יעווגעני קיסין
אויגוסט 18
געלײגט זיך שלאָפֿן 10.45 אַ זײגער, אײַנגענומען אַליװ PM, אײַנגעשלאָפֿן אַרום 2, אױפֿגעכאַפּט זיך 6.30, דערנאָך 9.45. ניט אױסגעשלאָפֿן זיך, נאָר אױפֿגעשטאַנען, כּדי איבערצושלאָגן דעם דאָזיקן רעזשים. שױן זעקס טעג בין איך דאָ אָפּגעװען, אין דרײַ טעג אַרום קערן מיר זיך אום אַהײם — ס׳איז שוין צײַט ברענגען דעם שלאָף אין אָרדענונג!
לאַנג שפּאַצירט איבערן גרױסן פּאַרק און געהאַלטן אין אײן אײַנחזרן אױף אױסװײניק זשאַבאָטינסקיס „װעגן דער אײַזערנער װאַנט‟ אין דער ענגלישער איבערזעצונג. אינעם רוסישן אָריגינאַל האָב איך דעם אַרטיקל אױסגעלערנט מיט יאָרן צוריק, נאָר כ׳מײן, אַז עס װעט זײַן נוצלעכער צו קענען אים אױף ענגליש: גראָד אױף ענגליש װעל איך דאַרפֿן ציטירן פֿראַגמענטן פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל, כּדי איבערצוצײַגן מענטשן אין דער גערעכטיקײט פֿון ציוניזם.
אױפֿן װעג צוריק אינעם האָטעל האָב איך געזען אַ מין „מעמאָריאַל‟ לכּבֿוד שאָפּענען: אַ הױכן שטײן, באַדעקט מיט געבלעטער, אין מיטן — אַן אײַזערנער טאָװל מיט אַ לאַנגער אױפֿשריפֿט, און איבערן טאָװל — שאָפּענס באַרעליעף. אָפּגערוט זיך אױף אַ באַנק דערנעבן.
פֿון שאָפּענס מוזיק האָט זיך אָגעהױבן מײַן קאָנצערט–טעטיקײט. שױן אינעם צװײטן קלאַס האָב איך געשפּילט אױף אַ שול–קאָנצערט שאָפּענס דרײַ מאַזורקעס און אַ װאַלס. דער טאַטע האָט רעקאָרדירט מײַן אױפֿטריט אױף אונדזער אַלטן מאַגניטאָפֿאָן „אַדידאַס‟; דערנאָך האָב איך ניט אײן מאָל געהערט יענע רעקאָרדירונג, און ביז איצטער קלינגט נאָך בײַ מיר אין די אױערן דאָס קולכל פֿונעם מײדעלע, װאָס האָט אַנאָנסירט: „שאָפּען. דרײַ מאַזורקעס און אַ װאַלס. ס׳װעט אױסשפּילן דער שילער פֿונעם צװײטן קלאַס זשעניע קיסין.‟
אױף מײַנע ערשטע סאָלאָ–קאָנצערטן, װען איך בין געװען אַלט עלף יאָר, איז דער גרעסטער טײל פֿון מײַן פּראָגראַם באַשטאַנען פֿון שאָפּענס װערק: אין דער מיט פֿונעם ערשטן טײל האָב איך געשפּילט עטלעכע מאַזורקעס זײַנע, אינעם צװײטן — דעם פֿאַ–מינאָר קאָנצערט (מיט אַ צװײטן קלאַװיר). מיט אַ יאָר שפּעטער, אױף מײַן דעביוט אינעם גרױסן זאַל פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע האָב איך געשפּילט שאָפּענס ביידע קאָנצערטן מיטן אָרקעסטער. שאָפּען האָט תּמיד פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין מײַן רעפּערטואַר. אַלע, פֿון סאַמע אָנהײב אָן פֿון מײַן קאַריערע, פֿלעגן זאָגן, אַז שאָפּענס מוזיק איז דאָס, װאָס איך שפּיל אַם בעסטן.
