פֿונעם ציקל: „דאָס ייִדישע שטעטל בויט קאָמוניזם”
משה לעמסטער
וועט איר דאָך זאָגן: „וואָס? ווער? ווען? נישט געשטויגן און נישט געפֿלויגן! ווי קאָן דאָס זײַן? וואָס פֿאַר אַ שײַכות קאָן האָבן זלמן דער אײַנקויפֿער צו דעם פֿיזיקער וועלוולען?‟ און טאַקע? זלמן האָט אין די מאָלדאַווישע דערפֿער אײַנגעקויפֿט בײַ די היגע פּויערים: אייער, ניס, פֿרוכטן, פֿאַר די שטעטלדיקע מאַגאַזינען; און וועלוול איז אַ פֿיזיקער, וואָס האָט געעפֿנט אַ ספּעציפֿישן פֿיזישן געזעץ! דער געזעץ, ווי מע האָט מיר דערקלערט, זאָגט, אַז אין געוויסע טעכנאָלאָגישע פּראָצעסן ווערן אײַנגעהיט די קליינע גרייסן פֿון אייניקע פֿיזישע פּאַראַמעטערס. פֿו, קוים אויסגערעדט. נאָר שאַ, שטיל, צעהיצט זיך ניט, אײַלט זיך ניט מיט אײַערע אויספֿירן. צוערשט, הערט אויס וואָס איך וועל אײַך דערציילן, און דערנאָך זאָלט איר האָבן צו מיר טענות.
אין די 1950ער יאָרן האָט מען בײַ אונדז אין שטעטל ניט געפּראַוועט קיין גרויסע חתונות, ניט געדונגען וועגן דעם קיין געראַמע זאַלן. די חתונות האָט מען געשפּילט אין אַ באַזונדער שטייענדיקער שטוב מיט גרויסע צימערן. צום בײַשפּיל, בײַ שמואל טרייגערן, וואָס האָט געוווינט אויף סטאַלין־גאַס. טאַקע אויף אַזאַ חתונה אין שמואל טרייגערס שטוב איז פֿאָרגעקומען אַן אומבאַמערקט געשעעניש, וואָס האָט, אָבער, שפּעטער זייער געווירקט אויפֿן גורל פֿון אונדזער העלד.

וועלוול איז דעמאָלט, אין די פֿופֿציקער יאָרן, אַלט געווען אַ צוועלף יאָר. געוואַקסן איז ער אָן אַ טאַטן. זײַן מאַמע האָט געאַרבעט ווי אַ בוכהאַלטערין אויפֿן אָרטיקן קאָנסערוון־זאַוואָד און אַליין דערצויגן דעם זון. זייער שכן איז געווען זלמן דער אײַנקויפֿער. אין אַ טאָג זענען זיי, הייסט עס, זלמנס משפּחה און וועלוול מיט זײַן מאַמען, געגאַנגען אויף אַ חתונה, וואָס מע האָָט געיום־טובֿט אין שמואל טרייגערס שטוב. די מאַמע האָט מיטגענומען מיט זיך וועלוולען ער זאָל זיך דאָרט גוט אָנעסן, ווײַל אין יענער צײַט האָט מען געלעבט אָרעם. וועלוול האָט מיט אַפּעטיט געגעסן און געטרונקען אַ סך זיסן לימאָנאַד. פֿאַרשטייט זיך, איז געקומען אַ מאָמענט, ווען וועלוולען האָט זיך פֿאַרגלוסט פּישן. קיין טואַלעט איז אין שטוב דעמאָלט ניט געווען. האָט וועלוולס מאַמע געבעטן דעם שכן זלמנען, אַז יענער זאָל אַרויסגיין מיט איר זון אין דרויסן, ווײַל ס’איז שוין טונקל געווען. זיי זענען אַרויס און צוגעגאַנגען צו די קופּעס אָנגעהאַקטע שײַטלעך האָלץ, צוגעגרייט אויף ווינטער. טוענדיק זײַן באַדערפֿעניש, האָט וועלוול אַ קוק געטאָן אין אַ זײַט און דערזען, אַז זלמן טוט דאָס זעלבע. צוערשט, האָט זיך אים אויסגעוויזן, אַז יענער האַלט אין דער האַנט אַ שטיק האָלץ פֿון דער קופּע, נאָר ווען ער האָט זיך בעסער צוגעקוקט זעט ער, אַז פֿון דעם שטיק האָלץ גיסט זיך אַ שטראָם. וועלוול האָט ניט אויסגעהאַלטן און שטיל געפֿרעגט בײַ זלמנען מיט אַ ציטערנדיק קול: „פֿעטער זלמן, מײַן פּעצקע וועט אויך אויסוואַקסן אַזוי גרויס?‟ שפּעטער מיט אַ מינוט איז אים שוין באַנג געווען, וואָס ער האָט דאָס געפֿרעגט. זלמן, וואָס האָט געשמט ווי אַ גרויסער קאַטאָוועס־טרײַבער, האָט געענטפֿערט: „אַוודאי, אויב דו וועסט פֿאָלגן די מאַמען, גוט עסן און לערנען זיך נאָר אויף פֿינפֿטלעך!‟. וואָס נאָך האָט געקאָנט זאָגן אַ דערוואַקסענער מענטש דעם קינד.
