מאָנטעסקיע און דאָס ייִדנטום (סוף)

לייזער לובאַרסקי

ווי באַוווּסט, איז די אַממערסטן דערלויבטע באַשעפֿטיקונג בײַ ייִדן אין דער מיטל־עלטערלעכער אייראָפּע געווען פֿאַרבונדן מיט מיסחר, דאָס הייסט, מיט געלט, וואָס האָט געוויס אַרויסגערופֿן אַנטיסעמיטיזם. ס’האָט אָבער אויך עקזיסטירט אַ צוזאַמענבונד צווישן דעם פֿילאָקאַפּיטאַליזם און דעם פֿילאָסעמיטיזם, ווען די ייִדן האָט מען באַזונדערס אָפּגעשאַצט איבער זייער קאָמפּעטענטקייט אין מיסחר. אַזאַ פּאָזיטיווע אייגנטימלעכקייט באַווײַזט זיך אין מאָנטעסקיעס גלענצנדיקער שאַפֿונג „אין גײַסט פֿון די געזעצן‟ (1748). לויט מאָנטעסקיע, ווירקט דער מיסחר פּאָזיטיוו אויף דער קולטור און אויף דעם כאַראַקטער פֿון דעם מענטש.

ס’איז גוט באַוווּסט זײַן באַרימטע אַרויסזאָגונג: „דער מיסחר היילט אונדז אויס פֿון פֿאַרדאָרבענע פֿאַראורטיילן. מע קען רעכענען, כּמעט פֿאַר אַן אַלגעמיינעם כּלל, אַז אומעטום, וווּ די כאַראַקטערן זײַנען געהאָרכזאַמע, איז אויך פֿאַראַן אַ מיסחר, און וווּ ס’איז דאָ דער מיסחר, דאָרט זײַנען די כאַראַקטערן געהאָרכזאַם. אַ דאַנק דעם מיסחר, האָבן די פֿעלקער זיך דערוווּסט וועגן די כאַראַקטערן פֿון אַנדערע פֿעלקער און געקענט פֿאַרגלײַכן זיי. דאָס האָט געבראַכט צו גוטע רעזולטאַטן!‟

monteskye-2

מאָנטעסקיע האָט אַנאַליזירט די פֿאַרבינדונג צווישן דער פֿאַראורטיילונג פֿון וואָכערייַ און דער עקאָנאָמישער אָפּגעשטאַנענקייט. ער האָט אָפּגעשאַצט דאָס פֿאַלן פֿונעם מיסחר אין דעם מיטל־עלטער פֿאַר אַ געפֿערלעכן אומגליק אין דער אייראָפּעיִשער געשיכטע. די סיבה פֿון דעם אומגליק, לויט זײַן מיינונג, איז באַשטאַנען אין דער אינטערפּרעטאַציע פֿון וואָכערײַ בײַ די מיטל־אַלטערלעכע קאַטוילישע טעאָלאָגן…

די מיטל־אַלטערע קריסטלעכע און ייִדישע טעאָלאָגן האָבן באַטראַכט די טערמינען „ברודער‟ און „פֿרעמדע‟ אויף זייער אייגענעם אופֿן און גענוצט אַזוי ווי ס׳האָט זיי געלוינט. זיי האָבן באַשלאָסן, אַז לײַען געלט אויף פּראָצענטן, איז תּמיד אַ זינד.
די מיטל־אַלטערלעכע קירכלעכע פֿילאָסאָפֿיע האָט פֿאַראורטיילט דאָס נעמען פּראָצענטן — אַ פּראַקטיק, וואָס לויט מאָנטעסקיע, איז אַ נייטיקער טייל פֿונעם מיסחר. ער האָט געזאָגט: „ווען מיר פֿאַרווערן אַ דערלויבטע צי אַ נויטווענדיקע זאַך, צווינגען מיר די מענטשן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט דעם, צו זײַן ניט אָרנטלעך‟.

אַזוי איז „קאָמערץ‟ געוואָרן די באַשעפֿטיקונג פֿונעם פֿאָלק, וואָס מ’האָט עס געמאַכט צו שאַנד און צו שפּאָט, און אין גיכן האָט שוין דער באַגריף „קאָמערץ‟ באַטײַט דאָס געפֿערלעכסטע וואָכערײַ, מיט מאָנאָפּאָל-פּרײַזן, מיט צונויפֿזאַמלען די שטײַער-רעשטן און אַלע אַנדערע ניט אָרנטלעכע מיטלען פֿון פֿאַרדינען געלט. די ייִדן, וועלכע האָבן זיך באַרײַכערט אויף אַזאַ אופֿן, האָבן אויך ניט ערלעך באַדינט די מאַכט. דאָס האָט געטרייסט די מאַסן, הגם ס’האָט ניט גרינגער געמאַכט זייער לאַגע.

