פֿון אונדזער עזבֿון: מאָטל סאַקציִער (1907־1988)

Sakcier-book

דער דיכטער, פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג איז געבוירן געוואָרן אין שטעטל לעאָוואָ, בעסאַראַביע, אין אַ משפּחה פֿון דורותדיקע שנײַדערס. פֿאַרענדיקט די גימנאַזיע, קומט סאַקציִער קיין בוקאַרעשט, וווּ ער אַרבעט ווי אַן אַרבעטער. אין 1928 הייבט ער אָן זיך לערנען אין דעם ווינער פּעדאַגאָגישן סעמינאַריום, אָבער אין אַ יאָר אַרום פֿאַרלאָזט ער ווין און קומט קיין פּאַריז. אויך אין פּאַריז פֿאַרהאַלט ער זיך נישט און אין יאָר 1931 קערט ער זיך אום קיין רומעניע. פֿון דער צײַט הייבט זיך אָן זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט, עס ערשטע, בײַם זשורנאַל „שויבן‟ (רעדאַקטאָר יעקבֿ שטערנבערג) און דערנאָך, ווי אַ סעקרעטאַר, אין „די וואָך‟ (בוקאַרעשט). אין 1931 דערשײַנט זײַן ערשטע זאַמלונג לידער „דערפֿער‟.

סוף 1936 פֿאָרט סאַקציִער אַוועק קיין ראַטן־פֿאַרבאַנד. מיט דער „פֿרײַער‟ לופֿט האָט ער לאַנג נישט געאָטעמט; גאָר אין גיכן פֿאַלט ער אַרײַן אינעם ווירבל פֿון די פּראָצעסן און ווערט רעפּרעסירט און פֿאַרשיקט אין אַ לאַגער. באַפֿרײַט האָט מען אים אין 1940, אַקוראַט נאָכן קאָאָפּטירן בעסאַראַביע צום ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער קערט זיך אום קיין בעלץ, וווּ עס הייבט אָן אַרבעט אינעם נײַ־געעפֿנטן ייִדישן מלוכה־טעאַטער. דאָרט אַרבעטער ווי דער ליטעראַרישער אָנפֿירער, שרײַבט פֿאַר אים אָן די פּיעסע „רויטע פּאָמעראַנצן‟. ווען דײַטשלאַנד פֿאַלט אָן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווערט דער טעאַטער עוואַקויִרט קיין מיטל־אַזיע. שוין דאָרט מאָביליזירט מען סאַקציִערן און איבער אַ יאָר דינט ער אין אַ בוי־באַטאַליאָן. נאָך דער דעמאָביליזאַציע אַרבעט ער אינעם טעאַטער־אַנסאַמבל פֿון דער ייִדישער אַקטריסע סידי טאַל, שרײַבט פּיעסעס און אַנדערע בינע־ווערק.

אין 1947 קערט סאַקציִער זיך אום קיין קעשענעוו. זײַן ביטער מזל גייט אים נאָך און שוין אין אַ יאָר אַרום אַרעסטירט מען אים, אין שײַכות מיטן ענין פֿון „ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟. כּמעט נײַן יאָר שמאַכט ער אָפּ אין „גולאַג‟ און קערט זיך אום אַהיים אין 1957. ביז זײַן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל אין 1972 שאַפֿט סאַקציִער פּיעסן און פּאָעטישע ווערק, דער עיקר, פֿאַר סידי טאַלס קאָנצערט־אַנסאַמבל.

אין 1986, בײַם „ה. לייוויק־פֿאַרלאַג‟ גייט אַרויס מאָטל סאַקציִערס לידער־זאַמלונג „אַ שפּור אויפֿן וועג‟. עטלעכע לידער פֿון דער זאַמלונג.

מיר זענען יונג געווען

מיר זענען יונג געווען, יונג אומפֿאַשעמט,
אונדז האָט ניט געאַרט וואָס אַ העמד
ניט געהאַט האָבן אָפֿט מיר צו טוישן,
און קיין שיסעלע שיטערן זופּ אָנצופּוישן
דעם אײַנגעפֿאַלענעם בויך.