װען איך האָב געטראָפֿן ריכטערן צום לעצטן מאָל (גוט האָב איך אים ניט געקענט, כ׳האָב געהאַט בלױז פֿיר קורצע באַגעגענישן מיט אים), האָט ער מיר געזאָגט, אַז איך בין אַ שאָפּעניסט. אַלײן אָבער האָב איך במשך פֿון לאַנגע יאָרן קײן מאָל ניט געפֿילט, אַז שאָפּען איז מיר ליבער אײדער, אַ שטײגער, בעטהאָװען און אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן (הגם זײער פֿיל צײַט איז פֿאַרבײַ, ביז װאַנעט איך האָב זיך אױסגעלערנט גוט שפּילן בעטהאָװענס מוזיק). בלױז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך ענדלעך דערפֿילט מיט אַלע אבֿרים, אַז ס׳איז דװקא אַזױ, אַז פֿון אַלע גרױסע קאָמפּאָזיטאָרן איז שאָפּען מיר דער נאָענטסטער צום האַרצן — און פֿון דעמאָלט אָן פֿיל איך עס אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער…
הײַנט האָט זיך מיר עפּעס פֿאַרװאָלט הערן גילעלסעס רעקאָרדירונג פֿון װעבערס צװײטער סאָנאַטע. װי געניאַל האָט ער זי געשפּילט, באַזונדערס דעם ערשטן טײל! אַוודאי, האָב איך תּמיד זײער ליב געהאַט די דאָזיקע רעקאָרדירונג, נאָר דאָס מאָל האָב איך עפּעס באַזונדערס שאַרף דערפֿילט די אַלע ניואַנסן פֿון אָט דער אינטערפּרעטאַציע. דער דריטער טײל, לױט מײַן מײנונג, װאָלט געקאָנט זײַן לײַכטער: ס׳איז דאָך װעבער, ניט בראַמס אָדער ראַכמאַנינאָװ. נאָר אַל דאָס איבעריקע איז אַן עכטער שעדעװער!
גילעלס… אַ מין טיפֿקײט, אַ מין מאַסשטאַב און אינערלעכע קראַפֿט! און אױב מע הערט זײַנע סאַמע ערשטע, יוגנטלעכע רעקאָרדירונגען, מע פֿאַרגלײַכט זײ מיט דעם, װאָס ער האָט דערגרײכט שפּעטער, באַזונדערס אינעם לעצטן פּעריאָד פֿון זײַן לעבן, און מע באַנעמט, װאָס פֿאַר אַ ריזיקן דרך ער האָט דורכגעמאַכט אין זײַן שאַפֿערישקײט, — בלײַבט נאָר זיך טיף פֿאַרנײגן פֿאַר אַזאַ גאָון…
פֿון לאַנג שױן שטרײַט מען, װער איז בעסער: גילעלס צי ריכטער. לױט מיר נאָך, איז עס זײער אײנפֿאַך — מ׳דאַרף פּשוט פֿאַרגלײַכן ריכטערס און גילעלסעס רעקאָרדירונגען פֿון פֿאַרשײדענע װערק: צום בײַשפּיל, בעטהאָװענס „האַמערקלאַװיר‟–סאָנאַטע, שומאַנס „סימפֿאָנישע עטיודן‟, בראַמס׳ ערשטע סאָנאַטע, טשײַקאָװסקיס ערשטן קאָנצערט, פּראָקאָפֿיעװס אַכטע סאָנאַטע… ריכטער האָט געשפּילט זײער גוט — נאָר גילעלסעס אינטערפּרעטאַציעס זײַנען דאָך אױף אַזױ פֿיל רײַכער, טיפֿער, טאַלאַנטפֿולער!