מאָנטעסקיע מערקט אָפּ, אַז הונדערטער יאָרן האָט מען אַזוי אויסגענוצט די ייִדן, קאָנפֿיסקירט זייער האָב-און-גוטס, ווען זיי האָבן ניט געוואָלט זיך קריסטיקן און זיי פֿאַרברענט אויף שײַטערס („אין גײַסט פֿון די געזעצן‟). מאָנטעסקיע האָט אויך באַצייכנט, אַז די ייִדן האָבן פֿיל בײַגעטראָגן צו דעם אויפֿשטײַג פֿון דער ציוויליזאַציע און צום פֿאַרבעסערן די רעגירונג. דאָס איז אויך די געשיכטע, ווי אַזוי די באַשעפֿטיקונג פֿון די ייִדן מיט וואָכערײַ איז לעגאַליזירט געוואָרן אין דער קאַטוילישער וועלט.

lettres-persanes
די פּערסישע בריוו

דאָ איז פּאַסיק צו ברענגען די אויסצוגן פֿון מאָנטעסקיעס „פּערסישן בּריוו LX‟: „…אין פֿראַנקרײַך, דאָרט, וווּ ס’איז דאָ געלט, זענען פֿאַראַן אויך ייִדן. זיי פֿאַרנעמען זיך מיט דעם זעלבן, ווי אין פּערסיע: קיין זאַך איז ניט אַזוי ענלעך אויף אַן אַזיאַטישן ייִד, ווי אַן אייראָפּעיִשער ייִד…‟. און ווײַטער, אין דעם זעלבן בריוו, נאָר שוין מאָנטעסקיעס אָנשויונג אויף ייִדישקייט: „די ערשטע מאָנאָטעיִסטישע רעליגיע אין דער וועלט‟, „זיי ווײַזן אַרויס די גרעסטע איבערגעגעבנקייט צו זייער רעליגיע…‟, „די ייִדישע רעליגיע איז אַן אַלטער בוים, וואָס פֿון זײַן שטאַם זײַנען אויסגעוואַקסן צוויי צווײַגן, וועלכע האָבן באַדעקט מיט זיך די גאַנצע ערד — מאַכמעדאַנענטום און קריסטנטום. זי איז די מוטער, וועלכע האָט געבוירן צוויי טעכטער, וועלכע האָבן איר געבראַכט צרות און וווּנדן, ווײַל די רעליגיעס, אַממערסטן נאָענטע איינע צו דער צווייטער, זענען אין דער זעלבער צײַט, די אַממערסטן פֿײַנטלעכע צווישן זיך. אָבער, ווי שלעכט די טעכטער זאָלן זיך צו איר ניט באַציִען, הערט זי ניט אויף צו שטאָלצירן מיט דעם, אַז דווקא זי האָט זיי געבוירן; זי באַנוצט זיך דערמיט, כּדי אַרומצוכאַפּן די גאַנצע וועלט, בשעת איר בכּבֿודיקע עלטער כאַפּט אַרום אַלע צײַטן…‟.

די טעמע וועגן דער רעליגיע (וועגן דער נאַטור פֿון גאָט), זעצט פֿאָר מאָנטעסקיע אויך אין דעם בריוו LXIX, נאָר שוין אין דעם געדאַנקענגאַנג פֿון פֿאַרשידענע פֿילאָסאָפֿן וועגן דער ניט־פֿולקומקייט פֿון גאָט און דעם, אַז דעם אייבערשטן פֿעלט עפּעס אַ גאַנצקייט (למשל: כאָטש גאָט איז אַלמעכטיק, קען ער אָבער ניט אי עובֿר זײַן זײַנע צוזאָגן, אי אָפּנאַרן מענטשן).

אויף דער טעמע „מאָנטעסקיע און די ייִדן‟ זײַנען געוויס פֿאַראַן אַ סך ווערק, וועלכע באַווײַזן זײַן פֿילזײַטיק געשטאַלט און זײַנע פּאָזיטיווע באַציִונגען צו די ייִדן, איבערהויפּט אין די שווערע לעבנס-תּנאים פֿון די יידן אין גלות. דער ציל פֿון דעם אַרטיקל איז צו ווײַזן אַ וויכטיקע ניט ייִדישע פּערזענלעכקייט, וועלכע האָט זיך באַצויגן אָביעקטיוו צו ייִדן, און אין זײַנע צײַטן זיי פֿאָרגעשטעלט פּאָזיטיוו, להיפּוך פֿון אַזעלכע אַנטיסעמיטן ווי וואָלטער און אַנדערע.

* * *

שאַרל-לויִ מאָנטעסקיע איז אַרויסגעקומען פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע, וואָס האט געלעבט אין באָרדאָּ פֿונעם 15טן י.ה. ער איז געווען דער צווייטער פֿון זעקס קינדער, געלערנט רעכט, און אין יאָר 1708 געוואָּרן אַן אַדוואָקאַט. ער איז געווען אַ ראַטגעבער און פּרעזידענט אינעם פּאַרלאַמענט פֿון באָרדאָ. אין יאָר 1715 האָט מאָנטעסקיע חתונה געהאַט מיט זשאַנע דע לאַרטינג (Jeanne de Latirg), מיט וועלכער ער האָט געהאַט דרײַ קינדער.

