יעווגעני קיסין
דער בייזער האַרבסטיקער װינט האָט אַראָפּגעריסן סײַ די בלעטער פֿון די בײמער, סײַ די צײַטונגען מיט ברעזשנעווס פֿאָטאָגראַפֿיעס, צוגעשפּיליעט צו די סטענדן. די גאַנצע פֿאָריקע נאַכט ביז אין דער פֿרי האָט גערעגנט און די כמאַרעס האָבן נאָך באַדעקט דעם גרעסטן טײל הימל; נאָר די זון האָט זיך דורך זיי ווי דורכגעריסן, אַ מאָל פֿאַרשװינדנדיק, אַ מאָל באַװײַזנדיק זיך װידער.
סעריאָזשע לוואָוו האָט געשפּרײַזט איבער יד פֿײַכטע ליקלעך אינעם צענטער פֿון מאָסקװע, קײַענדיק אַ בוטערבראָד מיט קאָלבעס. דער שפּאַציר זײַנער האָט געדױערט בלױז עטלעכע מינוט, נאָר ער האָט געפֿילט, אַז פֿאַר די געציילטע מינוטן האָט ער ווי אױף ס’נײַ איבערגעלעבט זײַן גאַנץ לעבן ,כאָטש אין דער אמתן, זײַנען בײַ אים אין קאָפּ װידער אַ מאָל און אָבער אַמאָל דורכגעפֿלױגן בלױז די געשעענישן פֿון די לעצטע װאָכן.
יאָ ,אין די לעצטע עטלעכע װאָכן האָט ער אַ סך איבערגעטראַכט ,מער, דאַכט זיך, װי פֿאַר אַלע זײַנע זיבעצן יאָר .אַלץ האָט זיך אויף אים אַרויפֿגעװאַלגערט אומדערװאַרט און גיך, אײנס נאָכן אַנדערן…
אױף דער אַנדערער זײַט ליקל האָט ער באַמערקט גיין אַ הױכע, שלאַנקע בלאָנדינקע, אָנגעטאָן אין אַ מאָדישן רעגנמאַנטל ,דורך װעלכן ס’האָבן זיך ןעזעגנאָ די רײצנדיקע קאָנטורן פֿון אירע בריסט. איז עס טאַקע די זעלבע פֿרוי ,װאָס ער האָט באַגעגנט אינעם גאָרקי–פּאַרק דעם לעצטן טאָג פֿון די זומער–קאַניקולן? אין דעם איז ער דווקא ניט געווען זיכער, װײַל אױף יענער פֿרױ האָט ער געקוקט נאָר אײן רגע — און איז באַלד אַראָפּגעפֿאַלן פֿונעם ראָװער. גראָד איבער דעם פֿאַלן האָט זיך אַלץ גענומען, װײַל ער האָט זיך דאַן צעבראָכן די רעכטע האַנט.
ניט געקוקט אױפֿן װײטיק, װאָס איז אױפֿן אַנדערן טאָג געװאָרן שטאַרקער ,האָט סעריאָזשע זיך צו קײן דאָקטער ניט געװאָנדן און איז געגאַנגען אין אינסטיטוט. פֿון דעסטװעגן, שױן בײַם אָנהײב פֿון דער ערשטער לעקציע האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז ער קאָן ניט שרײַבן. גלײַך נאָך די לעקציעס האָט סעריאָזשע זיך געלאָזט אינעם שפּיטאָל אױף סקליפֿאָסאָװסקיס נאָמען. געדאַרפֿט האָט ער גײן אין טראַװמעדפּונקט בײַם אינסטיטוט — און אַלץ װאָלט, מעלגעך, געװען אין אָרדענונג .ווער האָט אָבער געקאָנט וויסן אָדער אַפֿילו זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַלץ וועט זיך אַזוי מיאוס אויסדרייען?! פֿון דאָרט איז ער שוין אַרױס מיט דער רעכטער האַנט אין גיפּס. געקומען אין אינסטיטוט אױפֿן צװײטן טאָג, האָט סעריאָזשעז יך אַוועקגעזעצט אין דער ערשטער רײ אין סאַמע צענטער, כּדי ניט דורכצולאָזן קײן אײן װאָרט דעם לעקטאָרס, װי באַלד פֿאַרשרײַבן װעט ער עס ניט קאָנען.