אין אָוונט בין איך װידער געגאַנגען אױף אַ שפּאַציר און געזען דעם בנין, װוּ גאָנטשאַראָװ האָט געװױנט און אָנגעשריבן אַ גרעסטן טײל פֿון זײַן ראָמאַן „אָבלאָמאָװ‟ (אַזױ איז אָנגעשריבן אױפֿן טאָװל מיט זײַן באַרעליעף). עס זײַנען פֿאַראַן עטלעכע ביכער, װאָס כ׳האָב אַ מאָל אָנגעהױבן לײענען און ניט געקאָנט זיי צעקײַען; אײן בוך פֿון זײ איז געװען טאַקע „אָבלאָמאָװ‟. שפּעטער האָב איך געלײענט ערגעץ–װוּ, אַז פּראָקאָפֿיעװ האָט אױך ניט געקאָנט לײענען „אָבלאָמאָװן‟, װײַל אַזאַ מענטשלעכער טיפּ איז אים געװען ביז גאָר פֿרעמד. פֿון יענער צײַט אָן האָב איך מער גאָרנישט ניט געלײענט פֿון גאָנטשאַראָװן, דאָס איז בײַ מיר אַ בלױז…
אין אָװנט געלײענט זשאַבאָטינסקיס „די זקנימס מרידה‟. אַ מין גלענצנדיקער אַרטיקל! אינטערעסאַנט, אַז אין יענער צײַט (אין 1927) זײַנען די קעגנערס פֿון פֿאַשיזם און קאָמוניזם געװען אױך קעגן קאַפּיטאַליזם (און זשאַבאָטינסקי האָט שױן דעמאָלט פֿאַרשטאַנען, אַז ״tertium non datur״), נאָר איצט איז קלאָר װי דער טאָג, אַז דװקא קאָפּיטאַליזם איז די אײנציקע ריכטיקע סיסטעם.
רעװידירט די געדרוקטע אױסגאַבע פֿון מײַנע 4 פּיאַנע פּיעסן און װיאָלאָנטשעל־סאָנאַטע. געפֿונען עטלעכע גרײַזן, אָנגעשריבן אין „הענלע‟ [1].
ראָבין האָט צוגעשיקט אַן אַרטיקל, געדרוקטן אױף „בי–בי–סי ניוז‟: װײַזט זיך אַרױס, אַז די קאָמוניסטן האָבן אױסגעפֿלאַסטערט דעם צענטער פֿון פּראָג מיט ברוק–שטײנער, געמאַכט פֿון ייִדישע מצבֿות! װען זשע װעט דער מערבֿ סוף–כּל–סוף פֿאַרשטײן, אַז קאָמוניזם איז מיט גאָרנישט ניט בעסער פֿון נאַציזם?!
זי האָט אױך צוגעשיקט ביז גאָר אַן אינטערעסאַנטע „בי–בי–סי‟־אױדיציע װעגן דער מוזיק פֿון דזשאָן מילטאָנס פֿאָטער און איר װאַרשײַנלעכער װירקונג אױף זײַן זונס דיכטונג. יאָ, די אײראָפּעיִשע קלאַסישע מוזיק האָט דערגרײכט אירע הײכן שפּעטער, װי די ליטעראַטור. דעריבער, װען איך הער, לאָמיר זאָגן, בערדן און אַנדערע, פֿאַרכאַפּט מיך ניט די מוזיק גופֿא, נאָר דער געדאַנק, אַז שעקספּיר האָט זי געהערט. עך, װען מע װאָלט געקאָנט הערן די מוזיק, װאָס אונדזערע אָבֿות אין ביבלישע צײַטן האָבן געשפּילט „מיט גיטאַר און האַרף‟, „מיט סטרונעס און פֿלײט‟…
