עס ווייסט דאָס האַרץ

משה לעמסטער

פֿאָלקסמאָטיוון

אויף דער עלטער איז ניט אַזוי זיס דער האָניק,
די בלימלעך אין פֿעלד שוין ניט אַזוי צאַרט.
סע געדענקט נאָך ווי מע דאַרף לאַכט — מײַן פּנים,
נאָר ס’האָט שוין פֿאַרגעסן, ווי מע פֿרייט זיך — דאָס האַרץ…

דעם שענקערס טאָכטער

— יעדן אָוונט גייסטו אין שענק אַרײַן
ווײַזט אויס, ביסט, אַ שיכּורניק, בחור?
— ניין, יעדן אָוונט גיי איך אין שענק אַרײַן
צוליב דעם שענקערס טאָכטער!

— יעדע נאַכט קומסטו שיכּור אַהיים,
ווײַזט אויס פֿונעם בראָנפֿן, בחור?
— ניין, יעדע נאַכט קום איך שיכּור אַהיים
פֿון ליבע צו דעם שענקערס טאָכטער.

— ס’האָט דער שענקער אַן איידעם געטראָפֿן,
ווײַזט אויס, דו ביסט דער חתן, בחור?
— ניין, ניט מיך האָט דער שענקער געטראָפֿן
פֿאַר זײַן שיינער, יונגער טאָכטער.

— האָסט זיך, רעדט מען, געהיילט אין שפּיטאָל
ווײַזט אויס, פֿון שיכּרות, בחור?
— ניין, איך האָב זיך געהיילט אין שפּיטאָל
פֿון ליבע צו דעם שענקערס טאָכטער…

די מאַמע די אַלטע

פֿון די דעכער אומעטיק רינט,
באַלד קומט דער ווינטער קאַלטער…
אויף דיר, מײַן יאָסעלע, מײַן קינד,
וואַרט איך — דײַן מאַמע אַלטע.

איך געפֿין זיך ניט קיין אָרט,
קוק אַלץ אַרויס אויף וועגן קילע
ביסט ניט געווען שוין זיבן יאָר
אין אונדזער ווײַסן, שטיבל שטילן.

עס סטײַעט ברויט מיר און פֿאַרמעג,
נאָר ביטער זײַנען מיר די קיכלעך…
עס לויפֿן גיך די גרויע טעג,
ווי טרערעלעך פֿון שבת־ליכטלעך.

אָי, וויל איך, יאָסעלע, דיך זען
דײַנע הענט אין מײַנע האַלטן
און פֿון דער שיינער וועלט נאָך דעם,
מעג שוין אַוועק דײַן מאַמע אַלטע…

עס ווייסט דאָס האַרץ

זאָגט זשע מיר, בלימעלעך צאַרטע,
מײַן געליבטן זאָל איך נאָך וואַרטן?
זייערע ריחות דערציילן מיט אומעט:
— ער וועט ניט קומען!
— ער וועט ניט קומען!

ניין, איך גלייב ניט,
איר זאָגט אַ ליגן!
איר ווייסט דען בלימלעך,
וואָס הייסט אַ ליבע?

זאָגט זשע מיר, שטערנדלעך־טרערן,
מײַן געליבטער צוריק וועט זיך קערן?
עס פֿינקלען פֿון אויבן די ווײַטע זונען:
— ער וועט ניט קומען!
— ער וועט ניט קומען!

ניין, איך גלייב ניט,
איר זאָגט אַ ליגן!
איר ווייסט דען שטערן,
וואָס הייסט אַ ליבע?

זאָג זשע מיר דו, מײַן בידנע הערצל,
צי מײַן געליבטער האָט מיך פֿאַרגעסן?
ס’צעקלינגט זיך אין האַרצן אַ סטרונע:
— צו דיר וועט ער קומען!
— צו דיר וועט ער קומען!

יאָ דיר וועל איך גלייבן,
זאָגסט ניט קיין ליגן!
דו ווייסט דאָך, הערצל
וואָס הייסט אַ ליבע…

וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר

וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר,
כאָטש, ווי אַ פּוכעלע גרינגס פֿון אַ פֿויגל,
באַשאַף איך צוויי פֿליגל פֿון איר
און הויך צו די הימלען געפֿלויגן.

מיט זיי כ’וואָלט די וואָלקנס באַרירט,
דיר געשאָנקען אַ רעגן-בויגן —
וואָלט געווען דײַן ליבע צו מיר,
כאָטש, ווי אַ פּוכעלע גרינגס פֿון אַ פֿויגל…

Leave a Reply

Fill in your details below or click an icon to log in:

WordPress.com Logo

You are commenting using your WordPress.com account. Log Out /  Change )

Twitter picture

You are commenting using your Twitter account. Log Out /  Change )

Facebook photo

You are commenting using your Facebook account. Log Out /  Change )

Connecting to %s