דער ערשטער לעקטאָר, פֿיאָדאָר סטעפּאַנאָװיטש, האָט אױף אים געקוקט עפּעס מאָדנע און געשמאָכט אין זײַנע װאָנצעס, נאָר גאָרנישט ניט זעזאָגט .דער צװײטער לעקטאָר, סעמיאָן איסאַאַקאָװיטש ,האָט געקוקט אױף אים מיט אומעטיקע אױגן ,אַ לײַכטן זיפֿץ געטאָן און אױך קײן װאָרט ניט אַרױסגערעדט. װען ס’איז אָבער געקומען צו דער לעקציע פֿון געשיכטע וועגן דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ ,האָט סעריאָזשע דערהערט אין זײַן זײַט ווי דער פּראָפֿעסאָר, פּיאָטר איװאַנאָװיטש קלושקאָװ, האָט בייז אויסגעצויגן די ווערטער:
— אַהאַ-אַ-אַ ,ס’הײבט זיך שוין װידער אָן…
אַ שװערלײַביקער מיטלװוּקסיקער מאַנצביל פֿון מיטעלע יאָרן ,אָנגעטאָן אין אַ שטרענג–פּראָסטן שװאַרצן אָנצוג מיט אַ האַלדזטוך ,האָט ער געברומט ווײַטער:
— איז אָט, יונגער–מאַן ,אָדער איר הערט גלײַך אויף די דאָזיקע זאַך ,אָדער אַרױס פֿון מײַן לעקציע!
דעמאָלט האָט סעריאָזשע צום ערשטן מאָל אין לעבן אױסגעפּרוּװט אױף זיך ,װאָס עס מיינט דער רוסישער אױסדרוק: „דערװײַז ,אַז דו ביסט ניט קײן קעמל!‟ — וואָס פּלוצעם האָט דער פּראָפֿעסאָר זיך צו אים צוגעטשעפּעט?
דאָס אַלץ איז געשען שבת .מאָנטיק ,קומענדיק אין אינסטיטוט ,האָט אים אין הויף באַגעגנט זײַן חבֿר מישע רױזמאַן .יענער האָט אָנגעוויזן מיטן בליק אויפֿן גיפּס און אַ פֿרעג געטאָן:
— האָסטו ,זע איך ,טאַקע באמת צעבראָכן די האַנט?
— נו יאָ!— האָט אונדזער העלד געענטפֿערט ,ניט אַנהײבנדיק צו פֿאַרשטײן, װאָס מיינט מישע מיט זײַן פֿרעגן .
װי סעריאָזשע זאָל אָבער ניט געווען בעטן מישען ,אַז יענער זאָל אים פֿאָרט דערקלערן זײַנע ווערטער ,האָט מישע נאָר צוגעשמייכלט אונטער דער נאָז און געמאַכט אַ שווײַג .שוין שפּעטער, װען די גאַנצע מעשׂה האָט זיך פֿאַרדרײט ,האָט סעריאָזשע זיך פּלוצעם דערמאָנט ,אַז יענעם שבת ,װען ער האָט זיך צום ערשטן מאָל געהאַט געיאַװעט אין אינסטיטוט מיט דער פֿאַרגיפּסעװעטער האַנט און דערזען מישען ,איז יענעמס רעכטע האַנט אויך געװען פֿאַרבאַנדאַזשירט. דערבײַ האָט אים מישע כיטרע אַ װוּנק געטאָן .ווי אַן ענטפֿער ,האָט אים סעריאָזשע צוריק אַ װוּנק געטאָן ,ווי געמיינט צו זאָגן: „צוויי שלימזלניקעס!‟
