הונדערט יאָר פֿון ש. אַנ־סקיס “דיבוק”

לאה שלאַנגער

מ’קאָן זיך דערלויבן און זאָגן, אַז ס’איז נישט פֿאַראַן אַ פֿאָלק, ווי דאָס ייִדישע פֿאָלק, וואָס רעדט וועגן זיך אַזוי פֿיל און קען זיך אַזוי ווייניק‟.

ש. אַנ-סקי

שלמה־זאַנוול ראַפּאָפּאָרט, אויף רוסיש — סיעמיאָן אַקימאָוויטש ראַפּאָפּאָרט (1863-1920), האָט זײַן גאַנץ לעבן געוואַנדערט פֿון אָרט צו אָרט, און אויך גײַסטיק איז ער אַריבער פֿון איין אידעאַל צו אַן אַנדערן, זוכנדיק אַ זינען אין לעבן און אין מעשׂים.

נאָך אַ קינד אין שטעטל טשאַשניק, וויטעבסקער גובערניע, דערנאָך אין וויטעבסק גופֿא האָט ער, ווי אַ סך ייִדישע קינדער באַקומען אַ רעליגיעזע דערציִונג אין חדר און תּלמוד־תּורה; אָבער געטרוימט האָט שלמה־זאַנוול זיך לערנען אין אַ גימנאַזיע. דער שווערער מצבֿ פֿון דער משפּחה האָט עס נישט דערמעגלעכט, דעמאָלט האָט ער, ווי אַנדערע זײַנע חבֿרים, אָנגעהויבן אַליין שטודירן עבֿרית, לייענען ביכער, און עס האָט זיך פֿאַר אים געעפֿנט אַ נײַע וועלט. גלײַכצײַטיק דערווײַטערט ער זיך פֿון זײַנע אייגענע וואָרצלען און טראַדיציעס.

בײַ 17 יאָר האָט שלמה ראַפּאָפּאָרט אָנגעהויבן זיך לערנען רוסיש, געלייענט רעוואָלוציאָנערע ביכער. די ייִדישע רעליגיעזע סבֿיבֿה האָט נישט באַטראַכט פּאָזיטיוו זײַן טעטיקייט אין דער רעוואָלוציאָנערער רוסישער געזעלשאַפֿט און אים אַרויסגעטריבן פֿון דער שטאָט. האָט ער געוואַנדערט פֿון דאָרף צו דאָרף, געאַרבעט שווער, פֿאַרשפּרייט סאָציאַליסטישע ליטעראַטור, אָבער אויך, דאָס פּראָסטע רוסישע פֿאָלק האָט זיך באַצויגן צו אים מיט חשד, קודם־כּל, צוליב זײַן ייִדישן ייִחוס.

495244_original-1
ש. אַנ־סקיס פּאָרטרעט, געמאָלט פֿון לעאָניד פּאַסטערנאַק

ווי אַ ייִדיש-רוסישער אינטעלעקטואַל איז אַנ-סקי געווען טעטיק פּאָליטיש, זיך אינטערעסירט מיט עטנאָגראַפֿיע, אַ סך געשריבן פּראָזע, לידער און פּיעסעס. געביטן קולטורן, שפּראַכן און אידעאָלאָגיעס, געביטן די אידענטישקייט, געטרוימט און געחלומט בעסער מאַכן די וועלט. נישט איין מאָל געוואָרן אַנטוישט. דעם נאָמען, וואָס ער האָט געגעבן זײַן פּיעסע, „צווישן צוויי וועלטן‟, — האָט גענוי איבערגעגעבן זײַן מצבֿ; עס זײַנען אָבער געווען מער ווי צוויי וועלטן, צווישן וועלכע ער האָט זיך געראַנגלט.