ס׳װאָלט געװען גוט, אַז „דער פֿאַרלאָזטער גן–עדן‟ (אָדער כאָטש אײניקע פֿראַגמענטן דערפֿון) זאָל איבערגעזעצט װערן אױף ייִדיש. כ׳קאָן זיך פֿאָרשטעלן, אַז ער װאָלט געקלונגען שײן אױף ייִדיש, ס׳איז דאָך די ביבלישע טעמאַטיק. אַזאַ אױפֿגאַבע איז אָבער ניט פֿאַר מײַנע כּוחות… און װוּ נעמט מען אַ צװײטן בערל לאַפּין? [2]
פֿאַרן שלאָפֿן געלײענט אין בעט „אױפֿן שװעל‟. אַ גוטער זשורנאַל, אַן אינטערעסאַנטער, אױף זײער אַ גוטן פּאַפּיר, כּמעט אָן דרוקפֿעלערן. אַ מחיה צו האַלטן אין די הענט אַ גוטע הײַנטיקע פּעריאָדישע אױסגאַבע אױף ייִדיש! אַ שאָד נאָר, װאָס איצט גײט ער אַרױס בלױז צװײ מאָל אַ יאָר…
אױגוסט 19
פּונקט מיט 28 יאָר צוריק, װען איך האָב זיך אױפֿגעכאַפּט אין דער פֿרי, האָט די מאַמע מיר געזאָגט, אַז אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ פּוטש. פֿון לאַנג שױן האָט מען גערעדט װעגן אַזאַ מעגלעכקײט — און אָט איז עס טאַקע געשען… דורך טעלעװיזיע האָבן באַװוּסטע דיקטאָרן מיט שטײנערנע פּנימער פֿאָרגעלײענט די װענדונג פֿון „גע–קאַ–טשע־פּע‟ [3] צום פֿאָלק: „אין אַ שװערער, קריטישער שעה פֿאַר די גורלות פֿון דעם פֿאָטערלאַנד און אונדזערע פֿעלקער װענדן מיר זיך צו אײַך! איבער אונדזער הײמלאַנד הענגט אַ טױטגעפֿאַר […] מאַכן אַ סוף דער הײַנטיקער אומרויִקער צײַט…‟
מיר — די מאַמע, אַלאָטשקע, אַנע פּאַװלאָװנאַ און איך — זײַנען אין יענע טעג געװען אין „רוזאַ‟ [4] (דער טאַטע איז אַװעק קײן מאָסקװע מיט עטלעכע טעג פֿריִער). אינעם װעסטיביול פֿון דער גאָרקיך, דערזען אונדז, האָט ליודמילאַ ניקאָלײַעװנאַ [5] געזאָגט: „איצט װעט מען טאַקע אַלעמען פֿאַרנעמען אין דער אַרמײ!‟ שפּעטער, װען קאָװאַלס [6] אַלמנה איז געקומען צו אונדז, האָט זי גענומען רײדן װעגן דעם, אַז אױב מע װעט מיך פּרוּװן פֿאַרהאַלטן לעם אונדזער הויז אין מאָסקװע, כּדי צונעמען מיך אין דער אַרמײ, זאָל איך זאָגן, אַז „איך בין אַ קרובֿ פֿון מאָלדאַװיע‟ (!). דערמאָן איך זיך איצט אין דעם און טראַכט: װי אַזױ איז איר ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז אין אַזאַ פֿאַל װעט מען פֿאָדערן, איך זאָל װײַזן מײַן פּאַספּאָרט?! מיר האָבן תּיכּף באַשלאָסן, אַז אױב מע װעט אונדז פֿאָרט אַרױסלאָזן אין אַמעריקע, װוּ בײַ מיר זײַנען געװען פֿאַרפּלאַנירט גאַסטראָלן אין אָקטאָבער, װעלן מיר דאָרט בלײַבן. בעת מיר האָבן שפּאַצירט איבער די פֿאַרנאַכטיקע אַלעעס, האָב איך אָנגעהױבן לערנען די מאַמען און אַנע פּאַװלאָװנאַן אַ ביסל ענגליש.