מיר זענען יונג געווען און ס‘האָט הויך
אונדז געטראָגן איין ברעניקער ווילן,
געשטויסן איין פֿלאַמיקער דראַנג,
מוטיק די ראָלן צו שפּילן
וואָס צוגעטיילט אונדז
ס׳האָט דאָס לעבן אין גאַנג,
און דורך אַלע צײַט־באַריערן,
מעג דער וועג זײַן ווי לאַנג
און פֿאַרדרייט,
זיך דערשלאָגן זײַן גרייט
ביז דער גרענעץ דער חלום,
פֿון וואָרט און פֿון לאַנד
וואָס אויך אונדז וועט געהערן,
וווּ מיר וועלן אַ טייל
פֿון דער אייביקייט ווערן,
וואָס פֿלאַטערט איבער דער באַרגיקער קייט,
און איבער די לאַנען די גרינע,
און אַ טייל אויך פֿון דער פֿרייד
וואָס טוט דאָ אַלץ אַ פֿאַרכלינע,
די פֿרייד וואָס נישט לײַכט
האָט דעם מענטש זיך געגעבן,
און אַ טייל אויך פֿון וויי
וואָס איז מיט דער ערד אומצושיידט —
און לעבן! און לעבן!

דראַקאָנען

קינדווײַז מעשׂיות כ׳האָב דערציילן
פֿון די עלטערע געהערט,
אַז דראַקאָנען אין די היילן
לעבן הײַנט נאָך אויף דער ערד,
שלענג מיט פֿליגל מוראדיקע,
ס׳נעמט קיין פֿײַל זיי ניט, קיין פּיקע,
זייער פֿעל — מעטאַל,
זיבן קעפּ און פּיסקעס — פֿײַער,
פֿונקען־שפּריצער, פֿײַער־שפּײַער,
זייער רעווען — אומגעהײַער,
טרייסלט אויף דעם אַל.

האָב אַ מוטיקער באַשיצער
זײַן די מענטשן איך געוואָלט,
און אַ שווערד כ׳האָב מיר געשטאָלט,
אַז געגעבן זאָל פֿון בליץ איר
זײַן די שאַרפֿקייט, כ׳האָב געמאָלט
זיך אַליין אַ סאַגאַ־גיבור,
וואָס די פֿאָלקסמענטשן איז ליב ער,
פֿאַר זײַן גרויסמוט טיף פֿאַרערט…
און אויף ברענענדיקן פֿערד
פֿלי איך, פֿלי פֿון זייער נאַקן
אַלע זיבן קעפּ אָפּהאַקן
פֿון איין פֿאָכע פֿון מײַן שווערד,
ס׳זאָל קיין שפּור פֿון זיי ניט בלײַבן
אויף דער ערד.

פֿרעגט איר דאָך, וואָס איז דערמאָנען
פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן מיר
יענע מעשׂיות פֿון לאַנגאָנען —
ס׳איז דערפֿאַר, ווײַל וווּ אַ טיר
הער איך ריידן, אַז דראַקאָנען
לעבן הײַנט נאָך אָן אַ שיעור.

זיי די צורות נאָר געביטן,
צוגעאייגנט זיך די זיטן
און די מענטשן־שפּראַך,
און זיי אומעטום זיך מישן,
אויבן אָן בײַ אַלע טישן,
און אין תּוך — פֿאַרזעענישן
אין דער מידסטער זאַך,
זיי די גרענדע פֿירן, שאַלטן
איבער אַלץ מיט כּוח וואַלטן,
ווי דאָס זיי געפֿעלט.

ניין, מיט זיי מלחמה האַלטן
כ׳בין שוין ניט קיין העלד.