… די זון האָט זיך װידער באַהאַלטן הינטער דער גרױסער כמאַרע ,און עס האָט זיך געדוכט ,אַז אָט-אָט װעט אָנהײבן רעגענען .סעריאָזשע האָט אָבער נאָך פֿון קינדווײַז אָן געװוּסט ,אַז כמאַרעס און רעגנס זײַנען צײַטװײַליק ,נאָר די זון אין הימל באַלעבאַטעוועט אײביק ,אַפֿילו דעמאָלט ,װען ס’איז נאַכט .איצט האָט ער געטראַכט: װאָס ס’זאָל ניט געשען אין זײַן לעבן ווײַטער ,זאָל ער אַפֿילו מוזן פֿאַרלאָזן זײַן אײגענע שטאָט ,װעט מען בײַ אים סײַ װי ניט קאָנען אָפּנעמען די זון, דעם הימל ,די לופֿט — פּונקט אַזױ ,װי מע װעט ניט מסוגל זײַן לאָזן אים אָן זײַנע באַליבטע ביכער–העלדן ,זײַן ערשטן קוש ,זײַנע אײגענע און פֿרײַנד .כאָטש װאָס שײך די פֿרײַנד ,קאָן מען ,פֿאַרשטײט זיך ,ניט זײַן אַזױ זיכער ,באַזונדערס אין דער איצטיקער סיטואַציע .בלױז די צײַט און די אױספּרוּװן װעלן װײַזן ,װער זײַנען זײַנע עכטע פֿרײַנד און װער — ניט .צוריק געדערט, האָט ער מצד זײַנע פֿרײַנד — סײַ ייִדן און סײַ ניט–ייִדן קײן שום ענדערונגען אין זײערע צווישנבאַציִונג דערווײַל ניט באַמערקט .
סעריאָזשע האָט געקײַט זײַן בוטערבראָד און זיך דערמאָנט: בלױז עטלעכע טעג זײַנען פֿאַרבײַ, וואָס מע האָט אים אַראָפּגענומען דעם גיפּס, ווען שורקע נאָסאָװ, דער קאָמיוג–סעקרעטאַר פֿונעם קורס, האָט נאָך דער לעצטער לעקציע געמאָלדן: „מיר האָבן הײַנט אַ קאָמיוג־פֿאַרזאַמלונג!‟ פֿאַרבײַגייענדיק סעריאָזשען, האָט ער אַ וואַרף געטאָן:
— װאָס שמייכלסטו? גראָד דיך װעט מען הײַנט באַהאַנדלען!
— װאָס איז דאָ מיך צו באַהאַנדלען? — האָט סעריאָזשע געפֿרעגט, ביז גאָר פֿאַרחידוש.
— װײסט אַלײן, װאָס! אָט גײסטו אַרום מיטן גיפּס אויף דער האַנט, און אָט זעט מען דיך זיך דרייען לעבן דער סינאַגאָגע…
סעריאָזשע האָט אַפֿילו ניט געדענקט, װען האָט אַזוינס געקאָנט זײַן און ווען האָט ער בכלל געהערט דאָס װאָרט, „סינאַגאָגע‟.
איצט ,אױף דער פֿאַרזאַמלונג ,װען ער האָט אָן דערפֿאָלג געפּרוּװט איבערצײַגן אַלעמען ,אַז אין קײן סינאַגאָגע איז ער קײן מאָל אין לעבן ניט געװען, האָט זיך אַרױסגעװיזן גאָר אַזױנס ,װעגן װאָס ער האָט שױן קײן מינדסטע אַנונג ניט געהאַט:ונײַהד , זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געװױנט בלױז עטלעכע מינוט גאַנג פֿון דער כאָרשול.
אומגעקערט זיך אַהײם, האָטס עריאָזשע געפֿרעגט בײַ די עלטערן ,צי זיי האָבן עס געװוּסט .יאָ ,געװוּסט ,נאָר אַלײן פֿלעגן זיי אַהין ניט גײן, און עס איז זײ קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן צו דערצײלן דאָס זייער זון .פֿון דעסטװעגן ,האָט עמעצער מיט עטלעכע טעג פֿריִער דערזען סעריאָזשען ערגעץ אױף אַ דערבײַיִקער גאַס…
מסירות קומען שטענדיק אָן צו דער צײַט, ווײַל מע דערוואַרט זיי. אינעם אינסטיטוט, וווּ סעריאָזשע לוואָוו האָט זיך געלערנט, האָט מען, אַ פּנים, זייער אַרויסגעקוקט אויף אַזאַ מין מסירה, און דווקא סעריאָזשע איז געפֿאַלן פֿון איר אַן אומזיסטיקער קרבן.