דעם ליטעראַטור־פּסעוודאָנים ש. אַנ־סקי האָט פֿאַר אים צוגעטראַכט דער רוסישער שרײַבער־פֿאָלקיסט גלעב אוספּענסקי. אין יסוד ליגט דער נאָמען פֿון שלמהס מוטער, חנה, אויף רוסיש — אַננאַ. זײַן ערשטע דערציילונג „די געשיכטע פֿון אַ משפּחה‟ וועגן דעם עקאָנאָמישן בראָך פֿון אַ ייִדישער משפּחה און די דאָרפֿס־מענטשן, איז דערשינען אויף רוסיש אין דעם רוסיש־שפּראַכיקן ייִדישן זשורנאַל „וואָסכאָד‟ (אויפֿגאַנג).

אין 1905 קערט ש. אַנ־סקי זיך אום קיין רוסלאַנד נאָך זײַן עמיגראַציע קיין פּאַריז און שווײץ. ער איז ווי פֿריִער אַקטיוו אין דער „עסער‟־פּאַרטיי, אָבער ווערט פֿאַרכאַפּט מיט ייִדישער עטנאָגראַפֿיע; און עס איז נישט קיין צופֿעליקייט, נאָר אַ נאַטירלעכער המשך פֿון זײַן פֿאָלקיסטישער טעטיקייט. זײַן אומקער קיין רוסלאַנד נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע איז אויך געווען אַן אומקער צו ש. אַנ־סקיס אייגענע נאַציאָנאַלע קוואַלן. ער האָט געשריבן, אַז מע מוז פֿאָרשן דאָס לעבן פֿון פֿאָלק אין אַלע זײַנע דערשײַנונגען.

Anski un Sh-al
פֿון לינקס: אַ. רעכטמאַן, ש. יודאָווין, ש. אַנ־סקי, שלום־עליכם, אָ. ראַבינאָוויטש, מ. גינצבורג

אין 1908 ווערט געגרינדעט אין פּעטערבורג די ייִדישע היסטאָרישע און עטנאָגראַפֿישע געזעלשאַפֿט. צווישן אירע ערשטע פּראָיעקטן איז געווען צו אָרגאַניזירן אַן עקספּעדיציע איבער די שטעטלעך פֿון קיִעווער און וואָלינער געבערניעס. אין 1912 איז די גרופּע פֿון ייִדישע ענטוזיאַסטן — שלמה יודאָווין (מאָלער און פֿאָטאָגראַף), יולי ענגעל (מוזיקאָלאָג און קאָמפּאָזיטאָר), אין שפּיץ מיט ש. אַנ־סקין זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.

די פּיעיסע „צווישן צוויי וועלטן‟ („דער דיבוק‟), ווי אַ פּועל־יוצא פֿון זײַן פֿאָלקלאָריסטישער אַרבעט, האָט ש. אַנ-סקי אָנגעשריבן אויף רוסיש צווישן די יאָרן 1916-1913. אין 1913 האָט ער געענדיקט די ערשטע ווערסיע און דערנאָך, אונטערן דרוק פֿון בינע־מומחים און אַקטיאָרן, געמאַכט ענדערונגען, געביטן די פּערסאָנאַזשן, ערטער, דעם טעקסט דאָ און דאָרט.

אַ גוואַלדיקע השפּעה אויף אַנ־סקין, אויף זײַן אומקער צום פֿאָלק און קולטור האָט געהאַט י. ל. פּרץ. אין הספּד צום אָנדענק פֿון פּרצן אין 1915 האָט אַנ-סקי דערמאָנט, אַז ער איז באַאײַנלוסט געוואָרן פֿון פּרצן, „מ’זעט נישט אויף אים קיין זכר פֿון גלות…‟ — האָט ער געזאָגט.