די צײַט איז געגאַנגען. וועלוול האָט זיך געסטאַרעט צו לערנען זיך אויף פֿינפֿטלעך, געפֿאָלגט די מאַמען, גוט געגעסן, נאָר אויף דער גרייס פֿון זײַן קליינעם האָט דאָס כּמעט ניט געווירקט. פֿון צײַט צו צײַט פֿלעג ער מעסטן מיט אַ ווירע די גרייס, נאָר גאָרנישט — קוים-קוים אַ פּאָר סאַנטימעטער. נאָר וועלוול איז דאָך געווען אַ קלוגער בחור. האָט ער אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז צווישן דער גרייס פֿון זײַן קליינעם און דעם „פֿאָלגן, עסן און לערנען‟ איז ניט פֿאַראַן קיין שום פֿאַרבינדונג. אַז דער שכן האָָט אים פּשוט אָפּגענאַרט. נו, איז מילא, ניט קיין גרויסע טראַגעדיע. בײַ אַ סך זײַנע פֿרײַנד זענען די קליינע געווען ניט גרעסער ווי זײַנער. אַלץ וואָלט געווען אין אָרדענונג, ווען ניט דער פֿריילעכער זלמן!
נאָך יענער חתונה אין שמואל טרייגערס שטוב, ווי נאָר זלמן פֿלעג דערזען וועלוולען, האָָט ער אים באַלד געפֿרעגט: „נו, וועלוול, ס’וואַקסט, ס’וואַקסט?‟ — און דערצו נאָך לאַכן פֿון זײַן אייגענער חכמה. וועלוול האָט נעבעך געטראַכט: „אים איז גוט צו לאַכן. אויף זײַן אָרט וואָלט איך אויך געלאַכט…‟ וועלוול האָט זיך אָנגעהויבן באַהאַלטן פֿון זלמנען. דערזעענדיק אים פֿון דער ווײַטנס, איז ער איבערגעגאַנגען אויף דער צווייטער זײַט גאָס. נאָר יענער פֿלעג פֿאָרט שרײַען פֿון דער ווײַטנס אויף אַ קול: „נו, וועלוול, ס’וואַקסט, ס’וואַקסט?‟ איז מילא, ווען ס’וואַקסט כאָטש — איז דאָך ניין! די הענט און די פֿיס וואַקסן, דער קערפּער ווערט העכער און דער קליינער ווי פֿאַרכּישופֿט, האָָט זיך פֿאַרעקשנט אויף ניט צו וואַקסן.
וועלוול האָט פֿאַרענדיקט די מיטלשול מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל, אַרײַנגעטראָטן אין קעשענעווער אוניווערסיטעט אויף דעם פֿיזישן פֿאַקולטעט. ווען ער פֿלעג צוויי מאָל אין יאָר קומען אויף קאַניקולן אין שטעטל, האָט ער זיך געהיט צו באַגעגענען זלמנען. נאָר אַ פּאָר מאָל האָט אים זלמן יאָ געפּאַקט מיט זײַן: „נו, וועלוול, ס’וואַקסט, ס’וואַקסט?‟
נאָכן פֿאַרענדיקן זײַן לערע אין אוניווערסיטעט איז וועלוול געבליבן אַרבעטן אין קעשענעוו אויף אַ מיליטערישן געהיים־זאַוואָד. דאָ האָט ער געעפֿנט זײַן פֿיזישן געזעץ. ווי אַזוי ס’איז אים געקומען אין קאָפּ אַרײַן די אידעע פֿון דעם געזעץ, ווייס איך ניט. די קאָלעגן זײַנע האָבן זיך געחכמהט און גאָר פּשוט פֿאָרמולירט דעם דאָזיקן געזעץ וועגן אײַנהיטונג פֿון די קליינע גרייסן: „דער קליינער בלײַבט אַ קליינער!‟. אין קעשענעוו האָט ער חתונה געהאַט און די פֿרוי האָט אים געבוירן אַ זון. שפּעטער זענען זיי עולה געווען קיין ישׂראל.
נאָר, ווי מע זאָגט, לאָמיר רעדן וועגן פֿריילעכערע זאַכן, הייסט עס, וועגן אונדזער שטעטלדיקן בית־עלמין.