קינדהייט־זעונג

כ׳האָב הײַנט ווידער דערהערט די גלאָקן,
וואָס האָבן מיך קינדווײַז געשראָקן
מיט זעונגען פֿינצטערע פֿון אַפּאָקאַליפּס,
ווען מײַן פּיצעלע האַרץ,
פֿון אַנגסט און יסורים
פֿאַרגליווערט פֿלעג ווערן ווי גיפּס
בײַם קינסטלער אין פֿורעם.

כ׳האָב ווידער דערהערט זייער טויבן
בראָנדזענעם קלאַנג,
אַזוי ווי ער פֿלעג אין די שויבן
אַ זעץ טאָן אַמאָל אין אונדזער געצעלט,
די קלאַנגען באַסאָווע; —
זיי זענען, איך ווייס ניט
אין שותּפֿות מיט וועלכער מחשבֿה
אויפֿגעגאַנגען אין מיר
פֿון מײַן קינדערשער וועלט.

דאָס הייסט, אַז ס׳איז אין די בלוטן
ניט אויסגעוועפּט געוואָרן לחלוטין
די קינדהײַט, ווי באַלד ס׳טוט אַ טריף
פֿון געדעכטעניש נאָך מיט אַ זעונג אַ בלאַסער,
ווען מיר דאַכטן זיך פֿלעג קינדיש־נאַיִוו,
אַז אומגליקן זענען די גלאָקן מבֿשׂר
אַז זיי קלינגען צו נויט,
צו הונגער צו שׂרפֿות, צו טויט,
און וויי, — צו פּאָגראָמען,
און מיט דער האַק — מיט זײַן הייליקן נאָמען —
אין גרויל כ׳האָב געזען שוין
דעם שיכּורן קוילער
קריכן צו אונדז אַריבער דעם פּלויט…

זעונגען פֿינצטערע פֿון דער קינדהײַט
איך ניט גרינג זיי איבערגעווינדעט.

די אַטלעס־שוואַרצע קראָ

איידער ס׳האָט די וועלט זיך אויסגעטשוכעט
פֿון דעם אומגליק־שאָק,
האָט אין פּנים מיר אַרײַנגעשמוכעט
מיט שאַנדפֿרײד אַ כניאָק
אין שוואַרצן הוט, אין שוואַרצן ראָק —
אַ שוואַרצע אַטלעס־גלאַנציקע וואָראָנע.
נו? וואָס איז דײַן מסכּנה
נאָר דער בייזער שעה?
ס׳איז דאָ, צי ס׳איז ניטאָ
אַן אל־נקמות אין די הייכן?
איז דאָס דיר ניט קיין צייכן,
אַז יענע וואָס פֿון גליק פֿאַרבלענדט,
צום הימל־מלכות שטרעקן זייערע הענט,
ווען אַלע מאָל די שטראָף די געטלעכע זיי גרייכן?
דאָס וואָס מיט דער חלל־שיף
האָט ערשט געטראָפֿן זיך
און זי אויף שטויב האָט זיך צעשאָטן,
אַ וואָרנונג איז דעם מענטש: ניט קריך
צום כּבֿיכולס סודות־וועלט,
דאָס איז פֿאַרבאָטן!

און איך האָב הערנדיק געקלערט,
אַז אָט די אַטלעס־שוואַרצע קראָ
אין ווײַסן לײַבצודעקל,
מײַן ענטפֿער איז ניט ווערט,
און פֿון אים איך האָב זיך אָפּגעקערט
מיט עקל.

מײַנע גוטע פֿרײַנד

די גוטע פֿרײַנד, וואָס זענען געווען תּמיד גרייט
צו באַשיצן מיך פֿון די בלאַטע
נשמות געשמדטע,
פֿון יענע, וואָס גיפֿט מיר געטראָגן אין שייד
פֿון גוטענקע רייד,
און געזוכט בײַ מיר די אַכילעס־פּיאַטע;

די גוטע פֿרײַנד, זיי זענען דאָך מיר
אין ייִאש־טעג סומנע געווען אַ באַלוינונג,
ווען שרעקן עס פֿלעג יעדער שאָרך, יעדער ריר
הינטער מײַן בלינד פֿאַרריגלטער טיר
פֿון מײַן טויבנשלאַק־וווינונג.