צום ערשטן מאָל אין לעבן האָט סעריאָזשע זיך אָנגעטראָפֿן אױף אַזאַ אומרעכטרע . איז אױפֿגעבראַכט געװאָרן ,אָנגערופֿן זײַנע באַשולדיקער „ליגנערס‟ און „אַנטיסעמיטן‟ — ,דערמיט האָט ער נאָך מער צעבײזערט און אױפֿגעהעצט זיי קעגן זיך…
גלײַך נאָך דער פֿאַרזאַמלונג האָט ער זיך געאײַלט אינעם שפּיטאָל, האָפֿנדיק צו באַקומען אַ ספּראַװקע ,אַז ער האָט זיך געהאַט אױף אַן אמתן צעבראָכן אַ האַנט. ס’האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן ,אַז די דאָקטערין, װאָס האָט אים געלייגט און אַראָפּגענומען דעם גיפּס ,איז מיט אַ טאָג פֿריִער אַװעק אין אַ דעקרעט–אורלױב .ער האָט אַ פּרוּװ געטאָן איבערצײַגן די דאָקטערין ,װאָס האָט זי פֿאַרביטן, אים צו העלפֿן ,ווי נאָר ער האָט רעבאָ דערמאָנט צוליב וואָס ער דאַרף די דאָזיקע ספּראַווקע, האָט יענע זיך דערשראָקן און זיך אָפּגעזאָגט צו רײדן מיט אים װײַטער… דער סוף איז געווען, אַז סעריאָזשע לוואָוון האָט מעןפֿ ון קאָמיוג אױסגעשלאָסן ןסילשסיוא ךיוא םיא לאָז עמ טאַנאַקעד ןיא ןדנאָוועג ךיז ןוא פֿונעם אינסטיטוט...
די מאַמע האָט געהאַט אַ היסטעריק: אין עטלעכע חדשים אַרום װעט סעריאָזשע װערן אַכצן יאָר אַלט , און ביוא מע װעט אים אויסשליסן פֿונעם אינסטיטוט, פֿאַרנעמט מען אים דאָך באַלד אין דער אַרמײ ,טראָד ןוא ;װי זי האָט געהערט, שלאָגט מען יד ייִנגערע סאָלדאַטן אָן רחמנות…
— נו ,פֿאַר װאָס גלײַך שלאָגן — !?האָט דער טאַטע אַ פּרוּװ געטאָן צו באַרויִקן די מאַמע — ,איך האָב א ךיוגעדינט אין דער אַרמײ צוויי יאָר, און קײנער האָט דאָרט קײנעם ניט געשלאָגן.
ער האָט עס געזאָגט בלױז צו באַרויִקן זײַן פֿרױ, װײַל אַליין האָט ער גוט געװוּסט, אַז מיט עכעלטע און צװאַנציק יאָר צוריק, ווען ער איז געשטעלט געוואָרן צום פּריזיוו, זײַנען די זיטן אין דער אַרמײ געװען אַנדערע. הײַנט איז דאָס שלאָגן אַ „גרינעם סאָלדאַט‟ אַ פֿאַרשפּרייטע פּראַקטיק.