an-ski un yidn
ש. אַנ־סקי מיט צוויי ייִדן בעת דער עקפּעדיציע

נאָך דעם ווי די באָלשעוויקעס האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט האָט אַנ-סקי געמוזט אַנטלויפֿן פֿון רוסלאַנד. מ’האָט אים געפֿאָרשט און חושד געווען, אַז ער פֿאַרשפּרייט ציוניסטישע פּראָפּאַגאַנדע. דער צופֿאַל איז געווען, וואָס די ווילנער טרופּע איז פּונקט געווען אויף אַ טורנע אין וואַרשע מיט אַן אַנדער פֿאָרשטעלונג, דעריבער איז די פֿאָרשטעלונג פֿון „דיבוק‟ אויף ייִדיש, איבערגעזעצט פֿונעם מחבר, פֿאָרגעקומען אין וואַרשע אין דעצעמבער 1920 אין דער אויספֿירונג פֿון דער „ווילנער טרופּע‟. ש. אַנ-סקי האָט צו דעם טאָג נישט דערלעבט. ער איז געשטאָרבן אין נאָוועמבער, אַ חודש פֿאַר דער וועלט־פּרעמיערע פֿון „דיבוק‟. בײַ זײַן קבֿר האָבן די אַקטיאָרן געגעבן אַ נדר אויפֿצופֿירן די פּיעסע צו זײַנע שלושים.

נחום סאָקאָלאָוו האָט אין זײַן הספּד געזאָגט: „ער איז געשטאָרבן אין מיטן אויפֿברויז פֿון זײַן נשמה פֿאַר דער עוולה פֿון זײַן פֿאָלק — און ווידער די איראָניע פֿון גורל, — אין דער צײַט, ווען מ’האָט געגרייט די פּרעמיערע פֿון ׳דיבוק׳; און ווען ס׳איז שוין גרייט געווען פֿאַר דעם מײַסטער, דעם גאָון אַ פֿולער האַפֿן נחת פֿון דער ערשטער פֿאָרשטעלונג, איז געקומען דער מלאך־המוות און צוגעכאַפּט דעם כּוס פֿון זײַן מויל. אַזוי איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן דער פֿאָדעם און שטום געוואָרן דער פֿידלער.‟

אין יאָר 1922 איז פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון „דיבוק‟ אויף העברעיִש, איבערגעזעצט פֿון חיים־נחמן ביאַליק. רעזשיסירט האָט די פּיעסע דער רוסישער רעזשיסאָר יעווגעני וואַכטאַנגאָוו אין דער דריטער סטודיע „הבימה‟ בײַם קונסט־טעאַטער אין מאָסקווע. דאָ איז וויכטיק צו באַצייכענען, אַז ביאַליק האָט נישט געוואָלט איבערזעצן דעם „דיבוק‟; ער האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ פּיעסע פֿון אַן עטנאָגראַף, וואָס זאַמלט פֿאָלקלאָר, און נישט אַן אָריגינעלע גרויסע שאַפֿונג, נישט אַ וויכטיקע פּיעסע.

„זאָגן דעם אמת, — האָט ביאַליק געשריבן, — אָן אַן איבעריקן גלויבן און אָן אַ גרויסן חשק בין איך צוגעטראָטן צו דעם. כ’האָב עס געטאָן מער צוליב פֿרײַנדשאַפֿט. די פּיעסע איז מיר אינגאַנצן נישט געפֿעלן געווען‟. ש. אַנ-סקי דאַקעגן, איז געווען גערירט ביז טרערן פֿון ביאַליקס איבערזעצונג. די פֿאָרשטעלונג, „דער דיבוק‟, ווי מיר ווייסן, איז באַצייכנט געוואָרן, ווי איינע פֿון די בעסטע און פּאָפּולערסטע פּיעסע. זי האָט, אייגנטלעך, געלייגט דעם שטיין צום אויפֿקום, צום אָנהייב פֿון מאָדערנעם העברעיִשן טעאַטער.

This slideshow requires JavaScript.

„כ’ווייס נישט, צי ס׳איז געווען אַ נס, אַז נאָך 60 יאָר פֿונעם ערשטן ייִדישן טעאַטער, גאָלדפֿאַדענס טעאַטער, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ העברעיִשער טעאַטער‟, — האָט שפּעטער געשריבן ביאַליק. ש. אַנ-סקיס „דיבוק‟ איז געוואָרן אַ מיטאָס. די פּיעסע איז געשטעלט געוואָרן אין שפּיץ פֿון דער דעבאַטע וועגן דעם אויפֿלעב פֿון דער העברעיִשער קולטור אין דער ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט.