אין יאָר 1721 פּובליקירט מאָנטעסקיע אַנאָנים זײַן בוך „די פּערסישע בריוו‟, וואָס איז געוואָרן אַ ליטעראַרישע סענסאַציע. דער צענזור-פֿאַרבאָט האָט בלויז מיטגעווירקט דער פּאָפּולערקייט פֿונעם בוך און דער נאָמען מאָנטעסקיע איז באַרימט געוואָרן אין גאַנץ אייראָפּע.

אין די מײַלער פֿון די העלדן אין די „פּערסישע בריוו‟ האָט מאָנטעסקיע אַרײַנגעלייגט זײַן דרייסטע קריטיק פֿון דעם פֿראַנצויזישן פּאָליטישן לעבן. דאָס בוך האָט געטראָגן סאַרקאַסטישע אָפּשאַצונגען אויף לודאָוויג דעם XIV, געשילדערט ניט איבעריק שיין די נאַטור פֿון די הויפֿלײַט. דער מחבר איז אויך אויפֿגעבראַכט געוואָרן פֿון דעם פֿאַנאַטיזם מצד דער קאַטוילישער קירך, וואָס האָט פֿאַרפֿאָלגט די, וועלכע טראַכטן אַנדערש.

אין יאָר 1726 איז מאָנטעסקיע אַריבערגעפֿאָרן קיין פּאַריז. ער האָט ליב געהאַט די פּאַריזער סאַלאָנען פֿאַר זייער וועלטלעכקייט און געהאַסט ווערסייַ פֿאַר זײַן צערעמאָנישקייט. מיט צוויי יאָר שפּעטער איז ער געוואָרן אַ חבֿר פֿון דער פֿראַנצויזישער אַקאַדעמיע און שפּעטער האָט מען אים אויסגעקליבן אין דער לאָנדאָנער און בערלינער אַקאַדעמיעס. ער האָט געשאַפֿט ווערק אויף פּאָליטיש-רעכטלעכע טעמעס.

אין די יאָרן 1731-1728 האָט מאָנטעסקיע דורכגעמאַכט לאַנגדויערנדיקע רײַזעס אין אייראָפּע, געלערנט די געזעצן און מינהגים פֿון לענדער, געאָגראַפֿיע, דעם וועטער, טעמפּעראַמענט און נאַטור פֿון דער באַפֿעלקערונג. די בריטישע מלוכה-אינסטיטוציעס און דער פּאַרלאַמענט האָבן בײַ אים אַרויסגערופֿן אַן אָפּשײַ צו דער קאָנסטיטוציאָנעלער רעגירונגס-פֿאָרעם.

אין דעם „אין גײַסט פֿון די געזעצן‟ איז פּראַקטיש ניט דערמאָנט דער אַלטער טעסטאַמענט, נאָר די געדאַנקען פֿון מאָנטעסקיע באַווײַזן קלאָר, ווי אַזוי ער באַציט זיך צו די ייִדן אין זײַנע שאַפֿונגען. ער ווענדט זיך צו זיי, כּדי צו באַטראַכטן דעם אמת. ער טיילט דײַטלעך אויס דעם אונטערשייד צווישן די אַמאָליקע ייִדן און די הײַנטיקע. לויט זײַן מיינונג, נעמען זיך די אומגליקן בײַ די ייִדן צוליב דער אומטאָלעראַנטקייט צו זייער רעליגיע און צו די ספּעציפֿישע באַזונדערקייט פֿון די ייִדישע כאַראַקטערן.

בנוגע די הײַנטיקע ייִדן, טרעט מאָנטעסקיע אַרויס ווי אַ רעפֿאָרמאַטאָר: „כּדי די פֿראַנצייזישע קיניגרײַך זאָל זיך אַנטוויקלען און דערגרייכן צו אַ פּראָספּעריטי, דאַרף מען אָפּשאַפֿן אַלע פּריוואַטע שטײַערן, וואָס מ’האָט אַרויפֿגעלייגט אויף די ייִדן און געבן זיי גרויסע פּריִווילעגיעס…‟

מאָנטעסקיע איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינער צווישן די גרונטלייגערס פֿון די הײַנטצײַטיקע פֿאָרמען פֿון דער רעפּרעזענטאַטיווער דעמאָקראַטיע.

מאָנטעסקיע איז געשטאָרבן אין יאָר 1755 פֿון אַ לונגען-אָנצינדונג. ער איז געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אין דער קירך סען-סיולפֿיס (זײַן קבֿר האָט זיך ניט פֿאַרהיט).

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s