פֿון אַ סך חבֿרות; אויפֿגעבויט אַ הויז פֿאַר אַ חבֿרא-קדישא, געקויפֿט ערד און דערמיט גרעסער געמאַכט דעם שטח פֿונעם בית-עולם, אונטערגעשטיצט פֿינאַנציעל שפּיטאָלן, שולן פֿאַר קינדער און הקדשים, אַפֿילו אויף אייגענע הוצאָות האָט ער אויסברוקירט די גאַסן אין דער געטאָ. ער האָט אַ סך געהאָלפֿן די ייִדישע אײַנוווינערס מיטן באַקומען הלוואָות אָן פּראָצענטן און דערמיט סטאַביליזירט דעם עקאָנאָמישן מצבֿ אין דער געטאָ. גרויסע געלט־מתּנות האָט ער אַוועקגעשיקט אין אַנדערע פֿרעמדע ייִדישע ייִשובֿים ווי פּויזן, קראָקע, ירושלים און וכדומה. ווי אַ פּאָליטיקער, באַנקיר, מעצענאַט האָט ער זיך באַמיט אַרײַנצוברענגען אין לעבן פֿון דער פּראָגער ייִדישער שטאָט נײַע הומאַניסטישע מחשבֿות, אידעען פֿון רענעסאַנס.
המשך קומט