יעווגעני וואַכטאַנגאָוו, וועלכער האָט געאַרבעט מיט די אַקטיאָרן אין מאָסקווע, האָט דערציילט ביאַליקן: „איך אַרבעט אויך אין אַנדערע סטודיעס מיט אַנדערע שילער, אָבער, ווען כ’קום אַהער, ווער איך משוגע, כ’ווער אַן אַנדער מענטש…‟

דערלויבט מיר דאָ צוגעבן, אַז די ייִדישע אַקטיאָרן, דאָס איז אַ באַזונדערער סאָרט, נישט ענלעך צו די אַקטיאָרן פֿון אַנדערע פֿעלקער. דער ענטוזיאַזם, דער ברען, דער אינערלעכער דראַנג און דאָס קאָנען זיך אידענטיפֿיצירן מיטן געשטאַלט פֿון אַ ייִדישן מענטש, געפֿינט מען זעלטן בײַ די ניט־ייִדישע אַקטיאָרן. איך זאָג עס, ווי אַ דערפֿאַרענע, לאַנג־יאָריקע אַקטריסע. דאָס האָט, ווײַזט אויס, פֿאַרכאַפּט דעם גרויסן רעזשיסאָר און טעאַטער־לערער יעווגעני וואַכטאַנגאָוו ביז משוגעת.

ש. אַנ-סקי האָט דערלעבט צו זען 15 בענד מיט אַלע שריפֿטן זײַנע, אָבער נישט געהאַט די זכיה צו זען די פּרעמיערע פֿון זײַן קרוין־ווערק, וואָס האָט אים געבראַכט אַ וועלט־באַרימטקייט.

נאָכן גרויסן רושם, וואָס „דער דיבוק‟ האָט אַרויסגערופֿן אין די טעאַטראַלע קרײַזן, איז אין פּוילן די פֿילם־פֿירמע „פֿעניקס‟ צוגעטראָטן צו פּראָדוצירן אַ פֿילם מיטן זעלבן נאָמען. דעם סצענאַר האָט אָנגעשריבן אַלטער קאַציזנע צוזאַמען מיט מאַרק אַמשטיין, די מוזיק האָט געשאַפֿן הענעך קאַהן מיט די בעסטע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון יענער צײַט, אַזעלכע ווי אַבֿרהם מאָרעווסקי אין דער ראָלע פֿון מיראָפּאָלער צדיק, אײַזיק סאָמבערג אין דער ראָלע פֿון משולח, לאה — לילי ליליאַנאַ.

מיטן חזן סיראָטאַ, כאָרעאָגראַפֿיע — יודית בערג; אָבער דאָס וויכטיקסטע — דער רעזשיסאָר מיכאל וואַשינסקי, וואָס האָט צוזאַמען מיט אַנאַטאָלי שטערן איבערגעשריבן דעם סצענאַר פֿון דאָס נײַ.

פֿאַר מיכאל וואַשינסקי איז עס געווען אַ מין אומקערן זיך צו זײַן קינדהייט, וווּ ער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדישער רעליגיעזער משפּחה פֿון וואָלין, נאָענט צו דעם אָרט, וווּ די מעשׂים פֿון „דיבוק‟ קומען פֿאָר. דעם פֿילם האָט מען געדרייט פֿינף וואָכן אין וואַרשע אין יאָר 1937. דער דערפֿאָלג איז אַריבער אַלע דערוואַרטונגען. מ׳האָט אים געוויזן איבער דרײַ חדשים אין „ספֿינקס‟, איינער פֿון די גרעסטע קינאָ־זאַלן אין וואַרשע. דאָס איז געווען דער ערשטער דערפֿאָלגרײַכער פֿילם אויף ייִדיש (מיט פּוילישע אונטערקעפּלעך), וואָס האָט געהאַט אַזאַ גרויסן דערפֿאָלג בײַ דער פּוילישער געזעלשאַפֿט.

