לאַפּסוס־קאַקטוס — 29

באַלאַמוטשען

ווי אַ סך אַנדערע „עקזאָטישע‟ ייִדישע ווערטער, האָב איך אויך דאָס וואָרט געהערט אין מײַן טאַטע־מאַמעס היים. עטימאָלאָגיש קומט עס אַרויס פֿונעם סלאַווישן וואָרט баламутить — „באַלאַמוטיט‟; און די ייִדישע צונג האָט עס שוין צוגעפּאַסט צום אייגענעם אויסרעד, „באַלאַמוטשען‟.

וואָס זשע מיינט עס, דאָס וואָרט? בדרך־כּלל ווערט עס גענוצט פֿיגורעל:

ער באַלאַמוטשעט שוין די קעפּ, רייצט אָן איין מענטש אויף אַ צווייטן.
דאָס הייסט, פֿאַרנעפּלען, פֿאַרטונקלען, טרײַבן רכילות…

פֿון דעם ווערב קומט אין רוסישע אַרויס דער סובסטאַנטיוו — „באַלאַמוט‟, וואָס מיינט, אַ פּליאָטקעפֿירער, אַ פּוסטער מענטש, אַ בייזערדיקער פּאַרשוין. אין ייִדיש אָבער האָב איך עס קיין מאָל נישט געהערט מע זאָל עס נוצן אין דעם זין; כאָטש עס לייגט זיך גרינג אויף דער צונג. זעט אויס, אַז אין ייִדיש זײַנען דאָ גענוג אַנדערע ווערטער צו באַצייכענען אַזאַ מין טיפּ מענטשן.

אַרײַנשמוכען

דאָס וואָרט האָב איך „אַרויסגעכאַפּט‟ פֿון מאָטל סאַקציִערס ליד „די אַטלעס־שוואַרצע קראָ‟:

איידער ס׳האָט די וועלט זיך אויסגעטשוכעט
פֿון דעם אומגליק־שאָק,
האָט אין פּנים מיר אַרײַנגעשמוכעט
מיט שאַנדפֿרײד אַ כניאָק
אין שוואַרצן הוט, אין שוואַרצן ראָק —
אַ שוואַרצע אַטלעס־גלאַנציקע וואָראָנע.

איך האָב עס פֿריִער קיין מאָל נישט געהערט און נישט געטראָפֿן, נישט געפֿונען אין די מאָדערנע ווערטערביכער. איך דערלאָז, אַז דער פּאָעט, צוליב דעם גראַם (אויסגעטשוכעט־אַרײַנגעשמוכעט) האָט געשאַפֿן דעם נעאָלאָגיזם — אַרײַנשמוכען. דאָס הייסט, אַרײַנשמוגלען, זיך אַרײַנרײַסן, אַרײַנשמײַסן…

אָבער נישט נאָר צוליב דעם גראַם; דאָס וואָרט אַרײַנגעשמוכעט גיט פּינקטלעך איבער דעם עמאָציאָנעלן דראַנג, און די צוויי היפּוכדיקע צושטאַנדן, דהײַנו: זיך אויסטשוכען — פּטור ווערן, און גלײַך זיך אַרײַנכאַפּן — אַרײַנשמוכען.

צוויי ווערטער — צוויי געשטאַלטן.
אָנפּוישן

דעם טײַטש פֿון דעם בילדערישן וואָרט קאָן מען בפֿירוש געפֿינען אין חיים באָכנערס און שלום ביינפֿעלדס וווּנדערלעכן „אַרומנעמיקן ווערטערבוך‟. מיינען מיין עס, אָנשוועלן, אָנשטאָפּן, זיך צעבלאָזן… און מיר מאָלט זיך בפֿירוש אַ קויש, אָנגעפֿילט מיט כּל־טובֿ! מיט אַזאַ פֿולן אָנגעפּוישטן קויש פֿלעגט די באָבע קומען פֿונעם מאַרק, עס אַרויפֿשטעלן אויפֿן קיכטיש און אָנהייבן פֿון דאָרט אַרויסשלעפּן די סאַמע געשמאַקע מציאות — דאָס מויל איז געוואָרן ענג פֿאַר דער סלינע…

כּל־טובֿ!

לאַפּסוס־קאַקטוס кактус

2 Comments

  1. אין די שפּאַלטן פֿון „ייִדישע שפּראַך“ האָט מען עטלעכע מאָל דערמאָנט דאָס װאָרט „שמאָכען/שמוכען“ און געבראַכט פֿאַרשידענע טײַטשן װאָס האָבן זיך אָבער אַלע אומגעדרײט אַרום דעם צענטראַלן מײן: שמײכלען. (דאָס װאָרט איז אַ סבֿרא אַן אױגמענטאַטיװ טאַקע פֿונעם װאָרט „שמײכלען“.) דאָ לײגט זיך אַזאַ טײטש זײער גוט אױפֿן שׂכל…

    Like

    1. טײַערער אַהרעלע (כ׳מיין, דו וועסט זיך נישט באַליידיקן, וואָס כ׳רוף דיך אַזוי), קודם־כּל, אַ דאַנק, וואָס קוקסט אַרײַן אין “לאַפּסוס־קאַקטוס”. מעגלעך, אַז אין “ייִדישע שפּראַך” מיינט דאָס וואָרט “שמאָכען — שמוכען (אויף בעסאַראַביש מאַמע־לשון), “שמייכלען”. דער בעסאַראַבער פּאָעט מאָטל סאַקציִער האָט עס פֿאַרטײַטשט אַזוי, ווי כ׳האָב עס דערקלערט אין “ייִדיש בראַנזשע”. עס קומט אַזוי אַרויס פֿון זײַן ליד. אַפֿילו אויפֿן קלאַנג איז “שמייכלען” און “אַרײַנשמוכען” ווײַט איינער פֿון צווייטן, ווי ניו־יאָרק און טשערנאָוויץ.

      איך ווינטש דיר הצלחה אויף אַלע דײַנע דרכים,

      באָריס

      Like

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s