אין וווינונג האָט נאָר אַ גראַטע געפֿעלט,
כאָטש אויך אָן דעם פּרט
איז גענוג געווען דווקא,
כ׳זאָל פֿילן זיך ווי דער פֿאַרצווייפֿלטער העלד
אין אַ פֿאַרקריפּלט מטורפֿער וועלט,
וועלכע געשילדערט ס׳האָט קאַפֿקע;

אָט פֿאַלן אַרײַן זיי מיט פֿריילעכן רעש
ווי זיי וואָלטן אַנטדעקט אַ געהיימפֿולע נײַ־ערד,
און אונטער דער פּאָלע — משקה אַ פֿלאַש
פֿון יענע וואָס נאָר דער קאַנט־בוליבאַש
מיט איר האָט דעם גאָרגל געשײַערט…

און נעמענדיק די גלעזער צום מויל,
מיט די בליקן געמאַכט שטיל אַ ברכה;
ווי ייִדן אַמאָל — בין קודש לחול;
אַז אָפּגעשיידט ווערן פֿון אונדז זאָל דער גרויל
פֿון דער חשכות־עפּאָכע.

אָ, יענע צײַט, ווען איבערן לאַנד
געשפּרייט האָט אַ פֿינצטערער דעמאָן זײַן פֿליגל,
וועמעס שאָטן געפּרעסט אויפֿן האַרץ און געדאַנק,
איך וואָלט זי, כ׳לעבן, איצט ניט דערמאָנט,
כאָטש זי טאָר אויך ניט זײַן מיט פֿאַרגעסונג פֿאַרזיגלט.

און אויב איך דאָך אַצינד זי דערמאָן
איז ווײַל אין געפֿעכט פֿאַר מענטשנגליק וואָרן,
האָבן זיי, וואָס געשפּאַנט מיר אונטער איין פֿאָן,
אויף איר טראַגיש־פֿינצטערן פֿאָן
זיך אײַנגעגראָבן אין ליים פֿון זכּרון.

אין טאָג פֿון 12טן אויגוסט

אין אָט דעם ווען דערשטיקט
ס׳האָט דער קאַט מיט זײַן שטאָלענעם אָרעם
יענע, וואָס האָבן אַ דור
מיט זייער זינגען געקוויקט,
און אין הערצער די גרויסע האָפֿנונג געוויגט,
אין אָט דעם טאָג וועק איך זיי פֿון די קבֿרים
וואָס קיינער ניט ווייסט זייער אָרט,
און איך רוף זיי פֿון דאָרט —
ערנגעסט אויף אונדזער אַכפּערונגס־פֿאָרום.

קומט, פֿאַרנעמט בײַם טיש אײַער אָרט
וואָס פֿאַרנעמען ס׳האָט קיינער די העזה,
קומט, צינדט אָן מיט באַגײַסטערטן וואָרט
אין וועלכן ס׳איז בליציקע חכמה
מיט שיינקייט געפּאָרט
אין גראַם און אין פּראָזע.

קומט און זעט: די צײַט ניט פֿאַרשיט
האָט די סטעזשקע צו אײַך
מיט פֿאַרגעסעניש שטויבן;
אײַערע קוואַלן דאָס פֿאָלק
מיט ליבשאַפֿט פֿאַרהיט —
יניקה פֿאַרן געמיט
פֿון ליבשאַפֿט, האָפֿענונג, גלויבן.

אין אײַערע קוואַלנס לויטערן פֿלוס
טוען מיר די קעפּ אַ פֿאַרנורע,
שווענקען אויס די נשמות אין אײַער העלן מהות,
ווערדיק צו זײַן ווײַטער צו טראָגן
אײַער מענטשלעך־צעזינגענע בשׂורה.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s