לאַפּסוס־קאַקטוס — 28

אימענינעס, אימעניניק, אימעניניצע

פֿאַר די הײַנטיקע ייִדישיסטן, וואָס קומען נישט אַרויס פֿון די געוועזענע סאָוועטישע געביטן, זײַנען די דרײַ ווערטער ווייניק באַקאַנט. און אויב שוין יאָ באַקאַנט, איז מערסטנס פֿון ליטעראַטור.

וואָס זשע מיינטס עס, דאָס וואָרט אימענינעס און פֿון וואַנען האָט זיך עס גענומען?

אינעם יסוד ליגט דאָס סלאַווישע וואָרט „אימיאַ‟ (имя), וואָס דער טײַטש איז — נאָמען; און מיינען מיינט עס, אַ פּערזענלעכע שׂימחה. אין תּוך גערעדט, איז עס אַ שׂימחה לכּבֿוד דעם קריסטלעכן מינהג צו געבן דעם נײַ־געבוירענעם נפֿש אַ נאָמען בשעת דער קריסטיקונג.

אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וווּ כ׳בין געבוירן געוואָרן און אָפּגעלעבט איבער 40 יאָר, האָט מען, חס־וחלילה, קיין רעליגיעזן זין אין דעם וואָרט נישט אַרײַנגעלייגט; געבליבן איז בלויז דער אויסערלעכער סימן, דער פּראַוואָסלאַוונער יאָדער — איז אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן.

וואָס זשע האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אָט די אימענינעס? בדרך־כּלל, איז עס געווען אַ משפּחה־שׂימחה, צו וועלכער עס זײַנען פֿאַרבעטן געוואָרן די קרובֿים און נאָענטע פֿרײַנד. דער אימעניניק אָדער די אימעניניצע איז געזעסן אויבן אָן און די געסט האָבן נישט בלויז באַגריסט אים/זי מיט אַ קוש אין בעקעלע, נאָר אומבאַדינגט געדאַרפֿט שענקען אַ מתּנה. דערנאָך האָט מען זיך שוין געזעצט צום טיש און געפּראַוועט די אימענינעס מיט אַלע פּישטשעווקעס.

דער געבוירן־טאָג און די אימענינעס האָבן נישט געמוזט צונויפֿפֿאַלן אין איין טאָג; אימענינעס פֿלעגט מען געוויינטלעך מאַכן אינעם ערשטן זונטיק נאָכן געבוירן־טאָג אָדער אַפֿילו שפּעטער. אימענינעס זײַנען געווען פֿאַר קינדער און פֿאַר דערוואַקסענע, און נישט זעלטן פֿלעגט זיך טרעפֿן, אַז דער אימעניניק איז געווען דאָס קינד, אָבער די אימענינעס האָבן געפּראַוועט די דערוואַקסענע.

מײַנע ערשטע אימענינעס האָבן זיך מיר פֿאַרגעדענקט בײַ מײַנע דרײַ אָדער פֿיר יאָר. דאָס לעבן איז דעמאָלט געווען גאָר נישט קיין לײַכטס, אַזוי אַז דער טיש האָט זיך פֿון פּאַרשיידן־מיניקע פּאָטראַוועס נישט געבראָכן; בפֿרט, אַז איך בין געבוירן געוואָרן אין יאַנואַר. אָבער פֿאַר קינדער איז גענוג געווען צו זען אויפֿן טיש זיסוואַרג און זיסע גאַזיראָווקע, אַז די אייגעלעך זאָלן שוין ווערן גרעסער און וועלן אַלץ פֿאַרזוכן.

אַרום דעם טיש אינעם אייבערשטן צימער האָבן זיך אויסגעזעצט אַרום צען ייִנגעלעך, מײַנע חבֿרים, קינדער פֿון אונדזערע שכנים. זייערע מאַמעס זײַנען פֿאַרבליבן וואַרטן אין צווייטן צימער. פֿאַרשטייט זיך, אַז איידער מ׳האָט זיך אויסגעזעצט, האָט יעדער צוגעטראָגן זײַן מתּנה און מיט אַ קליינעם חשק זי איבערגעגעבן אין מײַנע הענט — שפּילעכלעך, ביכלעך, אַ גומענער באַל, אַ פּושקע „מוידאָדיר‟ [1] מיט אַ שטיקל זייף, ציין־בערשטעלע און ווײַסן ציין־פּראָשיק. צו מאָל זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן די זעלבע מתּנות פֿון פֿאַרשיידענע געסט, און צו מאָל האָט זיך צו מיר אומגעקערט די מתּנה, וואָס כ׳האָב געהאַט עמעצן געשענקט מיט אַ יאָר צוריק.

גענוג בענקלעך פֿאַר אַלע מײַנע געסט איז אין שטוב נישט געווען, האָט דער טאַטע געשטעלט אין ביידע עקן טיש אַ טאַבורעט און אויף די צוויי טאַבורעטן אַנידערגעלייגט אַ ברייטע ברעט, אַרומגעוויקלט מיט אַ דין קילעמל, ס׳זאָל זײַן באַקוועם צו זיצן. אײַנזיצן אויף אַן אָרט איז מײַנע חבֿרים געווען נישט גרינג, נישט געקוקט אַפֿילו אויף דעם געשמאַקן געבעקס און לימענאַד. איז אַזוי געשען, אַז אין אַ מאָמענט האָבן די ייִנגעלעך אויפֿגעשפּרונגען פֿון דער באַנק און מײַן חבֿר, מוסיע, וואָס איז געזעסן אויפֿן סאַמע עק, האָט זיך איבערגעקערט און זיך אַ זעץ געטאָן אין קאָפּ אַרײַן.

די שׂימחה איז געווען פֿאַרשטערט. מוסיע האָט געקוויטשעט און גערעוועט, און זײַן מאַמע האָט אים נישט געקאָנט באַרויִקן. ענדלעך, האָט ער מיט אַ כליפּ אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך, אַז ער וויל זײַן מתּנה צוריק. די איבעריקע מײַנע געסט, וואָס האָבן ערשט אַזוי האַסטיק געכאַפּט פֿונעם טיש די געשמאַקע קיכעלעך און קנישיקלעך, און פֿאַרטרונקען זיי מיט לימענאַד, האָבן אויך אָנגעהויבן קוויטשען און פֿאָדערן מע זאָל זיי אומקערן זייערע מתּנות…

אויפֿן טאָרט „נאַפּאָלעאָן‟ האָט זיך קיינער פֿון מײַנע געסט נישט דערוואַרט. איך בין געבליבן זיצן אויפֿן דיל און זיך אַליין געשפּילט מיטן מאַשינקעלע, די איינציק געבליבענע מתּנה, וואָס אונדזער שכנה האָט מיר געבראַכט אין דער פֿרי. איר זון האָט נישט געקאָנט קומען אויף מײַנע אימענינעס, מחמת ער איז געליגן אין דער היים מיט אַן אַנגינע.

[1] „מוידאָדיר‟ — דעם נאָמען האָט געטראָגן אַ זייער פּאָפּולער קינדער־ביכעלע פֿונעם רוסישן שרײַבער קאָרניי טשוקאָווסקי

מיט די בעסטע וווּנטשן, אײַער לאַפּסוס־קאַקטוס кактус

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s