פֿון אונדזער עזבֿון: אַבֿרהם קאַצעוו (1916־2000)

דער דיכטער אַבֿרהם קאַצעוו איז געבוירן געוואָרן אינעם אוקראַיִנישן דאָרף טשערנין, אין אַ משפּחה פֿון אַן ערדאַרבעטער. זײַנע ערשטע לידער האָט ער געדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע, שוין זײַענדיק אַ סטודענט פֿונעם אָדעסער לערער־אינסטיטוט. באַזונדערס האָבן אויסגענומען די קינדער־לידער. מיט דער השגחה פֿון לייב קוויטקאָ האָט דער קיִעווער מלוכה־פֿאַרלאַג אַרויסגעגעבן קאַצעווס ערשטע זאַמלונג לידער אין 1940. דער דיכטער האָט ממשיך געווען שרײַבן לידער פֿאַר קינדער אויך אין יענע צײַטן, ווען עס זײַנען שוין נישט געווען קיין ייִדישע שולן, וווּ מע וואָלט געקאָנט עפֿנטלעך הערן אַ ייִדיש וואָרט. לאַנגע יאָרן האָט ער געאַרבעט ווי אַ לערער פֿון רוסיש און אוקראַיִניש.

זײַנע לידער זײַנען געווען גוט באַקאַנט בײַ די לייענער פֿונעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, פֿון די צײַטונגען „פֿאָלקס־שטימע‟ (וואַרשע) און „ביראָבידזשאַנער שטערן‟. אין 1980 איז דערשינען זײַן לידער־זאַמלונג „דאָס גוטע וואָרט‟. זײַנע ביכער זײַנען דערשינען אין דער איבערזעצונג אויף רוסיש און אוקראַיִניש. אין 1990 איז קאַצעוו עולה געווען. אין ישׂראל האָט ער זיך געדרוקט אין „די גאָלדענע קייט‟, „ירושלימער אַלמאַנאַך‟, „לעצטע נײַעס‟, „נײַע צײַטונג‟, „קינד־און־קייט‟.

katsev
אַ זײַט מיט אַ. קאַצעווס לידער אינעם זשורנאַל “קינד־און־קייט”

לידער פֿאַר קינדער

מיטן קאָפּ אַראָפּ

אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך
און האָט געלייגט אַן איי אויפֿן שליאַך.

ט׳גענומען דאָס איי, צעהאַקט די שויבן
און האָט זיך באַהאַלטן אונטערן אויוון.

אַ זון מיט אַ רעגן, אַ היץ מיט אַ שניי,
און אונטערן אויוון קודאַקעט דאָס איי:

„קודאַ, קודוקאַ! כ׳האָב געלייגט אַ הון!
גייט אויף די ראָסע און טריקנט די זון‟.

די מאַמע טרײַבט אין סטאַדע די שוואַלב,
אין נעסט אונטער דער סטריכע פּישטשעט דאָס קאַלב.

סע פּישטשעט דאָס קאַלב, סע הירזשען די ציגן,
די קאַץ האָט זיך געזעצט מעלקן די פֿליגן.

דער טאַטע שפּאַנט אין וואָגן דעם האָן
(קרייעט דאָס פֿערד, וואָדען זאָל עס טאָן?)

לויפֿט אָן אַ ייִנגל (אַ שנעק, אַ ברעקל!)
כאַפּט ער דאָס פֿערד און פֿאַררוקט עס אין זעקל.

דעם זאַק אויף די פֿיס און די פֿיס אויף די פּלייצעס —
כאַפּט אָן דאָס פֿערד דעם יונגאַטש פֿאַר די לייצעס.

פֿליט מען, און פֿליט מען, און פֿליט מען און פֿליט מען,
און גלײַך אויפֿן שפּיץ פֿונעם קלויסטער פֿאַרפֿליט מען.

שטייט דאָרט אַ פֿלוי אויף די הינטערשטע פֿיסלעך
און קלאַפּט מיט אַ שטיינדל וועלשענע ניסלעך.

דאָס פֿייגעלע

שטייט אַ פֿייגעלע אויפֿן פּלויט,
איז עס גרין, און בלוי, און רויט.

האָט אַ ייִנגל עס דערזען,
און אַ ייִנגל גראָד — אַ ברען.

„אייגעלע, פֿייגעלע, גרין־בלוי־רויט!
האָט געשטעלט זיך אויף מײַן פּלויט,

בין איך שוין דײַן באַלעבאָס!‟
„און די פֿליגעלעך אויף וואָס?‟ —

זאָגט דאָס פֿייגעלע אָן שרעק,
הייבט זיך אויף און פֿליט אַוועק.

און דער גרויסער באַלעבאָס
בלײַבט מיט אָט אַזאַ מין נאָז!

דאָס נאָדעלע

„וווּ ביסטו נאָדעלע?‟ —
שרײַט האָדעלע.
דאָס נאָדעלע הערט
(סע האָט דאָך אַן אויערל),
נאָר ענטפֿערן קען עס ניט,
צום באַדויערן.

אַ בריוועלע דעם זיידן

אַ בריוועלע דעם זיידן
שיקט דער טאַטע,
און עס בעט זיך לייבל:
„וואַרף מיך אויך
אַרײַן אין קעסטל,
איך וויל אויך צום זיידן.‟

אסתּרקע

אסתּר עסט אַן עפּל,
רוקט און רוקט אין מויל
„אסתּר, גיב אַ שטיקל.
„דאַרפֿסט ניט, ער איז פֿויל!‟

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s