געווען בײַ אונדז נאָך אַ פֿיזיקער, ריכטיקער געזאָגט, אַ לערער פֿון פֿיזיק אין דער מיטלשול. געהייסן האָט ער ראובֿן. וועגן אַזוינע מענטשן ווי ראובֿן זאָגט מען: „ער האָט גאָלדענע הענט!‟. נאָר אויף צו זײַן אַ פֿיזיקער זענען ניט אַזוי וויכטיק די גאָלדענע הענט. מע דאַרף האָבן כאָטשבי אַן אײַזערנעם קאָפּ. אָפּאַרבעטנדיק אין שול איין לערן־יאָר נאָכן פֿאַרענדיקן דעם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט, האָט ראובֿן פֿאַרשטאַנען, אַז די פֿאַך פֿון לערער איז ניט פֿאַר אים. און אַ דאַנק זײַנע גאָלדענע הענט, האָט ער אָנגעהויבן צו מאַכן שיינע מצבֿות פֿאַר קבֿרים. געוואָרן דער איינציקער מײַסטער פֿאַר דער אַרבעט, אויף וועלכער דעמאָלט איז געווען אַ גרויסער אָנפֿרעג. ער פֿלעג אויך מאַכט די ספּעציעלע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿאַר די מצבֿות. פֿון אים, פֿון ראובֿענען, האָָט זיך טאַקע אָנגעהויבן בײַ אונדז אין שטעטל אַ נײַע, קאָן מען זאָגן, תּקופֿה פֿון די דאָזיקע ריטועלע באַדינונגען. ראובֿן איז דערצו געווען אַ פֿריילעכער, לעבנסלוסטיקער אָפּטימיסט. דערפֿאַר טאַקע האָבן די מענטשן אויף די פֿאָטאָס פֿון די מצבֿות צי געשמייכלט, צי געלאַכט. אויף אונדזערן בית־עלמין האָט מען אויסגעטיילט אַ נײַעם שטח, וווּ אַלע מצבֿות און די פֿאָטאָס אויף זיי, האָט געמאַכט ראובֿן. די, וואָס פֿלעגן קומען פֿאַרטרויערט צו אַ קרובֿ, צי צו אַ באַקאַנטן, וועלכן מע האָָט געבראַכט צו קבֿורה אויפֿן נײַעם שטח, זענען, צוליב די לוסטיקע פֿאָטאָס אויף די דענקמעלער, אַרויס פֿון דאַנען אין אַ גוטער שטימונג, מיט אַ באַהאַלטענעם שמייכל אויפֿן פּנים און מיטן געדאַנק, אַז, ווײַזט אויס, איז אויף יענער וועלט ניט אַזוי אומעטיק.
ראובֿן פֿלעג גוט פֿאַרדינען. אַ סך מערער פֿון די לערערס. ווען ער פֿלעג זיך אויף פֿאַרשיידענע שׂימחות טרעפֿן מיט זײַנע געוועזענע קאָלעגן פֿון דער מיטלשול, האָט ער, האַלטנדיק אַ גלעזל בראָנפֿן אין דער האַנט, זיי געזאָגט: „איך ווייס, אַז איר פֿאַרדינט קליינע געלטער פֿאַר אײַער וויכטיקער אַרבעט, איז אויב חלילה עמעצער פֿון אײַך וועט שטאַרבן, זאָג איך אײַך צו, אַז איך וועל אומזיסט, אָן געלט, שטעלן פֿאַר דעם געשטאָרבענעם אַ מצבֿה. דערנאָך פֿלעג ער נעמען זײַן פֿאָטאָאַפּאַראַט און פֿאָטאָגראַפֿירן די לערער, זאָגנדיק דערצו: „אַ שמייכל, אַ שמייכעלע…‟ אונדזערע ייִדן האָבן אַפֿילו געזאָגט אויף אַ געפֿערלעך קראַנקן מענטשן: „ער שמייכלט שוין פֿאַר ראובֿנען…‟
איצט וועלן מיר זיך צוריקקערן צו אונדזער העלד, צו דעם פֿיזיקער וועלוולען. זײַן מאַמע איז געבליבן אין שטעטל, ניט געוואָלט עולה זײַן. אין עטלעכע יאָר אַרום נאָך דעם וואָס איר זון האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל, איז זי געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַקע. מע האָט זי געבראַכט צו קבֿורה. ראובֿן האָט איר געשטעלט אַ בכּבֿודיקע מצבֿה. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז וועלוול געקומען אין שטעטל אויף קבֿר־אָבֿות. ער איז געשטאַנען לעבן דער מצבֿה, פֿון וועלכער עס האָט געשמייכלט צו אים זײַן מאַמע. דערנאָך האָט ער זיך אַרומגעקוקט. אויף אים פֿון אַלע זײַטן האָבן געקוקט באַקאַנטע שמייכלענדיקע מענטשן. און פּלוצעם!.. עטלעכע שפּאַן פֿון זײַן מאַמעס קבֿר איז געשטאַנען די מצבֿה פֿון דעם געוועזענעם שכן זלמנען. אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע האָט זלמן געלאַכט, געלאַכט פֿאַרוואַרפֿנדיק דעם קאָפּ אויף צוריק. און וועלוולען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ער הערט זלמנס: „נו, וועלוול, ס’וואַקסט, ס’וואַקסט?‟
מער איז שוין וועלוול ניט געקומען אַהערצו אויף קבֿר־אָבֿות…
און איר זאָגט סאַראַ שײַכות… זלמן דער אײַנקויפֿער און וועלוול דער פֿיזיקער?…