צװישן די פֿיר אָפֿיציאַנטקעס אין „רוזאַ‟, װאָס האָבן אַלע געװױנט אינעם נאָענטן
דאָרף, איז געװען אײנע, ניט אַזאַ װי די אַנדערע. געהײסן האָט זי נאַטאַשע. בשעת אונדזער אױפֿהאַלט דאָרטן מיט אַ יאָר צי צװײ פֿריִער, האָט זי איין מאָל פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט דער מאַמען, און עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז זי איז אַ געבילדעטע פֿרױ. זי האָט אַפֿילו געשאָנקען אונדז אַ בוך פֿון הײַנטצײַטיקע אַמעריקאַנער נאָװעלן. דאָס מאָל, בײַ דער װעטשערע, װען נאַטאַשע איז צוגעקומען צו אונדזער טיש און דער שמועס האָט זיך פֿאַרדרייט אַרום דעם פּוטש, האָט זי געזאָגט עפּעס אַזױנס, װאָס ס׳איז באַלד געוואָרן קלאָר, אַז זי האַלט אים אונטער. די מאַמע האָט מיר זײער שטיל אַ זאָג געטאָן:
„דאָס מױל אױפֿן שלאָס!‟, און נאַטאַשע, זעענדיק אונדזערע פּנימער, האָט געזאָגט, שױן מיט אַ װײכערער שטים: „איר דאַרפֿט אַװעקפֿאָרן פֿון דאַנען. איך מײן…
בכלל…‟
אַרױס פֿון דער גאָרקיך, האָבן מיר געטראָפֿן די מינקאָװס [7], און מאַרק האָט געזאָגט: „יאָ… מ׳האָט זיך דערװאַרט אױף די רױטע…‟. גאַליע האָט דערצײלט, װאָס פֿאַר אַ פּאַסקודניאַטשקע אײנע אַ באַקאַנטע אירע דאָ אין „רוזאַ‟ האָט זיך אַרױסגעװיזן, — זי האָט איר הײַנט געזאָגט: „גאַליע, איך באַגריס אײַך!‟. מאַרק האָט אָנגעהױבן דערצײלן, אַז אפֿשר װעט זיך זײ אײַנגעבן אַװעקצופֿאָרן קײן דײַטשלאַנד, װוּ ער װעט האָבן אַ מעגלעכקײט צו אַרבעטן דאָרטן, אין דער שטאָט טוטלינגען.
דערנאָך האָט מען טראַנסלירט דורך טעלעװיזיע די פּרעסע–קאָנפֿערענץ פֿון די פּוטשיסטן. אײנע אַ יונגע פֿרױ האָט זײ אַ פֿרעג געטאָן, צי זײ האָבן געהאַט געבעטן אַן עצה בײַ גענעראַל פּינאָטשעט. באָװין [8] האָט געפֿרעגט סטאַראָדובצעװן: „װי אַזױ זײַט א י ר אַרײַנגעפֿאַלן אין אָט דער קאָמפּאַניע?‟ — און מע האָט זיך צעלאַכט.
