אייניקע שטריכן צו וויקטאָר הוגאָס פּאָרטרעט

לייזער לובאַרסקי
אייניקע שטריכן צו וויקטאָר הוגאָס פּאָרטרעט

„דער גרויסער פֿראַנצייזישער שרײַבער וויקטאָר מאַרי הוגאָ האָט פֿאַר אונדז אַ באַזונדערע וויכטיקייט: ערשטנס, איז ער אַ פֿרײַנד פֿון דער פֿרײַהייט, אַ נבֿיא פֿון דעם געדאַנק; צווייטנס, איז ער דער גרעסטער פֿרײַנד פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין זײַנע צײַטן.‟ אַזוי האָבן געשריבן די אַרויסגעבער פֿון דער דערציילונג „דער לעצטער טאָג פֿונעם פֿאַראורטיילטן צום טויט‟, איבערגעזעצט אויף ייִדיש, וועלכע איז דערשינען אין לאָנדאָן אין 1910.

hugo
דער פֿראַצייזישער שרײַבער וויקטאָר הוגאָ (1802־1885)

אין זײַן פֿאָרוואָרט, פֿרעגט הוגאָ אָפּ די ניט-דערלאָזנקייט צו באַווײַזן די געמיינקייט פֿון דער ווירקלעכקייט און פֿאָדערט אָפּצושאַפֿן דעם טויט-אורטייל. די דראַמאַטישע סצענע, „די קאָמעדיע אַרום דער טראַגעדיע‟, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סאַטירישן באַווײַז פֿון אַ וועלטלעכן שמועס וועגן טעם און געשמאַקלאָזיקייט. אינעם טאָג פֿון אויספֿירן די טויט־שטראָף, וועט דער פֿאַרמישפּטער זען דאָס לעצטע מאָל זײַן דרײַ־יעריק מיידעלע, וועלכע וועט אים ניט דערקענען. דער פֿאַראורטיילטער טראַכט איבער וועגן זײַן גורל, לעבן און טויט, זײַן טורמע-רעאַליטעט, אין פֿאַרגלײַך מיט די איבערלעבונגען, וואָס ער מאַכט דורך, בשעתן וואַרטן אויפֿן סוף.

„ווי אַזוי נעמט אַ מענטש אויף זיך דאָס רעכט צו פֿאַראורטיילן אַן אַנדערן?‟ הוגאָ זעט זײַן חובֿ צו פֿאָדערן דאָס בײַ אַלע באַשולדיקער, בײַ אַלע שופֿטים און געריכטן פֿון רעכט-טעטיקייט. ער באַווײַזט אין זײַן דערציילונג, אַז אַפֿילו דער גרעסטער פֿאַרברעכער איז ווערט מיטלײַד. אַזאַ באַציִונג צום מענטשן זעט מען בײַ הוגאָ אין אַלע זײַנע שאַפֿונגען, אומאָפּהענגיק פֿון דער טעמע (קרייץ-צוגן, אינקוויזיציעס, אַלע גזירות אויף ייִדן).

ס׳איז צום אָרט דאָ צו דערמאָנען דאָס געפֿיל פֿון די סאָוועטישע ייִדן, ווען סטאַלין האָט אויסגעטראַכט דעם טראַגישן בילבול וועגן די „מערדער אין ווײַסע כאַלאַטן‟;

ווי אויך הוגאָס פֿאַראורטיילן די ייִדישע פּאָגראָמען אין אייראָפּע אין יאָר 1882 (צווישן זיי — דרײַפֿוסעס פּראָצעס און די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, וועגן וועלכע ער האָט אָנגעשריבן עטלעכע פּראָטעסטן…). למשל, צווישן די, וועלכע האָבן פּלאַנירט די הריגה פֿונעם קייסער אַלעקסאַנדער דעם צווייטן איז געווען די ייִדישע פֿרוי געסיע געלפֿמאַן, אַ מיטגלידערין פֿון דער אָרגאַניזאַציע „דעם פֿאָלקס ווילן‟. מ’האָט זי פֿאַראורטיילט צום טויט, נאָר הוגאָ האָט אָנגעשריבן אַן אָפֿענעם בריוו צו דער רוסישער רעגירונג און דער קייסער אַלעקסאַנדער דער דריטער האָט פֿאַרביטן דעם טויט־אורטייל אויף אייביקע קאַטאָרגע.

הוגאָ האָט געשאַפֿן פֿיל ווערק, אין וועלכע די ייִדן פֿיגורירן ווי קרבנות פֿון אַ היפּשער צאָל גזירות. אַ חוץ דעם, האָט ער געשריבן לידער אויף תּנכישע טעמעס („יריחו‟, „שלמה המלך‟, „די לעגענדע פֿון יאָרהונדערטער‟…).

די פֿלאַמיקע אויפֿטרעטונג פֿון וויקטאָר הוגאָ לטובֿת די ייִדן זײַנען אַקטועל אויך הײַנט. אין דער פֿאַרגאַנגענהייט האָבן זײַנע שאַפֿונגען געהאַט אַ גרויסן דערפֿאָלג בכלל און אין דער ייִדישער איבערזעצונג בפֿרט — אין אייראָפּע, אַמעריקע, רוסלאַנד און, אַוודאי, אין זײַן אייגן לאַנד, אין פֿראַנקרײַך.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s