
מײַן פֿרײַנד, עלטער פֿון מיר אויף עטלעכע יאָר, האָט מיך אָנהייב חודש באַגריסט מיט מײַן ווערן אַ בן־שיבֿעים און צוגעגעבן: „ברוך־הבא אין אונדזער קלוב!‟ — און ס׳האָט זיך גלײַך דערמאָנט: בעלץ. 1950ער יאָרן. קלוב „ציגײַניִע‟. אַ כאָפּטע חבֿרה פֿון מײַן עלטער דרייט זיך בײַ דער אַרײַנגאַנג־טיר און צווישן זיי אויך מײַן ווייניקייט. דער קלוב איז געווען מײַן ערשטע קולטור־אינסטיטוציע. דאָרט, צוויי מאָל אין דער וואָך, האָט מען געוויזן קינאָ. דער קינאָמעכאַניקער, פֿעטער אילושע, האָט געהאַלטן אַ שטרענג אויג אויף מײַן מאָראַלישער דערציִונג. שטענדיק, ווען ער האָט געוויזן אַ פֿילם, וואָס קינדער ביז זעכצן יאָר טאָרן אים נישט קוקן, האָט ער אַלע מײַנע חבֿרים אַרײַנגעלאָזט צו זען דעם פֿאַרווערטן פֿילם, נאָר נישט מיך. „דער פֿילם איז נישט פֿאַר דיר! קום, ווען ס׳ווערן זעכצן!..‟ — און רעד צו דער וואַנט!
פֿאַר וואָס גראָד איך בין געפֿאַלן אַ קרבן פֿון פֿעטער אילושעס זיטלעכע פּרינציפּן, איז פֿאַר מיר געבליבן אַ סוד ביז הײַנט. און דאָך האָט ער זײַן וואָרט געהאַלטן; גאָר אין גיכן נאָכן ווערן זעכצן, האָב איך באַקומען מײַן פֿאַס, ווי ס׳האָט זיך געפֿירט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. שיִער נישט אינעם זעלבן טאָג האָט מען געוויזן אין אונדזער קלוב אַ פֿילם, וואָס נאָך נעכטן וואָלט איך אין זאַל אַרײַן נישט געטראָפֿן. אַרויסגעשטעלט דעם שפּאָגל־נײַעם פּאַס פֿאַר זיך, האָב איך זיך געלאָזט אַטקעגן מײַן גורל. פֿעטער אילושע האָט אַ קוק געטאָן אויף מיר מיט אַ פֿאָטערלעכן בליק און געזאָגט, ווי ס׳וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַן עכטן מוסרניק: „ברוך־הבא אין אונדזער קלוב!‟
איידער כ׳בין אַריבערגעטראָטן די סימבאָלישע שוועל פֿונעם „שיבֿעים־קלוב‟ האָב איך זיך אומגעקוקט: גלײַך נאָך מיר איז געשטאַנען מײַן געטרײַע פֿרוי, רײַע, נאָך איר — אונדזערע געלונגענע צוויי זין, אַרקאַדי און זאָרי, און נאָך זיי — אונדזערע שיינע שניר און אונדזערע זעקס אייניקלעך — קיין עין־הרע! ס׳איז דאָ, דאַנקען גאָט, מיט וועמען גיין צום יום־טובֿדיקן טיש, אַבי געזונט!
איך באַדאַנק אַלעמען, ווער ס׳האָט געהאַלטן פֿאַר נייטיק מיך צו באַגריסן — אייגענע, פֿרײַנד, באַקאַנטע, ווייניק־באַקאַנטע און גאָר אומבאַקאַנטע! איך האָף, אַז דאָס בעסטע, וואָס כ׳האָב געקאָנט פֿאַר אײַך טאָן ביז אַהער, האָב איך געלאָזט אויף די זײַטן פֿון מײַנע 23 ביכער, אין מײַנע דאָקומענטאַר־פֿילמען, אויף די שפּאַלטן פֿון „פֿאָרווערטס‟, אינעם קינדער־זשורנאַל „קינד־און־קייט‟ און „ייִדיש בראַנזשע‟.
איך נעם אײַך אַלע אַרום,
אײַער באָריס סאַנדלער