מע האָט אױך געװיזן אין אַ נײַעס–פּראָגראַם אַ קורצע מיטטײלונג װעגן דעם, אַז מענטשן האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט בײַם „װײַסן הױז‟; אײנער פֿון זײ האָט געזאָגט: „איך בין דאָ, װײַל מײַן האַרץ האָט מיך געבראַכט אַהערצו!‟. בלױז שפּעטער, נאָכן דורכפֿאַל פֿונעם פּוטש, האָט מען געלערנט, אַז פּוגאָ [9] איז אויפֿגעבראַכט געװאָרן פֿאַר יענעם רעפּאָרטאַזש…
נאָך דעם זײַנען מיר מיט דער מאַמען געגאַנגען קלינגען דעם טאַטן און האָבן געטראָפֿן דאָרט מערקוריעװן [10]. „נו, װי געפֿעלט אײַך דאָס אַלץ?‟ — האָט ער געפֿרעגט. די מאַמע האָט גאָרנישט ניט געענטפֿערט — מסתּמא, האָט זי זיך געשראָקן. „געמאַכט אַ פּוטש — און זיצן אַזױ: מיר זײַנען גוטע! קײן װאָרט ניט אמת!‟. דאַן האָט די מאַמע שטיל געזאָגט: „עס קאָן ניט זײַן קײן אמת.‟ ״פּוגאָ איז ממש אַ האַרצעניו–נשמהניו!‟ — האָט מערקוריעװ װײַטער גערעדט: „גלײַך װי מיט אַ נימב איבערן קאָפּ!‟
אַזױ איז פֿאָריבער דער דאָזיקער טאָג אין 1991… הײַנט האָב איך אָנגעשריבן מײַנע פֿרײַנד אין רוסלאַנד, געפֿרעגט בײַ זיי, צי מע מערקט אָפּ דעם יאָרטאָג. אַ. האָט געענטפֿערט: „נו, בלױז אין פֿײסבוק, אױף װיפֿל איך װײס… שױן זשע זײַנען די קרבנות געװען אומזיסטיקע און די װערט פֿונעם מענטשלעכן לעבן איז הײַנט אַזױ נישטיק?!! איצט רײדן פֿיל מענטשן װעגן „מאַכן אויסמענטש‟. מענטשן פֿאַרטיפֿן זיך אין זיך אַלץ מער, נאָר די אַנטשפּאַנונג זאָגט װעגן דעם, אַז אַן אױפֿברױז איז גאַנץ װאַרשײַנלעך. אָבער װען און װוּ — װייסט קײנער ניט.‟
קאַרינאַטשקע האָט זיך אומגעקערט פֿון פּראָג.
20 אױגוסט
דערמאָן איך זיך אין יענע שױן װײַטע טעג און פֿאַרשטײ, אַז פֿאַרגעדענקט האָב איך ניט אַזױ די געשעענישן, נאָר מײַנע דעמאָלטיקע געפֿילן…
אױפֿן צװײטן טאָג פֿונעם פּוטש זײַנען צו אונדז געקומען די שװעסטער בענציאַנאָװ און געזאָגט: „ס׳איז דאָך אַלץ ניט ערנסט! האָט איר געזען סטאַראָדובצעװן, װי ער האָט געענטפֿערט? ׳מע האָט מיך, נאַטירלעך, אײַנגעלאַדן, און איך בין, נאַטירלעך, מסכּים געװען׳!‟.
פּינקטלעך האָבן מיר ניט געװוּסט, װאָס עס קומט אױף אַן אמתן פֿאָר. עס זײַנען אַרומגעגאַנגען כּל־מיני קלאַנגען. איך געדענק, אַז אין יענעם טאָג האָבן מיר — אַלאָטשקע, מאַשע קאָװאַל און איך — שפּאַצירט איבער אַן אַלעע און געשמועסט װעגן דעם װידערשטאַנד, װאָס איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען אין מאָסקװע, און װעגן דעם, װי װיכטיק עס איז פֿאַר רוסלאַנד. כ׳געדענק שױן אָבער ניט, װאָס האָבן מיר טאַקע יאָ דעמאָלט געװוּסט…