פֿון דער ערשטער פֿאָרשטעלונג אָן אין 1920 (וואַרשע) שפּילט מען דעם „דיבוק‟ כּסדר איבער דער וועלט אין פֿאַרשידענע שפּראַכן, פֿאַרשידענע לענדער, פֿאַרשידענע אַדאַפּטאַציעס. אין 1921 ווערט „דער דיבוק‟ אויפֿגעפֿירט אינעם ניו-יאָרקער ייִדישן קונסט־טעאַטער, רעזשיסירט פֿון מאָריס שוואַרץ: לאה — צילי אַדלער, חנן — מאָריס שוואַרץ; דערנאָך — אין פֿאַרשידענע טעאַטערס איבער אַמעריקע, אין עסטרײַך, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך… אין ישׂראל האָט מען אויפֿגעפֿירט דעם „דיבוק‟ אויף העברעיִש אין אַלע העברעיִשע טעאַטערס צענדליקער מאָל.

לעצטנס שפּילט מען דעם „דיבוק‟ אין „גשר‟־טעאַטער. פֿון דעסטוועגן, איז די סאַמע באַקאַנטע און אומפֿאַרגעסלעכע לאה אין „דיבוק‟ געווען די אַקטריסע חנה רובֿינא (ראָווינאַ), וואָס די ראָלע איז איר נאָכגעגאַנגען אין אַלע אַנדערע וויכטיקע ראָלעס, וואָס זי האָט געשפּילט אין „הבימה‟־טעאַטער. אַרנאָ נאַדעל, דער ערשטער, וואָס האָט איבערגעזעצט דעם „דיבוק‟ אויף דײַטש, האָט אָנגעשריבן אַ ליד לכּבֿוד רובֿינא, „רובֿינאס קול‟, אין וועלכן ער דריקט אויס דעם רושם, וואָס די פֿאָרשטעלונג האָט אויף אים געמאַכט, באַזונדערס „לאה‟.

צו דער 1000טער פֿאָרשטעלונג פֿון „דיבוק‟ אין 1956 האָט חנה רובֿינא באַקומען דעם פּרס ישׂראל.

ס’איז נאָך אַ סך דאָ וואָס צו שרײַבסן וועגן דעם „דיבוק‟, און איך גלייב, אַז ס’וועלן זיך געפֿינען קינסטלער, וואָס וועלן אויסטײַטשן דעם „דיבוק‟ אויף פֿאַרשידענע אופֿנים. אָט, למשל, האַלט דר. יניבֿ גאָלדבערג, וועלכער האָט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט אויף דער טעמע „דיבוק‟, אַז לאה אין דער פּיעסע איז ש. אַנ-סקי אַליין.

אינטערעסאַנט, אַז אין ישׂראל איז „דער דיבוק‟ קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף ייִדיש — אַזוי, ווי דער מחבר האָט דאָס ווערק געשאַפֿן. אין די 1960ער יאָרן האָט דער אַקטיאָר מיכאל גרינשטיין געשטעלט דעם „דיבוק‟ אין באַגרענעצטע באַדינגונגען און אין אַ פּריוואַטן קליינעם טעאַטער. דר. יניבֿ גאָלדבערג האָט אין „ייִדישפּיל‟־טעאַטער געשטעלט דעם „דיבוק‟ אין אַ פֿאַרקירצטער, געלייענטער ווערסיע (מער האָט מען אים נישט דערמעגלעכט). לאָמיר האָפֿן, אַז אַ מאָל וועט עס געשען.

איך דערמאָן זיך, אַז אין וואַרשעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער אונטער דער אָנפֿירונג פֿון אידאַ קאַמינסקי, איז אין די אָנהייב 1950ער יאָרן געווען, קאָן מען זאָגן, מײַן סצענישער דעביוט אין „דיבוק‟. לאהן האָבן דעמאָלט געשפּילט דרײַ גוטע אַקטריסעס צווישן זיי די וווּנדערלעכע אַקטריסע שוראַ גרינהויז-טורקאָוו, וועלכע וווינט אין ישׂראל. שוין אַ לאַנגע צײַט ווי זי האָט אויפֿגעהערט צו שפּילן טעאַטער און איז געווען טעטיק אין „אַרבעטער רינג‟.

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s