די געשיכטע פֿון ייִדן אין בעמען און מערן (8)

מיכאל דונאַיעווסקי

פֿערדינאַנד דער ערשטער פֿון האַבסבורג (1526-1564)

אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן רעגירן האָט זיך געדאַכט, אַז די לאַגע פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג ווערט סטאַבילער. אין יאָר 1527 האָט דער קעניג באַשטעטיקט אַלע פֿריִערדיקע פּריווילעגיעס פֿאַר ייִדן, דערצו צוגעזאָגט די ייִדן נעמען זיי אונטער זײַן שוץ, אַפֿילו געפּרוּווט בהדרגה צו באַגרענעצן די פּאָליטישע מאַכט פֿון שטעט, וועלכע האָבן אַליין באַשלאָסן זיך אַרײַנמישן אין די אינערלעכע ענינים פֿון געטאָס. אָבער די שפּאַלטונגען צווישן שטעט און געטאָס זענען געווען צו טיף און צו שטאַרק, און מיט דער צײַט — געוואָרן נאָך גרעסער. צום בולטסטן קען מען זען די אַלע פּראָצעסן, דער עיקר, אין דער פּראָגער געטאָ, וווּ אין יענער תּקופֿה האָט געוווינט אַרום דרײַסיק פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון בעמען און מערן.

ferdinand
פֿערדינאַנד דער ערשטער

די צאָל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דער פּראָגער געטאָ איז צווישן די יאָרן 1541-1522 פֿאַרטאָפּלט געוואָרן. די געטאָ איז געוואַקסן ווירטשאַפֿטלעך, געזעלשאַפֿטלעך און קולטורעל. עס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אַ נײַ ייִדיש ראַטהויז; איבערגעבויט און פֿאַרגרעסערט זענען געוואָרן די שילן, שפּיטאָלן און פּריוואַטע הײַזער. ס׳האָבן דאָ געאַרבעט די ערשטע אין צפֿון־אַלפּן העברעיִשע דרוקערײַען. גלײַך ווי אין אַנדערע ערטער, האָבן אויך אין פּראָג פֿון סוף 15טן, אָנהייב 16טן י״ה זיך געענדערט די באַדינגונגען פֿון דער ייִדישער האַנדלונג. צוליב דעם האָט ס׳רובֿ ייִדישע באַפֿעלקערונג געצויגן די חיונה פֿון מיסחר און מלאָכות. ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז צו האַנדלען מיט סחורות און טיילווײַז זײַן אַ בעל־מלאָכה האָבן די ייִדן דעמאָלט אין בעמען ניט געטאָרט. מחמת דעם זענען זיי געצוווּנגען געווען אויסצוזוכן כּלערליי וועגן, אָפֿטלעך גאָר סכּנהדיקע. דאָס איז געווען אויך אַ סיבה, הלמאַי די ניט-ייִדישע סוחרים און בעל-מלאָכות זאָלן האָבן געפֿירט אַ מלחמה קעגן דער ייִדישער קאָנקורענץ. זי פֿלעגט זיך אויסדרוקן דורך די פֿאָדערונגען אָפּצוגעבן די געטאָ אונטער יוריסדיקציע פֿון דער פּראָגער אַלטשטאָט, צי דורכן טאָטאַלן אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון דער שטאָט. דערצו האָבן די מלוכישע באַאַמטע צוגעגעבן צום פֿײַער די באַשולדיקונג, אַז די ייִדן זענען אַרײַנגעמישט אין אַן אומלעגאַלן מיסחר מיט זילבער. דעם אמת געזאָגט, האָט פֿערדינאַנד דער ערשטער, האָבנדיק מורא צו פֿאַרלירן אָט דעם פּרנסה-קוואָל, זיך אַ לאַנגע צײַט ניט אונטערגעגעבן דעם בשותּפֿותדיקן דרוק מצד די שטעט-פֿאַרוואַלטונגען און מלוכה-אַמטן. צום באַדויערן, האָט ער, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, פֿאָרט נאָכגעגעבן און איז מסכּים געווען אַרויסצוטרײַבן די ייִדן פֿון פּראָג.

אַז די ייִדן מוזן פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד ביזן 11 נאָוועמבער 1541, איז דעקלאַרירט געוואָרן דורך דעם בעמישן פּאַרלאַמענט אין סעפּטעמבער 1541. צו דעם דאָזיקן באַשלוס האָבן גורם געווען פֿאַרשידענע טענות, אָנקלאָגן און אָבידעס אויף ייִדן. נאָך אַ מאָל האָבן זיך באַוויזן באַשולדיקונגען אין אַרויספֿירן זילבער און ברענגען צו פֿירן „אַ לײַכטע מטבע‟ (הייסט עס, מטבעות מיט ווינציקער וואָג פֿון זילבער) און אין טראַדיציאָנעלן עלילת-דם… אין צענטראַל-אייראָפּע האָט די צאָל באַשולדיקונגען אין עלילת-דם אַזוי שטאַרק געשטיגן, אַז דער פּויפּס פּאַולוס דער דריטער (1534־1549) האָט געמוזט אין מײַ 1540 אַרויסגעבן אַ באַפֿעל צו באַשיצן די ייִדן, און אים שיקן צו די קאַטוילישע בישאָפֿן פֿון פּוילן, אונגערן און בעמען.