שפּעטער, אין אָװנט, האָט מען אין אַ נײַעס–פּראָגראַם דורך טעלעװיזיע מיטגעטײלט, צװישן אַנדערש, װעגן אַן אױסשטעלונג פֿון רעריכס הימאַלײַיִשע בילדער. דאָלינסקאַיאַ [11], װאָס איז דעמאָלט געװען בײַ אונדז, האָט געזאָגט: „נו יאָ, גראָד דאָס דאַרפֿן מיר איצט: רעריך מיט הימאַלײַע…‟
הײַנט האָט ק. געענטפֿערט אױף מײַן נעכטיקן בריװ: „נײן, קײנער מערקט ניט אָפּ. אָבער מיר געדענקען.‟ איך האָב איר אָנגעשריבן: „די אַנומלטיקע דעמאָנסטראַציעס האָבן צו גאָרנישט ניט געבראַכט, זשוקאָװן האָט מען אײַנגעזעצט… שױן זשע איז דאָס ניט קײן געלעגנהײט פֿאַר פּראָטעסטן, װאָס װאָלטן געקאָנט אַריבערװאַקסן אין אַ רעװאָליוציע?‟. זי האָט געענטפֿערט: „פֿאַרקערט, איצט װעלן די פּראָטעסטן, גיכער פֿון אַלץ, אױפֿהערן, װײַל מענטשן האָבן זיך װידער דערשראָקן. אײַנגעזעצט האָט מען ניט בלױז זשוקאָװן…‟
די זעלבע פֿראַגע האָב איך נאָך נעכטן, פֿאַרן לײגן זיך שלאָפֿן, געשטעלט אַ. הײַנט האָט זי געענטפֿערט: „דער גרימצאָרן גײט אָן שטענדיק כװאַליעסווײַז: שטײַגט און פֿאַלט. נאָר אין אַלגעמײן איצט איז ער נאָענט צו דער זיד–טעמפּעראַטור. און װי װעט זײַן װײַטער איז אוממעגלעך צו פּראָגנאָזירן, װי שטענדיק אין רוסלאַנד.‟ „פֿאַר װאָס זשע גײען די פּראָטעסטן װײַטער ניט אָן?‟ — האָב איך געפֿרעגט. אַ. האָט צוגעשיקט אַ לאַנגן ענטפֿער:
„פֿאַר מיר איז עס אױך אַ פֿראַגע: פֿאַר װאָס אין רוסלאַנד פֿאַרלײַדט מען שטענדיק?! די אײנציקע דערקלערונג איז, אַז אין דער גרונטיקער מאַסע איז זײער אַ נידעריקער זעלבסטבאַװוּסטזײַן און אָפֿט איז אַבסאָלוט ניטאָ קײן לאָגיק: די דערקלערונגען װעגן דעם, פֿון װאַנען קומען אַלע אומאָנגענעמלעכקײטן, איז אָפֿט אַבסורדיש: ׳ס׳איז אַלץ איבער די אַמעריקאַנער!׳ אומצופֿרידנקײט מיטן לעבן גײט איבער אין אומצופֿרידנקײט אײנער מיטן אַנדערן. דאָס זײַנען סײַ אינערלעכע פֿאַמיליע–קאָנפֿליקטן, סײַ גנבֿה און סײַ שיכּרות. דער געדאַנק ׳מע קאָן גאָרנישט ניט טאָן׳ — האָט זייער אַלטע װאָרצלען. ניט אײן יאָרהונדערט! יענע 50־60 טױזנט, װאָס זײַנען אַרױס אױפֿן פּלאַץ, קאָנען ניט איבערמאַכן די אַלגעמײנע טענדענץ, װאָס האָט זיך אײַנגעשטעלט מיט לאַנג יאָרן צוריק. די ׳ניט–געשמיסענע׳ יוגנט װאַרפֿט זיך אונטער די פּאָליצײיִשע שטאָקן, אַ סך פֿאָרן אַװעק פֿון לאַנד. די אַלגעמײנע שטימונג פֿון אַנטױשונג, אומצופֿרידנקײט און װילן אַ בעסער לעבן ברענגט צו דעם, אַז זײער לאַנגזאַם הײבט אָן אױפֿװאַכן אױך דער איבעריקער, פֿינצטערער טײל פֿון