גאַנצענע אָװנטן נאָך דער אַרבעט האָבן די עלטערן אַרומגערעדט, צו װעמען פֿון די װײַטע קרובֿים זײערע װאָלט מען געקאָנט סעריאָזשען אָפּשיקן אױף אַ יאָר, און װער װאָלט נאָך דעםג עקאָנט העלפֿן אים„ אַרײַנדרייען‟ אין אַ הױכשול ערגעץ–װוּ ,װאָס װײַטער פֿון מאָסקװע ןײַז לאָז — אין מיטל–אַזיע רעדאָ אין סיביר, אױפֿן װײַטן צפֿון — אַבי אױסמײַדן די אַרמײ…
װאָס שייך סעריאָזשען אַלײן, איז ער די ערשטע עטלעכע טעג נאָך דער פֿאַרזאַמלונג ןעגנאַגעגמוראַ װי אין אַ הינער-פּלעט. דערנאָך האָט אים באַהערשט עפּעס אַ געמיש פֿון פֿאַרצװײפֿלונג ,בײזקײט און אַ פֿאַרלאַנג צו לעבן און האָבן הנאה פֿונעם לעבןעיכהלוצ ףיוא ,ס אַלעמען! אים איז שױן געוואָרן אַלץ אײנס,יימראַ רעד ןיא ןעניד ןייג יצ צי אַנטלויפֿן קיין סיביר. ער האָט באַשלאָסן ,אַז אױב אַזױ ,זאָל ער כאָשט באַזוכן די סינאַגאָגע צו פֿאַרשטיין, מיט וואָס האָט ער אַזוי געזינדיקט?! ער האָט זיך אויך דערוווּסט, טאַקע פֿון זײַן חבֿר מישע רויזמאַן, אַז בײַ דער כאָרשול איז פֿאַראַן אַ לערן-אַנשטאַלט, איז אפֿשר װעט מען אים אַהין אָננעמען ?װאָס האָט ער שוין איצט צו פֿאַרלירן?
סוף־כּל־סוף, האָט זיך אויך אַנטפּלעקט מישעס סוד; יענער האָט אים דערציילט, אַז ער איז געוואָרן פֿרום, דאָס הייסט, אַ בעל־תּשובֿה, און אַז ער איז נישט דער איינציקער אַזאַ אינעם אינסטיטוט.
— פֿאַרשטייסט, פֿרומע ייִדן טאָרן ניט שרײַבן שבת… — מישע האָט זיך אַרומגעקוקט און זיך נאָך מער אָנגעבויגן צו סעריאָזשעס אויער, — דערפֿאַר קומען יד פֿרומע ייִדישע סטודענטן אין אינסטיטוט מיט אַ פֿאַרבינטעװעטער רעכטער האַנט…
די זון איז װידער אַרױס פֿון די כמאַרעס ,דאָס מאָל שױן אין גאַנצן .אױפֿן האַרצן איז בײַ ןעשזאָירעס געװאָרן ליכטיקער. נו אָט,עס זעט זיך שױן ןאָ די סינאַגאָגע. קאָן זײַן, אַז פֿריִער איז ער עקאַט ניט אײן מאָל פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם דאָזיקן בנין, נאָר באַזונדערס אים ניט אויסגעטיילט. עס איז אים קיין מאָל ניט געקומען אױפֿן געדאַנק, אַז אָט דאָס אַלטע, געלע הױז מיט קאָלאָנעס טײלט זיך מיט עפּעס אױס פֿון די אַנדערע אַרומיקע געבײַדעס. איצט האָט ער דערזען דערנעבן צװײ מיליציאָנערן. דאָס האַרץ האָט אַ טיאָכקע געטאָן, נאָר תּיכּף אָפּגעלאָזט. ער האָט ניט וואָס צו שרעקן זיך…
סעריאָזשע האָט אַראָפּגעשלונגען דעם לעצטן ביסן פֿון זײַן בוטערבראָד און איז אַנטשײדן צוגעגאַנגען צום אַרײַנגאַנג. ער האָט אויפֿגעעפֿנט די טיר און דערזען אינעם פּאָליש אַ קלייוווּקסיקן זקן, וואָס האָט געקוקט אויף אים מיט חשד.
— אַ גוט–מאָרגן !
אַ —גוט יאָר, — האָט יענער אַ מורמל געטאָן, — װאָס דאַרפֿט איר דאָ, יונגער־מאַן?
—איז דאָס תמאב אַ סינאַגאָגע — ?סעריאָזשע האָט זיך געסטאַרעט צו רײדן װי װײַט העפֿלעך ,זעענדיק דעם אַלטנס אומצוטרױ.
— יאָ…
—איך װאָלט געװאָלטםתּס אַ קוק טאָן… מעג איך? — און זײַן האַנט האָט זיך אַ צי געטאָן צום היטל.
דער אַלטער האָט אים אָבער אָפּגעשטעלט און שטיל געזאָגט:
— דאָס היטל דאַרף מען נישט אויסטאָן… קומט…