אַ חוץ דעם, זענען די ייִדן געווען באַשולדיקט אין שפּיאָנירן לטובֿת טערקן און דערצו נאָך, אַז צוזאַמען מיט די טערקישע שפּיאָנען זענען זיי גורם געווען צו שׂרפֿות, וואָס זענען דעמאָלט פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אַ גרויסער צאָל. די סיבה פֿון אַזאַ באַשולדיקונג קען שטעקן אין דעם, וואָס אין יענער צײַט האָבן אַ סך אַרויסגעטריבענע ייִדן פֿון שפּאַניע געפֿונען זייערע נײַע היימען דווקא אין דער טערקישער אימפּעריע… דער קעניג גופֿא האָט אויף די ייִדן דערלאַנגט אַן אָנקלאָג, אַז זיי זענען שולדיק אין פֿאַרשפּרייטן פֿאַרשידענע סעקטעס צווישן ניט-ייִדישער באַפֿעלקערונג, וועלכע זענען געווען נאָענט צו יהדות, און דערין האָט ער געזען אַ שטערונג אין זײַנע באַמיִונגען צו קאַטאָליזירן די אָרטיקע ניט-ייִדישע באַפֿעלקערונג.

Pogrom
פּאָגראָם אין פּראָגער געטאָ

פֿון דעסטוועגן, האָט דער קעניג אָפּגעוואָרפֿן דעם דאָזיקן באַשלוס מיט אַ תּירוץ, אַז דער טערמין איז צו קורץ און דערפֿאַר זענען די ייִדן געבליבן אין זייערע היימען. נישט געקוקט דערויף, האָבן אין אַ צאָל שטעט מיט אַ גרויסער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי ליטאָמעריץ, רודניץ, זשאַטעץ, נימבורג אויסגעבראָכן פּאָגראָמען, וווּ דער עמך האָט זיך „אַרײַנגעריסן אין ייִדישע הײַזער… באַרויבט די ייִדן און צווישן זיך זייער גוטס צעטיילט אַזוי, אַז ס׳רובֿ ייִדן זענען געבליבן נאָר אין אונטערוועש‟. ס׳איז דערגאַנגען צו רציחות אויך. לויט די טשעכישע היסטאָריקער, איז דעמאָלט אויסגעהרגעט געוואָרן כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג פֿון יענע געטאָס. אין פּראָג אָבער האָט מען באַוויזן צו באַשיצן די געטאָ מיט אַ באַוואָפֿנטער וואַך, וואָס איז געשטאַנען אַרום דער געטאָ עטלעכע טעג און האָט אָפּגעהיט די באַפֿעלקערונג. דער קעניג האָט באַשטראָפֿט די שטעט, וווּ די פּאָגראָמען האָבן אויסגעבראָכן, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. למשל, אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה 24 פּאָגראָמשטשיקעס פֿון זשאַטעץ, צוויי פֿון זיי זענען געבליבן אָן קעפּ…

צום באַדויערן, איז קיין סוף פֿאַר די גזירות און יסורים ניט געקומען, ווײַל די שפּאַנונג האָט געהאַלטן אין איין שטײַגן, ביז דער בעמישער פּאַרלאַמענט האָט אין מײַ 1542 באַשטעטיקט זײַן פֿריִערדיקן באַשלוס אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון לאַנד. דאָס מאָל האָט זיך פֿערדינאַנד שוין ניט קעגנגעשטעלט.

די גזירה פֿון אַרויסטרײַבן די ייִדן איז געווען גילטיק פֿאַר מערן אויכעט, נאָר מיט אַ טערמין פֿון יאָר 1543. קעגן דעם באַשלוס האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אָרטיקער אַדל, דערפֿאַר איז דער עפֿעקט פֿון דער גזירה ניט געווען אַזוי שרעקלעך, ווי פֿאַר די ייִדן אין בעמען. בהדרגה, האָבן כּמעט אַלע ייִדן פֿאַרלאָזט בעמען. זיי זענען, דער עיקר, געפֿאָרן קיין פּוילן, אַ קליינע צאָל פֿון זיי האָט געפֿונען אַ נײַע היים אין די קליינע שטעטלעך פֿון מערן. דאָס „יציאת-בעמען‟ איז ניט געבליבן אָן בלוטפֿאַרגיסונג. אַ סך פֿון די אַרויסגעטריבענע ייִדן איז געווען באַגנבֿעט נאָך אין דער היים, די אַנדערע — אונטערוועגס… און ניט ווייניק — בײַ די גרענעצן. ניט געקוקט דערויף, וואָס זיי האָבן געהאַט אַ קעניגלעכן דאָקומענט און באַוואָפֿנטע זעלנער זיי צו באַשיצן אונטערוועגס, זענען סײַ ווי סײַ געווען גענוג קרבנות, דערהרגעט דורכן קאָנוווי אַליין.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s