דער באַפֿעלקערונג. דער, װאָס האָט זיך ניט אַרײַנגעלאָזט אין שיכּרות און ניט דעגענערירט (אַנטשולדיק פֿאַר די גראָבע װערטער, נאָר דאָס איז אמת). ס׳איז װי אַ יױר–ראָשטשינע: מע װײסט ניט, װען זי קאָן זיך אױפֿהײבן און אַ גאָס טאָן איבערן ברעג. כ׳האָב ניט קײן צװײפֿל, אַז עס װעט געשען; און דאַן װעלן אַלע פּאַסקודניאַקעס זיך איבערװאַרפֿן, װי ס׳איז געװען שױן ניט אײן מאָל, און זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר ליבעראַלן. עס װילט זיך ניט װערן פֿאַרביטערט, נאָר מע דאַרף אַ געריכט, װאָס װעט דערלױבן צו געבן אַן אָפּשאַצונג פֿון זײער טעטיקײט אינעם דאָזיקן פּעריאָד. אַ רויִק, רעכטלעך געשפּרעך װעגן יעדערן, װאָס איז געװען ׳בעתן אױספֿילן׳ און באַגייען אַ פֿאַרברעכן. אַ באַשטעטיקונג מיט דאָקומענטן.‟
יאָ, אַ. איז, װי געװײנטלעך, מער אָפּטימיסטיש, װי ק. ס׳װאָלט זיך, אַװדאי, געװאָלט זײַן אָפּטימיסטיש…
זובאָװ [12] האָט אָנגעשריבן אין פֿייסבוק װעגן דעם, אַז הײַנט האָט אַ גלח צום ערשטן מאָל זיך אָפּגעזאָגט דורכצופֿירן אַ פּאַניכידע אין אָנדענק פֿון די יונגען, אומגעקומענע מיט 28 יאָר צוריק: „דער פּאַטריאַרך האָט ניט געגעבן זײַן בענטשונג‟.
[1] „הענלע‟ (G. Henle Verlag) — נאָטן־פֿאַרלאַג אין דײַטשלאַנד
[2] בערל לאַפּין (1889־1952) — ייִדישער דיכטער און איבערזעצער
[3] „גע–קאַ–טשע־פּע‟ (ГКЧП) — אַ כונטע פֿון הויך־געשטעלטע פּאַרטיי־פֿונקציאָנערן, וואָס האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין מאָסקווע אין אויגוסט 18־21, 1991
[4] „רוזאַ‟ — אַ שאַפֿעריש הויז אונטער מאָסקווע פֿאַר קאָמפּאָזיטאָרן
[5] ליודמילאַ לוקאָװניקאָװאַ — אַנע פּאַװלאָװנאַס אַן אַלטע חבֿרטע און די פֿרױ פֿונעם דירעקטאָר פֿון דעם מאָסקװער „קאָמפּאָזיטאָרן–הױז‟
[6] מאַריאַן קאָװאַל — סאָװעטישער קאָמפּאָזיטאָר
[7] מאַרק מינקאָװ — סאָװעטישער און רוסלענדישער קאָמפּאָזיטאָר
[8] אַלעקסאַנדר באָװין — סאָװעטישער זשורנאַליסט און פּאָליטאָלאָג, שפּעטער — רוסלאַנדס אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל
[9] פּוגאָ, ב. ק. — איינער פֿון די פּוטש־אָרגאַניזאַטאָרן
[10] פּיאָטר מערקוריעװ — סאָװעטישער און רוסלענדישער אַקטיאָר, מוזיק–פֿאָרשער און מוזיק–זשורנאַליסט, אײניקל פֿונעם באַרימטן סאָװעטישן רעזשיסער װסעװאָלאָד מײערהאָלד
[11] יעלענאַ דאָלינסקאַיאַ — סאָװעטישע און רוסלענדישע מוזיק–פֿאָרשערין
[12] אַנדרײ זובאָװ — באַװוּסטער רוסלענדישער היסטאָריקער, שאַרפֿער קריטיקער פֿון פּוטינס פּאָליטיק
סוף קומט